ישׂראל געהערט צו די לענדער אויף דער וועלט וואָס האָט נישט קיין געשריבענע קאָנסטיטוציע; אָבער זי ווערט אָנגעפֿירט קאָנסטיטוציאָנעל פֿונעם ערשטן טאָג אָן זינט איר אַנטשטייונג. דער ערשטער דאָקומענט ווײַזט פֿאַקטיש אָן דעם וועג צו רעגירן אין ישׂראל, איז ישׂראלס “מגילת־העצמאות", די אומאָפּהענגיקייט־פּראָקלאַמירונג פֿון 14טן מײַ 1948.
צוויי פּאַראַגראַפֿן אין דער דאָזיקער פּראָקלאַמירונג זענען רעלעוואַנט פֿאַרן צוועק פֿונעם דאָזיקן אַרטיקל: 12 און 13.
אין פּאַראַגראַף 12 ווערט געזאָגט, אַז די “גרינדונג־פֿאַרזאַמלונג", וואָס וועט אויפֿשטיין, און די כּוונה איז געווען צו דער צוקונפֿטיקער כּנסת, וועט ביזן 1טן אָקטאָבער 1948 באַשטימען אַ קאָנסטיטוציע. פֿון דעם איז קלאָר, אַז עס עקזיסטירט די כּוונה, ישׂראל זאָל האָבן אַ פֿאָרמעלע, געשריבענע קאָנסטיטוציע. אָבער די אומאָפּהענגיקייט־מלחמה און די דעבאַטן אַרום דער פּראָבלעם אין דער ערשטער כּנסת, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1949, האָבן ביזן הײַנטיקן טאָג אָפּגעהאַלטן דאָס שאַפֿן אַ קאָנסטיטוציע.
צווישן די וואָס זענען געווען קעגן שאַפֿן אַ געשריבענע פֿולע קאָנסטיטוציע, ווי די העכסטע אינסטאַנץ צו רעגירן, זענען געווען די רעליגיעזע פּאַרטייען און דוד בן־גוריון גופֿא, דער ערשטער פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל. די רעליגיעזע פּאַרטייען האָבן געטענהט, אַז ישׂראל האָט שוין אַ קאָנסטיטוציע — די תּורה. בן־גוריון האָט נישט געוואָלט די קאָנסטיטוציע, ווײַל זי וואָלט פֿאַראייביקט די עקזיסטירנדיקע וואַלן־סיסטעם, וואָס עקזיסטירט אין ישׂראל, די סיסטעם פֿון פּראָפּאָרציאָנעלע וואַלן. בן־גוריונס שטרעבונג איז געווען אײַנצופֿירן אין די כּנסת־וואַלן די סיסטעם פֿון מערהייט.
דער אונטערשייד צווישן די פּראָפּאָרציאָנעלע וואַלן און די מערהייט־וואַלן איז: אין די פּראָפּאָרציאָנעלע וואַלן איז דער ציל אַז דער פּראָפּאָרציאָנעלער נומער צווישן די פֿאָרשטייער פֿון די פּאָליטישע פּאַרטייען אין פּאַרלאַמענט, זאָל ווי אַממערסטן זײַן ענלעך צו דער פּראָפּאָרץ צווישן די וואָס שטיצן די פֿאַרשיידענע פּאַרטייען.
אין דעם רעזולטאַט פֿון די מערהייט־וואַלן ווערט נאָר גערעכנט ווער עס האָט געזיגט, אָן דעם מע זאָל זיך רעכענען מיט דער צאָל שטימען, וואָס עס האָבן באַקומען די פּאַרטייען וואָס האָבן פֿאַרלוירן די וואַלן. די מערהייט־וואַלן זענען אײַנגעפֿלאָכטן אין דער ראַיאָנער סיסטעם. אין יעדן ראַיאָן קומען פֿאָר וואַלן, און די פּאַרטיי וואָס באַקומט אַממערסטנס שטימען, ווערן אירע פֿאָרשטייער אין דער כּנסת.
