די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער זשורנאַל "Science" איבערגעגעבן, אַז די וויסנשאַפֿטלער בײַם ירושלמער "פֿאָרש-צענטער פֿון נאַטירלעכער מעדיצין אויפֿן נאָמען פֿון לויִס באָריק" האָט זיך אײַנגעגעבן אויפֿצוציִען אַ טייטלבוים פֿון אַן אוראַלטן קערן, געפֿונען אין די רויִנען פֿון דער באַרימטער פֿעסטונג מצדה. די פֿאָרשער האָבן באַשטימט, אַז דאָס קערנדל איז געווען 2,000 יאָר אַלט. ביז הײַנט האָט זיך קיינעם נישט אײַנגעגעבן אויפֿצולעבן אַזאַ אַלט געוויקס.
מיט 6 יאָר צוריק האָט דער זשורנאַל פֿון דער אַמעריקאַנער באָטאַנישער געזעלשאַפֿט איבערגעגעבן, אַז אַ גרופּע פֿאָרשער פֿון אַמעריקע און כינע האָבן אויפֿגעצויגן אַ לאָטאָס-פֿלאַנץ פֿון אַ קערנדל, געפֿונען אויפֿן דעק פֿון אַ לאַנג-אויסגעטריקנטער כינעזישער אָזערע. לאָטאָס ("Nelumba nucifera") איז אַ מין וואַסער-ליליע מיט פּרעכטיקע בלויע אָדער ראָזעווע בלומען, וועלכע שפּילט אַ מערקווירדיקע ראָלע אין דער קולטור פֿון אַ צאָל אוראַלטע פֿעלקער.
אין אינדיע ווערט די לאָטאָס-בלום — "פּאַדמאַ" — אַסאָציִיִרט מיטן אינערלעכן עצם פֿון דער מענטשלעכער נשמה, מיטן ג-טלעכן באַשאַפֿונג-כּוח אינעם אוניווערס, און אַנדערע רוחניותדיקע ענינים; די באַקאַנטע מעדיטאַציע-פּאָזיציע אין יאָגאַ, ווען מע זיצט אויף דער ערד מיט צונויפֿגעלייגטע פֿיס, הייסט עס "לאָטאָס-פּאָזע". אין כינע ווערט די דאָזיקע בלום באַערט ווי אַ סימן פֿון ריינקייט און שיינקייט.
די אוראַלטע מיצריים האָבן זיך באַצויגן מיט אַ באַזונדערן כּבֿוד צו אַן ענלעכן מין וואַסער-ליליע, וועלכע ווערט אָפֿט אָנגערופֿן "בלויער לאָטאָס". ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין דער ייִדישער טראַדיציע שפּילט לאָטאָס אָדער ליליע, מעגלעך, אויך אַ וויכטיקע ראָלע. אינעם תּנ״ך, אין "שיר-השירים", איז פֿאַראַן אַ באַקאַנטער פּסוק: "כּשושנה בין החוחים כּן רעיתי בין הבנות" — "ווי אַ רויז צווישן די דערנער איז מײַן באַליבטע צווישן די מיידלעך". אין דער ייִדישער טראַדיציע, בפֿרט אין קבלה, ווערט "שיר-השירים" באַטראַכט ווי אַ טיף-מיסטישער טעקסט, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן די באַציִונגען צווישן די ייִדן און דעם באַשעפֿער, ווי אויך וועגן פֿאַרשיידענע סודות פֿונעם וועלט-באַשאַפֿונג. דער נבֿיא הושע פֿאַרגלײַכט דאָס ייִדישע פֿאָלק אויך מיט אַ "שושן", וואָס ווערט געוויינטלעך אָפּגעטײַטשט ווי אַ "רויז".
