ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איסאַק ווײַנשעלבוים
אַבֿרהם רעכטמאַן פֿאַרשרײַבט די זכרונות פֿון זײַן זיידן, בראַילאָוו, אוקראַיִנע, 1914
אַבֿרהם רעכטמאַן פֿאַרשרײַבט די זכרונות פֿון זײַן זיידן, בראַילאָוו, אוקראַיִנע, 1914

במשך פֿון די לעצטע פֿופֿצן יאָר האָט מען אין פּעטערבורג זיך גענומען צו די רײַכע אוצרות פֿון ש. אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין אוקראַיִנע און וואָלין, 1912 — 1914. אין די 1990ער און אין די לעצ­טע יאָרן זענען אָרגאַניזירט געוואָרן אויס­שטעלונגען, צוזאַמענגעשטעלט קאַטאַלאָגן פֿון די זאַמלונגען, און מע רעדט אויך וועגן גרינדן אַן עטנאָגראַפֿישן מוזיי, וווּ מע זאָל קענען אויסשטעלן אַ סך פֿון אַנ־סקיס מאַטע­ריאַלן.

אָבער ביז די 1990ער יאָרן האָט מען נישט קיין סך געזען אָדער געלייענט וועגן זײַנע זאַמלונגען. איינער פֿון די איינציקע מקורים איז געווען דאָס בוך זכרונות פֿון אַבֿרהם רעכטמאַן, אַ מיטאַרבעטער פֿון ש. אַנ־סקי אין די עקספּעדיציעס. אין זײַן ווערק "ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר", אַרויס אין אַרגענטינע אין 1958, שרײַבט ער וועגן זײַן באַטייליקונג אין די עקספּעדיציעס, און דערציילט איבער וואָס ער האָט געהערט און געזען.

אַברהם רעכטמאַן איז געבוירן געוואָרן אין פּראָסקורעוו, פּאָדאָליע, אין 1890 און געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1972. ווען מע האָט אים געוואָלט נעמען אין דער רוסישער אַרמיי, אין 1915, איז ער אַנטלאָפֿן דורך סיביר, כינע, יאַפּאַן, און, אין 1916, אָנגעקומען קיין אַמעריקע, וווּ ער האָט אויפֿגעשטעלט אַ ייִדישע דרוקערײַ. אין דער זעלבער צײַט, האָט ער געשריבן אין די ניו־יאָרקער צײַטונ­גען, און געווען נײַעס־רעדאַקטאָר פֿאַר דער אָרטאָדאָקסישער טאָג־צײַטונג "דאָס ייִדישע ליכט".

דאָס באַטייליקן זיך אין אַנ־סקיס עקספּע­דיציעס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אומגע­ריכטע סורפּריזן. געוויינטלעך, האָבן די ייִדן נישט פֿאַרשטאַנען וואָס מע וויל פֿון זיי פֿאַרשרײַבן — לידער? מעשׂיות? וואָס פֿאַר אַ משוגענער וויל הערן די אַלטע זאַכן? דער­צו האָבן די אָפֿיציעלע באַאַמטע אין די שטעט און שטעטלעך אויך נישט פֿאַרשטאַ­נען וואָס הייסט עטנאָגראַפֿיע און פֿון וואָס אַזאַ עקספּעדיציע באַשטייט. רעכטמאַן דער­ציילט, אַז אין 1914, נאָך דעם ווי די ערשטע וועלט־מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן, האָט מען אַרעס­טירט אים און דעם קינסטלער ש. יודאָווין אין זשיטאָמיר, אונטערן חשד, אַז זיי זענען שפּיאָנען. ער שרײַבט — "געפֿירט דער­צו האָט דאָס, וואָס מיר האָבן, צוליב אונדזער אַרבעט, זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ פֿאָטאָגראַ­פֿישן אַפּאַראַט און גענומען ביל­דער אין דער עפֿנטלעכקייט. מ׳האָט אונדז ביידן גע­שטעלט אונטער אַרעסט, און די פּאָ­ליציי האָט קאָנפֿיסקירט די אָנגעקליבענע מאַ­טעריאַלן, וואָס מיר האָבן דעמאָלט געהאַט בײַ זיך, ווי אויך אַלע פֿאָטאָגראַפֿישע פּלאַטן." ווען אַנ־סקי איז געווויר געוואָרן וועגן דעם אַרעסט, האָט ער באַקומען אַ דאָקומענט צו באַווײַזן, אַז די צוויי אַרבעטן פֿאַרן "צאַרישן אַנטראָפּאָלאָגיש־עטנאָגראַפֿישן מוזיי" און די זשיטאָמירער פּאָליציי האָט זיי באַפֿרײַט.