די וואָס זענען געווען קעגן דער שאַפֿונג פֿון אַ קאָנסטיטוציע, האָבן געטענהט, אַז אַזוי ווי ישׂראל געפֿינט זיך אין אַ סיטואַציע פֿון קריסטאַליזירונג און נאָר אַ מינדערהייט פֿון ייִדישן פֿאָלק געפֿינט זיך אין ישׂראל, טאָר זי נישט באַשטימען אַ קאָנסטיטוציע, וואָס וועט מחייבֿ זײַן די מיליאָנען ייִדן וועלכע דאַרפֿן נאָך אָנקומען.
דעם 13טן יוני 1950 האָט די ערשטע כּנסת באַשטעטיקט דעם פֿאָרשלאָג פֿונעם כּנסת־מיטגלידער יזהר הררי, פֿאָרזיצער פֿון דער געזעץ־קאָמיסיע, אַז די קאָנסטיטוציע וועט נישט זײַן איין דאָקומענט; ער וועט געשאַפֿן ווערן פֿון פּרקים, קאַפּיטלען, וואָס יעדער איינער וועט זײַן אַ פֿונדאַמענטאַלער געזעץ פֿאַר זיך. מיט דער צײַט וועלן אַלע קאַפּיטלען קענען געבראַכט ווערן פֿאַר דער כּנסת, כּדי צום ווערן אײַנגעבונדן אין איין קאָנסטיטוציע.
די כּנסת האָט ביז איצט באַשטעטיקט 11 פֿונדאַמענטאַלע געזעצן:
די כּנסת — 1958
אומבאַוועגלעכע גיטער — 1960
דער פּרעזידענט — 1964
די רעגירונג — 1968
די ווירטשאַפֿט — 1975
די אַרמיי — 1976
די הויפּשטאָט ירושלים — 1980
אורטיילונג — 1984
דער מדינה־קאָנטראָליאָר — 1988
דעם מענטשנס כּבֿוד און פֿרייהייט — 1992
פֿרייהייט פֿון באַשעפֿטיקונג — 1992
אין יאָר 1992 איז באַשטעטיקט געוואָרן דער באַנײַטער פֿונדאַמענטאַלער געזעץ וועגן דער רעגירונג. וואָס עס איז ביזן הײַנטיקן טאָג נישט קלאָר איז, ערשטנס: צי עס ווערט אַ פֿונדאַמענטאַלער געזעץ אַ קאַפּיטל פֿון דער צוקונפֿטיקער קאָנסטיטוציע אין דעם טאָג, אין וועלכן ער ווערט באַשטעטיקט ווי אַ געזעץ דורך דער כּנסת, אָדער נאָך דעם ווי אַלע קאַפּיטלען וועלן אײַנגעבונדן ווערן אין אַ קאָנסטיטוציע?
צווייטנס: ווי אַזוי וועלן אַלע קאַפּיטלען אײַנגעבונדן ווערן אין אַ קאָנסטיטוציע? צי וועלן אַלע קאַפּיטלען — נאָך דער באַשטעטיקונג פֿון לעצטן קאַפּיטל — אויטאָמאַטיש פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ קאָנסטיטוציע, אָדער די כּנסת וועט דאַרפֿן באַשטעטיקן אַ ספּעציעלן געזעץ פֿאַרן דאָזיקן צוועק?
ביז אַהער האָב איך זיך באַצויגן צום פּאַראַגראַף 12 פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט־פּראָקלאַמירונג. פֿאַרן הײַנטיקן אַרטיקל איז אויך רעלעוואַנט דער פּאַראַגראַף 13, אין וועלכן עס ווערט געזאָגט: “מדינת־ישׂראל וועט זיך האַלטן אויף די פֿונדאַמענטן פֿון פֿרייהייט, גערעכטיקייט און שלום לויט דער וויזיע פֿון די נבֿיאים; זי וועט אײַנפֿירן פֿולע סאָציאַלע און פּאָליטישע גלײַכבאַרעכטיקונג פֿאַר אַלע אירע בירגער אָן אונטערשייד פֿון רעליגיע, ראַסע און געשלעכט; זי וועט פֿאַרזיכערן פֿרייהייט פֿון רעליגיע, געוויסן, שפּראַך, דערציִונג און קולטור; זי וועט אָפּהיטן די הייליקע פּלעצער פֿון אַלע רעליגיעס; און וועט קאָלאַבאָרירן מיט די אינסטיטוציעס און פֿאָרשטייער פֿון דער 'יו־ען'".
