די פּאָליציי אין אַשדוד קוקן איבער דעם היזק נאָכן אַטאַק פֿון אַ ראַקעט פֿון עזה, מאָנטיק |
Credit: Getty Images |
הײַיאָר זענען מיר אין ישׂראל געווען געבענטשט מיט אַ סך רעגנס וואָס האָבן אָנגעפֿילט די שטענדיק טרוקענע טײַכן און קוואַלן, מיט ממש שטורעמדיקע וואַסערן.
דער באַרג חרמון אין צפֿון פֿון לאַנד, און אַנדערע הויכע פּלעצער, זענען באַדעקט געוואָרן מיט אַ ווײַסן, טיפֿן שניי־באַדעק, אַפֿילו ירושלים האָט זוכה געווען צו עטלעכע טעג פֿון דעם זעלטענעם שניי, וואָס האָט פֿאַרשאַפֿט קינד־און־קייט אַ סך פֿאַרגעניגן.
די וואַרעמע זון האָט צעפּראַלט די קנאָספּן פֿון די ביימער, און אַלץ אַרום האָט זיך צעבליט מיט פֿיל פֿאַרביקע בלומען און זאַפֿטיקע גרינע גראָזן און צוויטן, וואָס פֿאַרשיכּורן ממש יעדן איינעם מיט זייערע אַראָמאַטישע ריחות.
מיר האָבן געהאָפֿט, אַז דער הײַיאָריקער פֿרילינג וועט אונדז ברענגען אַ ביסל רו און גענעזונג צו אונדזער פֿיזישן און גײַסטיקן צושטאַנד, אַ פֿאַרלײַכטערונג און אַ געוויסע לייזונג צו אַלע אונדזערע פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, געזעלשאַפֿטלעכע און אַפֿילו פּערזענלעכע פּראָבלעמען, וואָס באַשעפֿטיקן אונדז און באַשווערן אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן.
מיר האָבן געהאָפֿט, אַז אין ליכט פֿון די פּאָליטישע געשעענישן וואָס האָבן אויפֿגערודערט די מערסטע שכנותדיקע לענדער אַרום אונדז, וועט אונדזער קליין לענדעלע אויסמײַדן אַלע מעגלעכע געפֿאַרן און סכּנותדיקע ענדערונגען, און פֿאַרבלײַבן אַן אינדזל פֿון אײַנגעהאַלטענער זעלבסט־באַהערשונג. און לייזן אירע אינערלעכע און אויסערלעכע פּראָבלעמען מיט ווירדע, כּבֿוד און זיכערהייט.
ליידער, פֿירן זיך אויף אונדזערע פֿירער און פּאָליטיקער, אונדזערע געזעצגעבער אין כּנסת און די פֿאַרשיידענע פּאַרטיי־עסקנים אויף די אינטערנאַציאָנאַלע און נאַציאָנאַלע אַרענעס ניט אויף דעם געהעריקן ניוואָ.
די שׂונאי־ישׂראל אַרום אונדז און אין דער גאָרער וועלט זיצן ליידער ניט מיט פֿאַרלייגטע הענט. זיי לויערן און פּלאַנירן אומאויפֿהערלעך צו פֿאַרניכטן אונדזער מדינה. די פֿאַרשיידענע טעראָר־גרופּעס, ווי "כאַמאַס", "כעזבאָלאַ", "פֿת״ח" (פֿאַטאַך) און אַ צאָל אַנדערע, מיט דער אַקטיווער שטיצע פֿון איראַן, בראָש מיט זייערע פֿירער אַכמאַדינעדזשאַד און כאָמייני, הערן ניט אויף צו פּלאַנירן פֿאַרשיידענע טעראָר־אַקטן אין און אויסער די גרענעצן פֿון דער מדינה. זיי גרייטן אָן אַן איבעררײַס זייערע נוקלעאַרע באָמבעס, ניט געקוקט אויף דער קעגנערשאַפֿט פֿון אַ צאָל אייראָפּעיִשע און אַפֿילו מוסולמענישע לענדער, און זייערע עקאָנאָמישע סאַנקציעס אויף איראַן.
מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָבן זיך ווידער באַנײַט די ראַקעטן־אַטאַקעס פֿון איבער דעם עזה־פּאַס אויף די דרום־שטעט און ייִשובֿים אין ישׂראל.
דער שווערער שטילשטאַנד וואָס האָט געהערשט זינט דער לעצטער מלחמה אין יאָר 2009 האָט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן און מיר געפֿינען זיך ווידער אין אַ מלחמה־צושטאַנד.
העכער אַ מיליאָן אײַנוווינער אין די ישׂראל־שטעט אַשקלון, אַשדוד, באר־שבֿע, קרית־מלאכי, גן־יבֿנה, נתיבֿות און אַנדערע קלענערע ייִשובֿים, געפֿינען זיך אין אַן אומאויפֿהערלעכן קריגס־מצבֿ פֿון די ראַקעטן־אַטאַקעס פֿון איבער דער גרענעץ מיט דעם עזה־פּאַס.
די ישׂראל־אַרמיי איז באַצײַטנס געווען גרייט אָפּצושטעלן די דאָזיקע אַטאַקעס און ענטפֿערן מיט אַלע מאָדערנע מיטלען.
באַזונדערס האָבן זיך די טעראָר־אַקטן פֿאַרשטאַרקט ווען די ישׂראל־עראָפּלאַנען האָבן אומגעבראַכט פֿון דער לופֿטן אַ צאָל טעראָריסטישע גרופּעס, נאָך איידער זיי האָבן געקענט אויספֿירן זייערע פּלענער און ספּעציעל ווען עס איז געלונגען די ישׂראל־כּוחות צו ליקווידירן אַ צאָל טעראָריסטן, בראָש מיט דעם גוט־באַקאַנטן אָנפֿירער און פּלאַנירער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער ווידערשטאַנד־באַוועגונג, זוהר אַל־קייסי און זײַן פֿאַרטרעטער.
די אײַנוווינער פֿון די שטעט און ייִשובֿים זענען אין די דאָזיקע טעג אויסגעשטעלט צו די טעראָר־אַקטן און ראַקעטן וואָס פֿאַלן אוימאויפֿהערלעך. ניט אין אַלע פֿון די מקומות זענען ליידער דאָ גענוג שוצבונקערס און פּלעצער זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די ראַקעטן. דאָס לעבן גייט אָן, ווי ווײַט מעגלעך, אין די דאָזיקע באַדינגונגען, די לימודים אין די שולן גייען אָן מיט אַן איבעררײַס פֿון עטלעכע טעג. עס זענען אָפּגעשטעלט געוואָרן די לימודים אויך אין די העכערע לערנאַנשטאַלטן, ווי אין באר־שבֿע, אַשקלון, אַשדוד א״אַ.
דערווײַל באַמיִען זיך געוויסע לענדער צו פֿאַרמיטלען צווישן די פֿאַרשיידענע גרופּעס, סײַ אין דעם עזה־פּאַס און סײַ מיט די ישׂראל־אינסטאַנצן.
לויט ווי עס ווערט באַריכטעט אין דער פּרעסע און אין דער מעדיאַ פֿון ביידע זײַטן, זענען דאָ געוויסע אָנדײַטונגען, אַז מען וועט אפֿשר קומען צו אַ געוויסן שטילשטאַנד מיט דער הילף פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דער "יו־ען" אין ניו־יאָרק, און מיט אַ צאָל אייראָפּעיִשע לענדער.
מיר ווילן האָפֿן, אַז מיר וועלן קענען פֿײַערן דעם יום־טובֿ פּסח אין אַ רויִקן צושטאַנד און אויך געניסן פֿון אַ רויִקן זומער. אפֿשר וועט מען דערגרייכן אַ געוויסע פּשרה מיט דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט און אירע שטיצער, און מען וועט אײַנשטילן די געפֿאַרן וואָס לויערן אויף אונדז פֿון איראַן און אַלע אַנדערע מקומות.
הלוואַי!