ווען די עקספּעדיציעס האָבן זיך געענ­דיקט אין 1914, האָט אַנ־סקי זיך גענומען צונויפֿצושטעלן דאָס בוך "די ייִדישע עטנאָגראַפֿישע פּראָגראַם" און רעכטמאַן איז געווען צווישן די פֿאָרשער וואָס האָבן אים געהאָלפֿן. דער ערשטער באַנד, "דער מענטש", איז אַרויס אונטער דער רעדאַקציע פֿונעם רוסישן עטנאָגראַף ל. י. שטערנבערג. דער צווייטער באַנד "שבת און יום־טובֿ" האָט מען נאָר אָנגעהויבן זעצן, אָבער ער איז קיין מאָל נישט אַרויס אין דרוק.

אין זײַן בוך נעמט רעכטמאַן אַרײַן, דער עיקר, די לעגענדעס און פֿאַרצייכענונגען, וואָס ער האָט פֿאַרשריבן אין אַ העפֿט. זײַן גרויסע זאַמלונג פֿון 1500 עטנאָגראַפֿישע בילדער און הונדערטער העפֿטן מיט נאָטיצן האָט ער איבערגעלאָזט אין זײַן היימשטאָט פּראָסקורעוו, און זיי זענען פֿאַרפֿאַלן גע­וואָרן בעת די פּעטליורע־פּאָגראָמען. די לעגענדעס, שרײַבט ער, "האָב איך פֿאַרשריבן אויף דעם אופֿן ווי ס‘איז בײַ מיר פֿאַרבליבן אין זכּרון פֿון בימים ההם... אַזוי פּשוט, אַזוי פּרימיטיוו־אײַנפֿאַך און גוזמהדיק — ווי ס‘איז געווען דער שטייגער פֿון די דעמאָלטיקע ליבע, האַרציקע ייִדן, גוטמוטיק צו רעדן און באַריכות צו דערציילן".

וואָס איז אַ לעגענדע? אין דער שטודיע פֿון פֿאָלקלאָר, טיילט מען אָפּ לעגענדעס פֿון פֿאָלקס־מעשׂיות לויט עטלעכע מאָסן. לעגענדעס דערציילט מען ווי אמתע געשע­ענישן, אַ מעשׂה — ווי אַן אויסגעטראַכטע; לעגענדעס זענען פֿאָרגעקומען אין דעם נאָענטן עבֿר, די מעשׂיות קומען פֿאָר אין דער צײַט פֿון "אַמאָל איז געווען"; די העלדן פֿון לעגענדעס האָבן אמתע נעמען, אין די מעשׂיות האָבן די העלדן אַלגעמיינע נעמען ווי "דער פּרינץ", "דער רבֿ" און אאַ״וו. פֿאַרשטייט זיך, אַז מע טראַכט אַרײַן אין די קריטעריעס, ווערן זיי מער בייגעוודיק, למשל — די פֿאָלקס־מעשׂיות דערציילט מען ווי אויסגעטראַכט, אָבער קינדער פֿאַרשטייען זיי אָפֿט ווי אמתע געשעענישן.

אין דער ייִדישער טראַדיציע האָט מען פֿאַרשיידענע מינים לעגענדעס: וועגן נסים, גרויסע מענטשן, רבנים און רביים, און, ווי מע לייענט אין די ווײַטערדיקע מוסטערן, געזאַמלט פֿון אַבֿרהם רעכטמאַן, לעגענדעס וועגן ספּעציעלע ערטער אין שטעטלעך — קבֿרים, ,שילן, און בערגלעך.

