מיר ווייסן נישט, צי אין אַראַביש אָדער אין עבֿרית איז דאָ אַזאַ ווערטל, אָבער אין ייִדיש קלינגט עס אַזוי: "די שטוב ברענט, און דער זייגער גייט". בערך אַזוי קאָן מען אָפּשאַצן דעם מצבֿ הײַנט אין ישׂראל, ווען סײַ די ישׂראלים, אויף זייער אופֿן, און סײַ דער פּאַלעסטינער "כאַמאַס", ווי זיי קענען, גייען ווײַטער אָן מיט די מיליטערישע אַקציעס איינער קעגן דעם אַנדערן; אָבער אין דער זעלבער צײַט, אין עגיפּטן, פֿירן ביידע צדדים פֿאַרהאַנדלונגען וועגן אַ פֿײַער־איבעררײַס און שליסן סוף־כּל־סוף אַן אָפּמאַך, וואָס וועט זיך אָנהייבן דעם 19טן יוני, 6 אַזייגער אינדערפֿרי.
די אַראַבישע פּרעסע האָט וועגן די פֿאַרהאַנדלונגען און אַזאַ מעגלעכקייט פֿון קומען צו אַ שטילשטאַנד־אָפּמאַך געשריבן פֿריִער. די פֿאָרשטייער פֿונעם ישׂראלדיקן מיניסטער־קאַבינעט האָבן ערשט דעם 18טן יוני געמאָלדן, אַז פּרעמיער אָלמערט און דער שוץ־מיניסטער ברק האָבן זיך מיטן אָפּמאַך באַקענט און אים באַשטעטיקט.
צוריק גערעדט, נישט די פּינקטלעכע דאַטע איז דאָך וויכטיק; דער פֿאַקט אַליין, אַז ישׂראל האָט נאָכגעגעבן און זיך געזעצט צום פֿאַרהאַנדלונג־טיש מיט טעראָריסטן, האָט געשטעלט ישׂראל אין אַ צווייפֿלהאַפֿטער לאַגע. ערשטנס, האָט זי דערמיט אָנערקענט די לעגיטימאַציע פֿון "כאַמאַס", וואָס האָט געשטרעבט צו דעם באַלד נאָך די פּאַרלאַמענט־וואַלן אין 2006. צווייטנס, האָט דער אָפּמאַך נאָך מער אונטערגעריסן דעם אויטאָריטעט פֿון מאַכמוד אַבאַס, דעם פּאַלעסטינער פּרעזידענט, מיט וועלכן די ישׂראל־רעגירונג פֿירט אויך פֿאַרהאַנדלונגען און קיין שום רעזולטאַטן האָבן זיי ביז איצט נישט געבראַכט.
צי ס‘וועט פֿון דעם אַלעמען זײַן אַ תּכלית? מיר ווייסן שוין גוט, אַז אין די ישׂראל־פּאַלעסטינער באַציִונגען זײַנען שוין נישט איין מאָל געשלאָסן געוואָרן אָפּמאַכן וועגן פֿײַער־איבעררײַסן, און יעדעס מאָל האָט אַזאַ איבעררײַס זיך איבערגעריסן מיט אַ נײַעם פֿײַער, נאָך אַ גרעסערן ווי פֿריִער.
פֿאַר וואָס "כאַמאַס" איז פֿאַראינטערעסירט אין אַזאַ אָפּמאַך איז קלאָר; דאָס ווייסט מען גוט אין ישׂראל — קודם־כּל, כּדי צו באַפֿרײַען זיך פֿון דער בלאָקאַדע. פֿאַרן "כאַמאַס" איז עס וויכטיק סײַ פּאָליטיש ("דער ציוניסטישער שׂונא האָט נאָכגעגעבן, הייסט עס, געקראָגן אַ מפּלה!"); און צווייטנס, טאַקע אויפֿצושטעלן די שפּײַז־זאַפּאַסן און אָנצופֿילן די געהיים־סקלאַדן מיט נײַ געווער.
פֿאַר וואָס דאַרף עס ישׂראל? נאָך יענע וואָך איז אויף אַ ספּעציעלער זיצונג פֿונעם פֿאַרקלענערטן זיכערהייט־קאַבינעט אַרומגערעדט געוואָרן די פֿראַגע וועגן די ברירות — אַ ברייט־מאַסשטאַביקער אָנגריף אויף "כאַמאַס", אָדער אַן אָפּמאַך מיט "כאַמאַס" וועגן אַ פֿײַער־איבעררײַס. דער באַשלוס פֿון דער זיצונג איז באַוווּסט — צו פֿאַרהאַנדלען, כאָטש מע ווייסט גוט, אַז יעדע פֿאַרהאַנדלונג גיט צו כּוח דעם שׂונא.
ס‘איז קיין צווייפֿל נישט, אַז לויטן אָפּמאַך, וועט ישׂראל עפֿענען די צוויי קאָנטראָל־פּונקן בײַ די גרענעצן מיט עזה; אַז ישׂראל וועט אַראָפּנעמען דעם פֿאַרווער אַרײַנצופֿירן אַהין שפּײַז־פּראָדוקטן, סחורות און רוישטאָף; מע וועט אויך עפֿענען דעם קאָנטראָל־פּונקט אין רפֿיח, אויף דער גרענעץ מיט עגיפּטן... די פֿראַגע איז אָבער, צי וועט "כאַמאַס" זיך האַלטן בײַ אירע צוזאָגענישן? צי וועט זיך אומקערן אַהיים דער פֿאַרכאַפּטער גילעד שלית? צי וועלן די אײַנוווינער פֿון שׂדרות, אַשקלון און די ייִשובֿים, וואָס געפֿינען זיך בשכנות מיט עזה, אויפֿהערן אויפֿצוציטערן פֿון די וואָרענונג־סירענעס?
דער פֿאָרשטייער פֿון "כאַמאַס", פֿאַוזי באַרכום, האָט קלאָר און דײַטלעך דערקלערט: "׳כאַמאַס׳ וועט זיך האַלטן אין די ראַמען פֿונעם אָפּמאָך, אָנגענומען אין עגיפּטן; מיר לאָזן אָבער נאָך זיך דאָס רעכט צו ענטפֿערן אויף יעדער ישׂראל־אַגרעסיע".
פֿון אָלמערטס קאַנצעלאַריע אין ירושלים איז אַרויס אַ זיפֿץ: "דאָס איז נאָך איין שאַנס פֿאַר אַ שטילשטאַנד". אַנדערש געזאָגט — נאָך איין שאַנס אויסצופּרוּוון ווי לאַנג קאָן יעדער פֿון די צדדים אויסהאַלטן אָן בלוטפֿאַרגיסונג.