ס׳רובֿ מפֿרשים, ווי אויך די אוראַלטע גריכישע איבערזעצונג פֿונעם תּנ״ך, איז אָבער נישט מסכּים מיט אַזאַ פֿאָלקס-אָפּטײַטש. זיי באַטאָנען, אַז "שושנה" איז, אין דער אמתן, אַ ליליע. אַ טייל מאָדערנע פֿאָרשער זענען משער, אַז דאָס דאָזיקער וואָרט מיינט "לאָטאָס" — די וואַסער-ליליע, וועלכע האָט געדינט ווי אַ פֿאַרשפּרייטער פּאָעטישער סימבאָל אינעם אוראַלטן מיטל-מיזרח.
אין אַזאַ פֿאַל, פֿאַלט דער אינדישער סימבאָליזם פֿונעם לאָטאָס וווּנדערלעך צונויף מיטן ייִדישן "ליליע-סימבאָליזם". דער יסודותיקער קבלה-ספֿר "זוהר" הייבט אָן מיט דעם דערמאָנטן פּסוק וועגן "שושנה" צווישן די דערנער; די דאָזיקע בלום סימבאָליזירט אין קבלה די ייִדישע נשמה, דאָס ייִדישע פֿאָלק, די הייליקע שכינה, ווי אויך דעם אַקטיוון ג-טלעכן כּוח פֿון וועלט-באַשאַפֿונג. דער קאָנטעקסט פֿונעם "זוהר" שטימט מער מיטן געשטאַלט פֿון אַ רויז, און ווערט טאַקע אַזוי אינטערפּרעטירט אין דער ייִדישער קולטור — למשל, אינעם באַקאַנטן ניגון פֿונעם קאַלעווער רבין — "רויז, רויז, ווי ווײַט ביסטו".
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די כינעזישע און אַמעריקאַנער וויסנשאַפֿטלער האָבן אויפֿגעלעבט דווקא אַ פֿלאַנץ, וועלכער שפּילט אַ גרויסע סימבאָלישע ראָלע בײַ אַ סך אוראַלטע פֿעלקער — אַרײַנגערעכנט, מעגלעך, די ייִדן. די ישׂראלדיקע באָטאַניקער האָבן געשלאָגן דעם פֿריִערדיקן רעקאָרד און האָבן איצט אויפֿגעלעבט אַן אוראַלטן פֿרוכטבוים, וועלכע שפּילט, מסתּמא, נאָך אַ גרעסערע ראָלע אין דער מענטשלעכער געשיכטע, און ווערט אָנגערופֿן אינעם תּנ״ך ווי איינער פֿון די זיבן מינים פֿרוכטן און תּבֿואות, מיט וועלכע עס ווערט באַרימט ארץ-ישׂראל.
די אַרכעאָלאָגישע פֿאָרשונג האָט געוויזן, אַז דאָס אוראַלטע קערנדל האָט איבערגעלעבט די טראַגישע מפּלה פֿון מצדה, וווּ בערך 1,000 ייִדישע העלדן האָבן זיך גענומען דאָס לעבן, כּדי די רוימישע סאָלדאַטן זאָלן נישט קענען זיי פֿאַרכאַפּן. פֿאַר זייער טויט, האָבן די באַשיצער פֿון דער פֿעסטונג פֿאַרברענט ס׳רובֿ זייערע שפּײַז-זאַפּאַסן; דאָס איבערגעבליבענע טייטל-קערנדל איז געפֿונען געוואָרן אינעם יאָר 1965.
די פֿאָרשער, בראָש מיט שׂרה סאַלאָן, די דירעקטאָרין פֿונעם "צענטער פֿון נאַטירלעכער מעדיצין", האָפֿן צו געפֿינען אומבאַקאַנטע רפֿואה-אייגנשאַפֿטן אינעם אויפֿגעלעבטן אוראַלטן בוים, וועלכער האָט שוין דערגרייכט 4 פֿוס די הייך, ווי אויך אַ מעגלעכע אימוניטעט קעגן קראַנקייטן און אינסעקטן. דער קליינער בוים האָט באַקומען דעם נאָמען פֿונעם תּנ״כישן אַריכות-ימימניק — "מתושלח". צום יאָר 2010 האָפֿן די וויסנשאַפֿטלער אויסצוגעפֿינען, צי דער אוראַלטער טייטלבוים וועט זײַן פֿרוכטבאַר.