לעגענדעס

פֿון “ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר"

קבֿר פֿון ר' לייב “בעל־פּרנסה"

אין שאַריגראָד אויפֿן אַלטן בית־הקבֿרות, איז פֿאַראַן אַ קבֿר פֿון אַ צדיק מפֿורסם ר' לייב בעל־פּרנסה. דערציילן זקנים, אַז דער צדיק ר' לייב האָט איבערגעלאָזט אַ צוואה צו זײַנע קינדער, אין וועלכער ער האָט זיי פֿאַרזאָגט, אַז ביז צען דורות נאָך זײַן פּטירה טאָרן זיי אויף זײַן קבֿר נישט בעטן אויף קיין פּרנסה, ווײַל ער וועט זיך פֿאַר זיי נישט קענען משתּדל זײַן — צוליב אָט דער מעשׂה־שהיה:

ווען ר' לייב איז נאָך געווען אַ פּיצל קינד אין די וויקעלעך, איז אַ באַנדע רויבער, — איינע פֿון די באַנדעס, וואָס האָבן אַזוי אָפֿט געבושעוועט אין אוקראַיִנע, — באַפֿאַלן שאַריגראָד, גערויבט און געמאָרדעט און קיינער איז נישט געווען זיכער מיטן לעבן. זײַנע עלטערן, מיט נאָך עטלעכע ייִדן, איז געלונגען צו אַנטלויפֿן אין די אַרומיקע בערג און זיך אויסבאַהאַלטן אין אַ הייל. איידער אָבער זיי האָבן נאָך באַוויזן אָפּצוכאַפּן דעם אָטעם, האָבן שוין די רויבער זיך דערוווּסט פֿון זייער באַהעלטעניש און זיי נאָכגעיאָגט. זײַנען זיי געווען געצוווּנגען אין געאײַל צו פֿאַרלאָזן די הייל און ווידער לויפֿן צו זוכן אַ נײַע באַהעלטעניש. איז אין דער גרויסער בהלה, אין דער פֿינצטערניש פֿון דער נאַכט, האָבן ר' לייבס עלטערן נישט באַוויזן מיטצונעמען זייער קינד פֿון דער הייל. ווען זיי האָבן זיך שפּעטער געכאַפּט, אַז דאָס קינד איז נישטאָ, איז שוין געווען צו שפּעט אומצוקערן זיך. די רוצחים האָבן שוין געהאַט אַרומגערינגלט די הייל.

האָבן די עלטערן געוויינט, געטרויערט און זיך נישט געוואָלט טרייסטן. אין עטלעכע טעג אַרום, ווען די באַנדע איז שוין געווען אַוועק, זײַנען די פֿאַרביטערטע, ייִאושדיקע עלטערן צוריק געגאַנגען צו דער הייל, כּדי אויפֿצוזוכן דעם קערפּער פֿון זייער קינד און עס לפּחות ברענגען צו קבֿר־ישׂראל. ווי דערשטוינט זײַנען זיי אָבער געוואָרן, ווען זיי זײַנען אַרײַנגעקומען אין דער הייל און געפֿונען זייער קינד אַ לעבעדיקס. ס'איז געלעגן אין די וויקעלעך, אַקוראַט אַזוי ווי זיי האָבן עס איבערגעלאָזט. ס'האָט געסמאָקעט דאָס גראָבע פֿינגערל, וואָס ס'האָט געהאַלטן אין מויל. ס'איז געווען פֿריש און געזונט. בלויז צוויי טיפֿע קנייטשן האָבן זיך געצויגן אונטער די אויגן ביז צום מויל.

ר' לייב איז דערנאָך אויסגעוואַקסן, באַרימט געוואָרן ווי אַ גרויסער צדיק און איז כּל־ימיו געווען אַ ביטערער אָרעמאַן.

פֿאַר זײַן פּטירה האָט ער צונויפֿגערופֿן זײַנע קינדער און זיי דערציילט, אַז אין יענע טעג, ווען ער איז געבליבן אין דער הייל, האָט ער זיך דערנערט פֿון זויגן זײַן גראָבן פֿינגער. דערפֿאַר איז ער דינער פֿון די אַנדערע, און געטרונקען די טרערן פֿון זײַנע אויגן. דערפֿאַר די צוויי קנייטשן, וואָס ציִען זיך אויף זײַן פּנים פֿון די אויגן ביז צום מויל. און אַז דער נס וואָס איז מיט אים דעמאָלט געשען, איז געווען אַזוי גרויס אַז ער האָט אויפֿגעגעסן זײַן פּרנסה און די פּרנסה פֿון זײַנע קינדער און קינדסקינדער ביז צום סוף פֿון צען דורות.

באַשטעטיקן טאַקע שאַריגראָדער ייִדן, אַז זײַנע קינדער און קינדסקינדער, ביז צען דורות, וווּ נאָר זיי האָבן זיך געפֿונען, זײַנען געבליבן אַלע טעג פֿון זייער לעבן עניים־ואבֿיונים, אָרעמע־לײַט אין זיבן פּאָלעס.