כאָטש די אומאָפּהענגיקייט־פּראָקלאַמירונג האָט נישט קיין יורידיש ווערט, נאָר אַ דעקלאַראַטיוון, איז ישׂראל טרײַ די פּרינציפּן פֿון 13טן פּאַראַגראַף אין איר אומאָפּהענגיקייט־פּראָקלאַמירונג און האָט ביז הײַנט נישט באַשטעטיקט קיין איין געזעץ, וועלכער קומט אין סתּירות מיט די דאָזיקע פּרינציפּן.
ווי איך האָב באַטאָנט בײַם אָנהייב פֿון מײַן אַרטיקל, איז דוד בן־גוריונס שטרעבונג געווען צו ענדערן די וואַל־סיסטעם אין ישׂראל, וועלכע האַלט זיך ביז איצט בײַ דער פּראָפּאָרציאָנעלער שיטה. נאָך בן־גוריונען זענען געווען אויך אַנדערע ישׂראלדיקע פּאָליטיקער וואָס האָבן געטענהט, אַז די הײַנטיקע סיסטעם פֿון פּראָפּאָרציאָנעלע וואַלן איז נישט קיין עפֿעקטיווע און מען מוז זי ענדערן.
דרײַ מאָל — אין די יאָרן 1996, 1999 און 2001 — זענען פֿאָרגעקומען אין ישׂראל באַזונדערע וואַלן צו דער כּנסת און פֿאַרן פּאָסטן פֿון פּרעמיער־מיניסטער. דעם 29סטן מײַ 1996, נאָך יצחק ראַבינס מאָרד, האָט דער “ליכּוד"־פֿירער בנימין נתניהו באַזיגט דעם פֿירער פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי, שמעון פּערעס, מיט 1,501,023 שטימען קעגן 1,471,566. דעם 17טן מײַ 1999, האָט דער פֿירער פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי, אהוד ברק, באַזיגט דעם פֿירער פֿון “ליכּוד", בנימין נתניהו, מיט 1,791,020 שטימען קעגן 1,402,474. דעם 6טן פֿעברואַר 2001, האָט דער “ליכּוד"־פֿירער אַריאל שרון, באַזיגט דעם פֿירער פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי, אהוד ברק, מיט 1,698,077 שטימען קעגן 1,023,944.
עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז די ענדערונג אין דער סיסטעם פֿון רעגירן האָט גאָרנישט געביטן צום גוטן, און די כּנסת האָט באַשלאָסן זיך צוריקצוקערן צו דער פֿריִערדיקער שיטה: וואַלן פֿאַר דער כּנסת אַליין. אין די וואַלן פֿון יאָר 2003 האָט דער “ליכּוד", בראָש מיט אַריאל שרון, געזיגט. די דאָזיקע סיסטעם איז ממשיך, אָבער עס ווערן געמאַכט פֿאַרשיידענע פּרוּוון, ווי אַזוי צו באַשטימען אין יעדער פּאַרטיי אירע קאַנדידאַטן צו דער כּנסת.
ביידע הײַנטיקע גרויסע פּאַרטייען — “ליכּוד" און אַרבעטער־פּאַרטיי ("עבֿודה") — טוען עס מיט דער סיסטעם פֿון פּרײַמעריס — פֿריצײַטיקע וואַלן אין דער פּאַרטיי, אין וועלכער די קאַנדידאַטן ווערן אויסגעקליבן — דירעקט אָדער אומדירעקט — דורך אַלע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי. די דאָזיקע שיטה ווערט גערעכנט ווי אַ העכט דעמאָקראַטישע.
