געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טאָג פֿון ירושלים 2012
טאָג פֿון ירושלים 2012
Credit: Getty Images
ווען דער דאָזיקער נומער פֿון דער צײַטונג וועט דערגרייכן אונדזערע לייענער, וועט שוין זײַן נאָך כ״ח אייר — נאָך די פֿײַערונגען פֿון "יום־ירושלים" (טאָג פֿון ירושלים) — דער טאָג פֿון באַפֿרײַען די אַלטשטאָט פֿון דער יאָרדאַנישער הערשאַפֿט, און איר פֿאַראייניקונג מיט דעם מערבֿ־טייל פֿון אונדזער הויפּטשטאָט, בעת דער זעקס־טאָגיקער מלחמה מיט 45 יאָר צוריק!
אין אונדזער קאָלעקטיוון, ווי אויך אין אונדזער פּערזענלעכן קאַלענדאַר זענען מיר שוין געוווינט צו דער רוטין פֿון דעם געמיש פֿון פֿריילעכע און טרויעריקע דאַטעס, וואָס מיר מערקן אָפּ במשך דעם יאָר.
זכרונות און עמאָציעס זענען אַ וויכטיקער באַשטאַנדטייל פֿון אונדזער וועזן. זיי פֿילן אויס אַ וויכטיקע פֿונקציע, וואָס טאָג־טעגלעך באַווירקט אונדזער מאָראַל, אונדזער אויסדויער, אונדזער בענקשאַפֿט, אונדזער געמיט־צושטאַנד. עס לעבן צווישן אונדז די העלדישע קעמפֿער און אָנטיילנעמער אין דער דאָזיקער היסטאָרישער דאַטע פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אַלט־ירושלים.
אונדזערע קינדער און קינדס־קינדער זענען אויסגעוואַקסן און זיך דערצויגן אין ליכט פֿון זייער אָנוועזנהייט און זייער גײַסט, פֿון יענע היסטאָרישע טעג, ווען די אַלטשטאָט איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דעם אַראַבישן שׂונא און דער הר־הבית מיטן כּותל־המערבֿי — דער איינציקער איבערבלײַב פֿון די חרובֿע בית־המיקדשן, פֿון אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט מיט העכער 2,500 יאָר צוריק — זענען נאָך בלוטיקע קאַמפֿן צוריק דעראָבערט געוואָרן דורך אונדזערע העלדישע זעלנער.
דורות־לאַנג האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק ניט אויפֿגעגעבן די שבֿועה:
"אם אשכּחך ירושלים, תּשכּח ימיני" — אויב איך וועל דיך פֿאַרגעסן ירושלים, זאָל אָפּדאַרן מײַן רעכטע האַנט...
דורות־לאַנג האָבן ייִדן אויסגעוויינט זייערע הערצער בײַ דעם כּותל־המערבֿי, וואָס איז דעריבער באַקאַנט געוואָרן, ווי "די וואַנט פֿון טרערן", האָבן תּפֿילה געטאָן, אַז עס זאָל שוין קומען די גאולה, אַ סוף צו די ייִדישע לײַדן, צו דעם לאַנגן ייִדישן גלות... דער סוף איז טאַקע געקומען בימינו, אין אונדזער צײַט, מיט 45 יאָר צוריק!
לאָמיר זיך דערמאָנען דעם לויף פֿון די געשעענישן:
דער דאָזיקער טאָג איז געשען כ״ח אייר, דעם 6טן יוני 1967, בשעת דער זעקס־טאָגיקער מלחמה מיט דעם יאָרראַנישן שׂונא, נאָך שווערע, בלוטיקע קאַמפֿן, מיט אַ גרויסער צאָל מענטשלעכע פֿאַרלוסטן און טויזנטער פֿאַרוווּנדעטע. די העלדישע ישׂראל־זעלנער האָבן בײַגעקומען דעם ווידערשטאַנד פֿון דעם שׂונא און דערגרייכט דעם כּותל־המערבֿי. זיי האָבן אַרויפֿגעצויגן די ווײַס־בלויע פֿאָן אויף דער הייליקער וואַנט. די דעסאַנט־איינהייטן, בראָש מיט דעם גענעראַל מאָטי גור, האָבן אַרומגערינגלט די אַלטשטאָט און די אַראַבישע דערפֿער אַרום, וואָס זענען שוין געווען אין די הענט פֿון דער ישׂראל־אַרמיי, ווי אויך אַלע וועגן וואָס האָבן געפֿירט צום הר־הצופֿים און דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט.