לודמירער שיל

דער דוכּס, גראַף לובאָמירסקי, האָט באַוויליקט צו בויען אַ שיל פֿאַר די ייִדן אין לודמיר (וולאַדימיר־וואָלינסק). האָט ער צוגעשיקט גענוג בוי־מאַטעריאַל און זײַנעם אַן אייגענעם בוימײַסטער.

און אַז דער מײַסטער האָט געפֿרעגט בײַם דוכּס ווי דיק ס'זאָלן זײַן די ווענט? האָט אים דער דוכּס געענטפֿערט: “מאַך דעם פֿונדאַמענט אַזוי ברייט, אַז איך זאָל קענען פֿאָרן איבער אים מיט מײַן קאַרעטע געשפּאַנט מיט דרײַ פֿערד אין דער ברייט. אַזוי דיק זאָלן אויך זײַן די ווענט ביז אַרויף".

ווערט טאַקע דערציילט, אַז ווען ס'איז פֿאַרענדיקט געוואָרן דאָס לייגן פֿונעם פֿונדאַמענט, איידער מ'האָט זיך גענומען צו די ווענט, איז דער דוכּס געקומען צו פֿאָרן אין זײַן גאָלדענער קאַרעטע. די לודמירער ייִדן מיטן רבֿ בראָש האָבן אים באַגעגנט בײַם פֿונדאַמענט פֿון דער שול מיט ספֿרי־תּורה אין די הענט. דער חזן מיט די משוררים האָבן געזונגען אַ ספּעציעלן “הנותן־תּשועה", וואָס דער רבֿ האָט פֿאַרפֿאַסט לכּבֿוד דעם גראַף לובאָמירסקי, און ווען דער חזן מיט גאַנץ קהל האָבן אָנגעהויבן זינגען דאָס קאַפּיטל תּהילים קי"ח: “הודו לה' כּי טובֿ כּי לעולם חסדו!" האָט דער דוכּס פֿאַרבעטן דעם רבֿ צו זעצן זיך מיט אים אין זײַן קאַרעטע, און ביידע זײַנען אַרומגעפֿאָרן איבערן פֿונדאַמענט ביז מ'האָט געענדיקט זינגען דאָס קאַפּיטל תּהילים.

דאָס בערגל פֿון קללות

ס'איז כּדאַי צו דערציילן וועגן אַ בערגל אין נעמיראָוו, וואָס מ'רופֿט: “בערגל פֿון קללות", און וואָס איז אויך אַרומגעצאַמט מיט אַ גדר און געפֿינט זיך אין סאַמע מיטן פֿונעם נעמיראָווער מאַרק. און אָט וואָס ס'ווערט דערציילט:

אין נעמיראָוו איז געווען אַ רבֿ, וועמען די גאַנצע געגנט האָט גערופֿן רבי יעקבֿ־יוסף דער “מוכיח". דער מוכיח האָט נישט געקענט סובֿל זײַן קיין עוולות און האָט קיינעם נישט געשאַנעוועט. דעריבער האָט ער געהאַט אַ סך קעגנער, וואָס זײַנען געטראָפֿן געוואָרן פֿון זײַנע שטראָפֿרייד.

האָבן אים איין מאָל, אין אַן ערבֿ־שבת, זײַנע קעגנער געכאַפּט, אַרויפֿגעזעצט אים אויף אַ וואָגן מיסט און אַרויסגעפֿירט ווײַט אויסער דער שטאָט. איז ער באין־ברירה געווען געצוווּנגען שבת צו האַלטן אויפֿן פֿרײַען פֿעלד. זונטיק אָבער איז ער, אין מיטן העלן טאָג, צוריק אַרײַנגעקומען קיין נעמי­ראָוו, זיך אַנידערגעשטעלט אויפֿן מיטן מאַרק, צווישן די גוייִשע פֿורן, וואָס זײַנען געקומען פֿון די אַרומיקע דערפֿער מיט זייע­רע פֿרויען און קינדער אײַנצוקויפֿן זייערע באַ­דערפֿענישן און צו פֿאַרקויפֿן זייערע פּראָדוקטן. האָט רבי יעקבֿ־יוסף, שטייענדיק אַזוי אויף אַ בערגל אין מיטן מאַרק, מיט זײַן ברויזנדיקער, הילכיקער שטימע געשאָלטן: אַז די שפֿע זאָל זיך אָפּטאָן פֿון נעמיראָוו, און אַז דער גאַנצער מאַרקפּלאַץ זאָל פֿאַרוואַקסן ווערן מיט גראָז.

