נאַצי־מלחמה־פֿאַרברעכער אַדאָלף אײַכמאַן בײַם פּראָצעס אין ירושלים, יוני 22, 1961 |
Credit: Getty Images |
אין דעם דאָזיקן הויז איז מיט 70 יאָר צוריק פֿאָרגעקומען די שענדלעכע קאָנפֿערענץ, ווען די נאַצי־פֿירער בראָש מיט אַדאָלף היטלערן, האָבן דאַן באַשלאָסן "ענדגילטיק צו לייזן די ייִדן־פֿראַגע אין אייראָפּע".
אין דער דאָזיקער צערעמאָניע האָבן די הײַנטיקע דײַטשישע פֿירער אָפּגעמערקט 50 יאָר נאָך דעם, ווי עס איז אויסגעפֿירט געוואָרן דער טויט־אורטייל איבער אַדאָלף אײַכמאַן.
איינער פֿון די געסט פֿון ישׂראל צו דער דאָזיקער צערעמאָניע, איז געווען מיקי גאָלדמאַן, וועלכער האָט געפֿאָרשט אײַכמאַנען בעת דעם פּראָצעס אין ירושלים, און אַ לעבעדיקער עדות בעת זײַן עקזעקוציע, מיט 50 יאָר צוריק, בעת מען האָט אײַכמאַנען געהאָנגען און זײַן קערפּער פֿאַרברענט.
איצט, בײַ דער צערעמאָניע אין "וואַנזעע־הויז" אין בערלין, האָט מיקי געשילדערט פֿאַר די אָנטיילנעמער אין דער קאָנפֿערענץ, אין דער דײַטשישער שפּראַך, זײַנע זכרונות פֿון יענער היסטאָרישער נאַכט "וואָס איז שווער צו פֿאַרגעסן".
מיקי גאָלדמאַן דערציילט:
"...מיר זענען אַרויף אויף אַ שיף אין מיטן ים, איבער די טעריטאָריעלע וואַסערן פֿון מדינת־ישׂראל, מיר האָבן איבערגעקערט דעם קרוג מיטן אַש פֿון דעם פֿאַרברענטן מאַסן־מערדער אַדאָלף אײַכמאַן, און עס צעשאָטן איבער די כוואַליעס פֿון דעם רוישיקן ים.
"...מיר האָבן זיך אומגעקערט צוריק צו די ברעגעס פֿון מדינת־ישׂראל, צו יפֿו, וווּ מיר האָבן געזען די מענטשן גיין צו דער אַרבעט, דעם אויפֿגאַנג פֿון אַ נײַעם, שײַנענדיקן טאָג אין ישׂראל...
"...צוויי יאָר בין איך געשטאַנען אין קאָנטאַקט מיט אים, מיט דעם דאָזיקן מענטשלעכן ‘מאָנסטער’", האָט מיקי גאָלדמאַן דערקלערט.
נאָך דעם ווי עס איז אויסגעפֿירט געוואָרן דער טויט־אורטייל איבער אַדאָלף אײַכמאַנען האָט מיקי גאָלדמאַן פֿאַרלאָזט די פּאָליציי און איז אַריבער אַרבעטן אין דער ייִדישער אַגענץ.
ער האָט געדינט אין דער ישׂראל־פּאָליציי, אין דער אָפּטיילונג "06" פֿונעם געהיים־דינסט, וואָס האָט געפֿאָרשט אַדאָלף אײַכמאַנען אין לויף פֿון פּראָצעס.
דער זעלבער 86־יאָריקער מיקי גאָלדמאַן האָט איצט געשילדערט פֿאַר די אָנטיילנעמער פֿונעם צוזאַמענקום אין בערלין זײַנע זכרונות פֿון יענער צײַט, ווען ער איז טאָג און נאַכט געשטאַנען פֿאַר דעם ייִדן־מערדער אין געריכט־זאַל אין ירושלים, מיט 50 יאָר צוריק.
ער האָט דערציילט וועגן זיך און זײַן אייגענער משפּחה אין געטאָ פּשעמישל, פּוילן, ווען אין טאָג פֿון זײַן 17טן געבוירנטאָג, דעם 26סטן יולי 1942, האָבן די נאַצי־מערדער געכאַפּט זײַנע עלטערן און זײַן 10־יאָריק שוועסטערל און זיי אַוועקגעשיקט מיט טויזנטער ייִדן פֿון געטאָ מיט דער באַן קיין בלעזשעץ און אוישוויץ.
די דאָזיקע באַן איז געווען איינע פֿון די באַנען, מיט וועלכער אַדאָלף אײַכמאַן האָט אייגנהאַנטיק אַוועקגעשיקט די דאָזיקע ייִדן צום טויט. ער איז געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דעם געשטאַפּאָ־אַמט אין בערלין, וואָס האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט דער "ענדגילטיקער לייזונג פֿון דער ייִדן־פֿראַגע אין אייראָפּע".
אויך מיקי איז שפּעטער פֿאַרשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ. אין יאַנואַר 1945 איז ער געווען אין דעם טויטן־מאַרש, בעת וועלכן ער איז אַנטלאָפֿן און האָט זיך אויסבאַהאַלטן בײַ אַ פּוילישער משפּחה.
נאָך דער באַפֿרײַונג האָט ער וואָלונטירט אין דער סאָוועטישער אַרמיי און עטלעכע מאָל פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין די קאַמפֿן.