אין די העראָיִשע קאַמפֿן פֿאַר דער דעראָבערונג פֿון דעם שטאַרק באַפֿעסטיקטן, באַוואָפֿנטן אַמוניציע־בערגל — "גבֿעת־התּחמושת", זענען געפֿאַלן צענדליקער זעלנער און ציווילע, הונדערטער זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.
די ישׂראל־כּוחות האָבן באַקומען אַ באַפֿעל שטרענג אָפּצוהיטן די הייליקע מקומות פֿון די קריסטן, מוסולמענער און אַנדערע רעליגיעס אין אַלט־ירושלים.
אין די פֿרימאָרגן־שעהען פֿון דעם 7טן יוני האָט די רעזערוו־איינהייט פֿון די דעסאַנטן מיטן גענעראַל מוטי גור בראָש, דורכגעבראָכן דעם טויער "שער־האַריות" און איז אַרײַנגעדרונגען אין דעם מיזרח־טייל פֿון דער אַלטער שטאָט און האָט דערגרייכט דעם הר־הבית און דעם כּותל־המערבֿי. די באַגײַסטערונג און עקסטאַז פֿון די קעמפֿער, וועלכע האָבן אָנגערירט מיט זייערע הענט די שטיינער פֿון דעם כּותל, איז געווען אומגעהייער גרויס. באַזונדערס האָט אַלעמען גערירט ביז טרערן ווען עס האָט זיך דערהערט דורך דעם הילכער דער אויסגעשריי פֿון מוטי גור "הר־הבית בידינו!... אַני חוזר... הר־הבית בידינו!!! הכּותל־המערבֿי בידינו!!!" דער הר־הבית איז אין אונדזערע הענט, דער כּולת־המערבֿי איז אין אונדזערע הענט!!!
פֿון די מידע, פֿאַרשטויבטע אויגן זענען געפֿלאָסן טײַכן טרערן אויף די פּנימער פֿון די זעלנער, וועלכע האָבן מיט זייער בלוט און שווייס דערגרייכט דעם דאָזיקן העכסט־דראַמאַטישן, היסטאָרישן זיג, נאָך די ביטערע קאַמפֿן מיט דעם שׂונא. אַ ציטער און גרויס באַגײַסטערונג האָט אַרומגענומען אַלעמען, פֿון נאָענט און ווײַט — אין ירושלים און איבער די בערג פֿון יהודה — ווען עס האָבן זיך דערהערט די קלאַנגען פֿון דעם שופֿר, געבלאָזן פֿון דעם הויפּט־רבֿ פֿון דער ישׂראל־אַרמיי הרבֿ שלמה גור.
די זעלנער האָבן מיט געוויין געזאָגט פּרקי־תּהילים און קדיש נאָך די געפֿאַלענע אין די קאַמפֿן...
עס האָט לאַנג ניט געדויערט ווי עס זענען אָנגעקומען צו דעם באַפֿרײַטן כּותל דער פּרעמיער־מיניסטער לווי אשכּול, דער הויפּט פֿון גענעראַל־שטאַב, גענעראַל יצחק ראַבין, און דער הויפּט פֿון דעם צענטראַל־פֿראָנט, גענעראַל עוזי נרקיס.
אין יענעם רירנדיקן מאָמענט האָט יצחק ראַבין דערקלערט:
"...איך בין געבוירן אין ירושלים. איך האָב געקעמפֿט אין דער באַפֿרײַונגס־מלחמה אין 1948. אָבער די דעראָבערונג פֿון דער אַלטשטאָט דורך אונדזערע זעלנער, דריקט אויס מער פֿון אַלץ. דאָס איז אונדזער גרעסטער נצחון און באַלוינונג, וואָס מיר האָבן געקענט דערגרייכן".