האָבן זיך פּויערים אויפֿן מאַרק שטאַרק דערשראָקן פֿאַר זײַן אויסזען, פֿאַר די קללות פֿונעם “שעלטנדיקן ראַבין", און זײַנען זיך שנעל צעפֿאָרן. די נײַעס, אַז אַ “הייליקער ראַבין" האָט אין נעמיראָוו אין מיטן מאַרק געשאָלטן מיט בייזע קללות, האָט זיך שנעל פֿאַרשפּרייט איבער די דערפֿער פֿון דער גאַנצער געגנט. האָבן די פּויערים אויפֿגעהערט קומען אויף די יאַרידים קיין נעמיראָוו, און ס'האָט לאַנג נישט גענומען ווי דער מאַרק­פּלאַץ איז פֿאַרוואַקסן געוואָרן מיט גראָז.

דאָס אָרט אויפֿן מאַרק, וווּ דער מוכיח איז, לויט דער מסורה, געשטאַנען און גע­שאָלטן, האָט מען אַרומגעצאַמט מיט היל­צערנע שטאַכעטן און אָנגערופֿן “בערגל פֿון קללות" און ס'וואַקסן דאָרטן גאָר הויכע ווילדע גראָזן.

ווערט אויך דערציילט, אַז שפּעטער, ווען דער “מוכיח" האָט זיך געהאַט באַזעצט אין שאַריגראָד און דאָרטן משמש געווען בכתר־הרבנות, זײַנען צו אים געקומען די נעמיראָווער ייִדן און בײַ אים געבעטן מחילה. האָט ער זיי דעמאָלט מוחל געווען און צוריקגעצויגן די קללה. דאָס אָרט אָבער, וווּ ער איז געשטאַנען און געשאָלטן, איז גע­בליבן אַרומגעצאַמט. ייִדן און אַפֿילו קריסטן, האָבן זיך געהיט צוצוקומען גאָר נאָענט, ווײַל מ'האָט געגלייבט, אַז אויף דעם בערגל הויערט נאָך דעם מוכיחס קללה.

דער הייליקער שטיין אין לעכעוויטש

לעבן דער לעכעוויטשער גרויסער שול געפֿינט זיך אַ גרויסער שטיין, אויף וועלכן די לעכעוויטשער ייִדן פֿלעגן פֿאַרברענען דעם סכך פֿון זייערע סוכּות. משום מעשׂה־שהיה:

אַ גרופּע לעכעוויטשער מתנגדים מיט ר' ישׂראל־לייבל נאָוואָרעדקער, מחבר פֿון “ספֿר הוויכּוח" קעגן חסידות, בראשם, האָבן געכאַפּט דעם חסידישן רבין ר' מאָטעלע לעכעוויטשער און אים אָפּגעשמיסן אויף אָט דעם דאָזיקן שטיין. האָבן די חסידים פֿון לעכעוויטש אַרויסגעשיקט אַ קול־קורא צו ר' מאָטעלעס חסידים אין אַנדערע שטעט, אַז זיי זאָלן קומען צום רבין אויף סוכּות און מיטברענגען מיט זיך ר' ישׂראל־לייבלס “ספֿר הוויכּוח". זײַנען זיך צונויפֿגעפֿאָרן קיין לעכעוויטש אויף סוכּות אַ גאָר גרויסע צאָל חסידים. אויף מאָרגן נאָך סוכּות האָט מען גענומען דעם סכך פֿונעם רבינס סוכּה, אויך פֿון אַנדערע סוכּות, צעלייגט אַ גרויס פֿײַער, און געוואָרפֿן אין פֿײַער אַרײַן ר' ישׂראל־לייבלס מתנגדישן “ספֿר הוויכּוח".

דער שטיין איז צוליב דעם וואָס מען האָט אויף אים געשמיסן דעם רבין ר' מאָטעלע לעכעוויטשער געוואָרן פֿאַרהייליקט. מען פֿלעגט לעבן אים שטעלן חופּות, מספּיד זײַן מתים און אָפּגעהיט דעם מינהג צו פֿאַרברענען אויף אים דעם סכך.