ער געפֿינט זיך אַ געוויסע צײַט אין איינעם פֿון די פּליטים־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, ביז אין יאָר 1947 האָט ער פּרובירט אָנצוקומען קיין ארץ־ישׂראל. ער באַטייליקט זיך צוזאַמען מיט הונדערטער אַנדערע מעפּילים אויף דער אומלעגאַלער שיף "התּקווה", וואָס איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן אין ים דורך דעם בריטישן פֿלאָט און ווערט דעפּאָרטירט קיין ציפּערן, וווּ ער פֿאַרבלײַבט אַ יאָר מיט אַ האַלב.
נאָך דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל קומט ער אָן צוזאַמען מיט די טויזנטער אומלעגאַלע עולים פֿון ציפּערן קיין יפֿו. עס דויערט ניט לאַנג, ווי ער וואָלונטירט אין דער ישׂראל־פּאָליציי.
אין יאָר 1960, ווען מען האָט אַנטדעקט און געבראַכט אײַכמאַנען פֿון בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, קיין ישׂראל, ווערט מיקי גאָלדמאַן איינער פֿון די 14 אויספֿאָרשערס פֿון אײַכמאַנען. 9 חדשים האָט געדויערט די אויספֿאָרשונג. 3 פֿון די דאָזיקע אויספֿאָרשערס זענען נאָך געבליבן הײַנט צו טאָג בײַם לעבן. דער 86־יאָריקער מיקי גאָלדמאַן איז איינער פֿון זיי.
* * *
די עלטערע אײַנוווינער פֿון ירושלים, און פֿון גאַנצן לאַנד, געדענקען נאָך זייער גוט יענע טעג ווען עס איז פֿאָרגעקומען דער אײַכמאַן־פּראָצעס, ווען זיי איז געלונגען אַרײַנצוקומען אין דעם ניט גאָר גרויסן זאַל, צו הערן די האַרץ־רײַסנדיקע שילדערונגען פֿון די לעבעדיקע עדות־זאָגער.
זיי געדענקען די רירנדיקע שילדערונגען פֿון דעם אומפֿאַרגעסלעכן עדות "קאַצעטניק", וועלכער איז בשעת זײַן שטיין פֿאַר דער גלעזערנער שטײַג, וווּ עס איז געזעסן דער "מאָנסטער" אײַכמאַן, אַוועקגעפֿאַלן אויפֿן דיל אַ פֿאַרחלשטער, און מען האָט אים אַרויסגעטראָגן פֿונעם געריכט־זאַל.
זיי געדענקען דעם עדות־זאָגן, די שילדערונגען פֿון די דיכטער אַבֿרהם סוצקעווער, אַבא קאָוונער און פֿון די צענדליקער אַנדערע לעבן־געבליבענע, על־פּי נס געראַטעוועטע, פֿון טויט. ווי קענען זיי פֿאַרגעסן דעם אויסגעשריי פֿון דעם פּראָקוראָר גדעון האַוזנער, בעת ער האָט דערקלערט אין זײַן באַשולדיקונגס־אַקט, אַז "...איך שטיי דאָ און רעד דאָ, אין נאָמען פֿון די זעקס מיליאָן אומגעבראַכטע, דערמאָרדעטע קדושים: פֿרויען, מענער, קינדער און אַלטע לײַט!"
זײַן אויסגעשריי האָט דאַן אָפּגעהילכט ניט נאָר צווישן די ווענט פֿון געריכט־זאַל אין ירושלים. עס האָט דערשיטערט און אויפֿגערודערט דעם געוויסן פֿון דער מענטשהייט איבער דער גאָרער וועלט, אין יענע נאָכמלחמה־יאָרן.
מיט עקל און ציטער האָבן די אָנוועזנדיקע אין זאַל אָנגעקוקט דעם "מאָנסטער", דעם "חיה־מענטש", וואָס איז געזעסן אין דער גלעזערנער שטײַג.
* * *
דער 86־יאָריקער מיקי גאָלדמאַן איז מיט צוויי וואָכן צוריק געשטאַנען אין דעם "וואַנזעע־הויז" אין בערלין און געשילדערט פֿאַר די הײַנטצײַטיקע הויכע באַאַמטע אין דער דײַטשישער רעגירונג און געזעלשאַפֿט די טראַגעדיע פֿון ייִדישן פֿאָלק אין די יאָרן פֿון חורבן און די ראָלע וואָס אַדאָלף אײַכמאַן און זײַנע מיטהעלפֿער האָבן געהאַט אין דעם.
מיקי גאָלדמאַן איז הײַנט צו טאָג אַ פּענסיאָנער, אַ זיידע פֿון פֿינף אייניקלעך, אַ וואָלונטיר אין "יד־ושם". ער איז אַ מיטגליד פֿון דער קאָמיסיע וואָס אָנערקענט די "חסידי־אומות־העולם" אין דער קריסטלעכער וועלט, וועלכע האָבן געהאָלפֿן און געראַטעוועט ייִדן פֿון טויט, אין דער צײַט פֿון דעם חורבן, דער שואה.
ער איז איצט געקומען קיין בערלין מיט אַ דעלעגאַציע פֿון ישׂראל־פּערזענלעכקייטן און געוועזענע קאַצעטלער. איינער פֿון זיי איז געווען יוסף פּלד (פּעלעד), אַ געוועזענער קאַצעטלער, הײַנט אַ מיניסטער אין דער ישׂראל־רעגירונג.