משה דיין האָט פֿאַר אַ ספּעציעלער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, צוו״אַנד, דערקלערט:
"...מיר האָבן זיך אומגעקערט צו אונדזערע הייליקסטע פּלעצער, כּדי אויף אייביק זיך ניט שיידן מיט זיי".
גענעראַל מוטי הוד, הויפּט פֿון ישׂראלדיקן לופֿט־פֿלאָט, האָט באַריכטעט, אַז "צה״ל האָט פֿאַרניכט 440 עראָפּלאַנען פֿון דעם שׂונא, ווען מיר האָבן אַטאַקירט און באַשעדיקט 28 לופֿטפּלעצער אין מצרים, סיריע און איראַק".
מיר געדענקען די רירנדיקע בילדער, ווען די מאַסן חרדים און פֿרײַע, גלייביקע און סעקולערע — יונג און אַלט — האָבן געשטראָמט איבער די חורבֿות פֿון די צעשטערטע הײַזער אין דער ריכטונג פֿון דער באַפֿרײַטער אַלטשטאָט, צו דערגרייכן און זען מיט זייערע אויגן, אָנצוטאַפּן מיט זייערע אייגענע הענט די הייליקע שטיינער פֿון דעם כּותל־המערבֿי, צו מאַכן "שהחיינו", וואָס זיי האָבן דערלעבט דעם אויסגעגאַרטן נצחון איבער דעם שׂונא.


* * *

הײַנט זענען פֿאַרבײַ 45 יאָר זינט יענעם היסטאָרישן זיג. די אָפֿיציעלע דעקלאַראַציעס וועגן דער פֿאַראייניקונג פֿון ביידע טיילן ירושלים איז ליידער געבליבן בלויז אַ פֿאָרמעלער דעקלאַראַטיווער אַקט. אָפֿיציעל זענען ביידע טיילן פֿון דער שטאָט פֿאַראייניקט ווי איין מוניציפּאַליטעט, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון דעם ייִדישן "ראָש־העיר ירושלים".
די אײַנוווינער פֿון דער אַלטשטאָט דאַרפֿן באַצאָלן זייערע שטאָט־שטײַערן און באַקומען זייערע נאָרמאַלע, נייטיקע באַדינונגען און רעגירונגס־בודזשעטן.
אין דער ווירקלעכקייט זענען די באַציִונגען צווישן דער באַפֿעלקערונג פֿון ביידע טיילן אָנגעפֿילט מיט שפּאַנונג, מיט קעגנזײַטיקע באַשולדיקונגען. די אַראַבישע פּאָליטיקער, די אַנטי־ייִדישע עלעמענטן צווישן זיי און די פּריידיקער אין די מעטשעטן, פֿאַרסמען די לופֿט און די קעגנזײַטיקע באַציִונגען צווישן דער געמישטער באַפֿעלקערונג.
אין לויף פֿון די יאָרן זענען פֿאָרגעקומען אַ גרויסע צאָל טעראָר־אַקטן און איבערפֿאַלן, וואָס האָבן פֿאַראורזאַכט קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע. אויפֿגעהעצטע פֿאַנאַטישע גרופּעס זענען באַפֿאַלן ייִדן וועלכע זענען געגאַנגען דאַווענען בײַם כּותל־המערבֿי, עס זענען פֿאָרגעקומען צוזאַמענשטויסן אַרום דעם הר־הבית. דער ריס און די מחלוקתן צווישן ייִדן און אַראַבער מערן זיך מיט יעדן יאָר.
די ישׂראל־רעגירונג און די כּנסת האָבן דעמאָנסטרירט פֿאַר דער גאַנצער וועלט די פֿעסטקייט און אַנטשלאָסנקייט, אַז גאַנץ ירושלים איז ניט צעטיילבאַר און וועט בלײַבן די הויפּשטאָט פֿון דער זעלבשטענדיקער ייִדישער מדינה לנצח־נצחנים — אויף אייביק.
עס זענען אויך דאָ אַזעלכע אַראַבער, וועלכע זענען גרייט צו אַקצעפּטירן אַ פּאַלעסטינער מדינה מיט אַלט־ירושלים ווי איר הויפּטשטאָט, זײַט בײַ זײַט מיט דער ייִדישער מדינה. עס ווענדט זיך אָן זייערע פּאָליטישע וואָרטזאָגער און פֿירער, וועלכע שטייען בײַם רודער פֿון זייערע פּאַרטייען.


* * *

זונטיק, דעם 20סטן מײַ, כ״ח אייר תּשע״ב, האָט ישׂראל געפֿײַערט דעם 45סטן יאָר פֿון באַפֿרײַען אַלט־ירושלים פֿון דער יאָרדאַנישער הערשאַפֿט און פֿאַראייניקן ביידע טיילן פֿון שטאָט. ירושלים וויבלט און שוויבלט מיט טויזנטער עולי־רגל פֿון גאַנצן לאַנד און פֿון טויזנטער טוריסטן פֿון דער גאָרער וועלט. די גאַסן זענען פֿאַרפּוצט מיט בלוי־ווײַסע פֿאָנען. אַ טייל פֿון זיי הענגען נאָך זינט די פֿײַענרונגען פֿון יום־העצמאות מיט דרײַ וואָכן צוריק.
במשך די לעצטע טעג קומען פֿאָר אין שטאָט צענדליקער אַטראַקציעס און אימפּרעזעס פֿון פֿאַרשיידענעם כאַראַקטער און זשאַנער געווידמעט "יום־ירושלים".
כּנסת־ישׂראל האַלט אָפּ אַ ספּעציעלע יום־טובֿדיקע סעסיע אויפֿן "גבֿעת־התּחמושת", אין וועלכער זי באַהאַנדלט ירושלים־ענינים, באַזונדערס וואָס שייך דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דעם דאָזיקן היסטאָרישן פּלאַץ, וווּ עס זענען פֿאָרגעקומען דעצידירנדיקע בלוטיקע קאַמפֿן אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה.
אין די אָוונטן פֿון די לעצטע טעג קומען פֿאָר טענץ און געזאַנג־פּראָגראַמען אין פֿאַרשיידענע געגנטן און פּלעצער איבער דער שטאָט.
נאָך מיטאָג איז פֿאָרגעקומען דער טראַדיציאָנעלער פֿאָנען־מאַרש, ווען טויזנטער יוגנטלעכע מיט בלוי־ווײַסע פֿאָנען האָבן מאַרשירט איבער די הויפּטגאַסן פֿון ירושלים, אויפֿן וועג צו דער אַלטשטאָט, דורך דעם שכם־טויער, דורך דעם אַראַבישן קוואַרטאַל, צום כּותל־המערבֿי און הר־הבית. דער דאָזיקער מאַרש ווערט יאָר־יערלעך אָרגאַניזירט דורך רעליגיעזע ציוניסטישע גרופּעס. אָפֿט מאָל קומען דאַן פֿאָר פֿײַנטלעכע קאָנפֿראָנטאַציעס מיט דער אָרטיקער אַראַבישער באַפֿעלקערונג. דער דאָזיקער מאַרש ווערט לעצטנס שטאַרק באַוואַכט דורך דער ירושלימער פּאָליציי כּדי צו פֿאַרמײַדן טראַגישע פֿאַלן.
מיט דער באַטייליקונג פֿון נשׂיא־המדינה שמעון פּערעס, פּרעמיער־מיניסטער ביבי נתניהו, הרבֿ הראָשי יונה מעצגער און אַנדערע הויכע רעגירונגס־ און מיליטער־פּערזענלעכקייטן איז אין שײַן פֿון דער הערלעכער ירושלימער שקיעה פֿאָרגעקומען אין אָוונט אויף דער "גבֿעת־התּחמושת" די שלוס־צערעמאָניע פֿון דעם הײַיאָריקן יום־ירושלים.
דער גרויסער פֿאַרזאַמלטער עולם איז געווען שטאַרק גערירט פֿון דעם אַקט פֿון אָנצינדן די יזכּור־פֿאַקעלן נאָך די זעלנער, וואָס זענען געפֿאַלן פֿאַר באַפֿרײַען ירושלים, די רעדעס פֿון פּערעס און נתניהו, און דער פּאַסיקער קינסטלערישער פּראָגראַם.