אָבער זי האָט אויך אירע חסרונות. עס ווערט געשאַפֿן אַן אָפּהענגיקייט, צום גוטן ווי צום שלעכטן, צווישן דעם קאַנדידאַט און דעם וואָס שטימט פֿאַר אים. אַז דער קאַנדידאַט ווערט אויסגעקליבן אין דער כּנסת, רעכנט ער זיך מער מיט דעם, וואָס עס פֿאַרלאַנגען פֿון אים די פּאַרטיי־מיטגלידער, וועלכע האָבן געשטימט פֿאַר אים. אויף אַזאַ אופֿן ווערט פֿאַרלאָזט די גרויע פּאַרלאַמענטאַרע אַרבעט, וואָס דווקא זי דאַרף זײַן דער הויפּט־ציל פֿון ווערן אויסגעקליבן אין כּנסת. די דיסציפּלין אין דער כּנסת־פֿראַקציע ווערט אָפּגעשוואַכט. עס קען באַשעדיקט ווערן די ריינקייט פֿון אויפֿפֿירונג צוליב דעם דרוק צו דערגרייכן בודזשעטן. און נאָך אַ מעגלעכער חסרון — אַז דורך דער דאָזיקער שיטה קענען אויסגעקליבן ווערן קאַנדידאַטן פֿון אַ נידעריקערן ניוואָ.
אין די רעליגיעזע פּאַרטייען ווערן די קאַנדידאַטן באַשטימט דורך זייערע רבנישע באַראַטונג־קערפּערשאַפֿטן. אַנדערע פּאַרטייען טוען עס דורך אַ "ועדה מסדרת", אַן אײַנאָרדענונג־קאָמיסיע. מיט יאָרן צוריק האָבן זיך אויך ביידע גרויסע פּאַרטייען גענוצט מיט דער אײַנאָרדענונג־קאָמיסיע, וואָס ווערט, פֿאַרשטייט זיך, נישט באַטראַכט ווי אַ דעמאָקראַטישע שיטה.
וואָס איז אַן אײַנאָרדענונג־קאָמיסיע? די פּאַרטיי־אינסטאַנצן באַשטימען אַ קאָמיסיע פֿון 3 ביז 5 מיטגלידער, אין וועלכער עס באַטייליקן זיך די מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי, וואָס זענען די העכסטע אין ראַנג, און וואָס זייער אויפֿגאַבע איז אויפֿצושטעלן די קאַנדידאַטן־ליסטע פֿון דער פּאַרטיי פֿאַר די כּנסת־וואַלן. די קאָמיסיע שליסט אײַן די קאַנדידאַטן אין דער ליסטע לויט אַן אָרדענונג, נעמענדיק אין חשבון די כּוחות פֿון די פֿאַרשיידענע גרופּעס און שיכטן, וואָס שטעלן צוזאַמען די פּאַרטיי.
די פּאַרטייען האָבן פּרובירט זיך צו באַנוצן מיט זייערע צענטראַל־קאָמיטעטן ווי אײַנאָרדענונג־קאָמיסיעס און אויסוויילן זייערע קאַנדידאַטן פֿאַר דער כּנסת אויף זיצונגען פֿון די צענטראַל־קאָמיטעטן. אָבער דאָס האָט פֿאַרוואַנדלט די דעמאָקראַטיע אין אַ מאַרק און עס זענען פֿאָרגעקומען פֿאַרשיידענע טראַנזאַקציעס; עס האָבן זיך אָרגאַניזירט ליקווידאַציע־ליסטעס. ווי די וואַלן קאָסטן געלט, האָט די שיטה פֿון לאָזן מיטגלידער פֿון צענטראַל־קאָמיטעט באַשטימען די קאַנדידאַטן, געשאַפֿן סכּנותדיקע באַציִונגען צווישן פֿאַרמעגן און מאַכט. דער אמת איז, אַז אַ באַדײַטנדיקע צאָל פֿון די קאָרופּציע־פֿאַלן אין ישׂראל אין די לעצטע יאָרן איז פֿאַרבונדן מיטן פֿינאַנצירן די וואַלן.
אַזוי ווי די אַלגעמיינע הערשנדיקע מיינונג אין ישׂראל איז, אַז די ביז איצטיקע שיטה פֿון רעגירן אין ישׂראל איז נישט עפֿעקטיוו, ווערן געמאַכט פּרוּוון אײַנצופֿירן אַ נײַע, מער געלונגענע שיטה. אָט זענען די דרײַ שיטות מעגלעכקייטן וואָס ווערן באַטראַכט:
אײַנצופֿירן אין ישׂראל די מערהייט־וואַלן־סיסטעם, אַנשטאָט די פּראָפּאָרציאָנעלע סיסטעם, אַזוי ווי דוד בן־גוריון האָט געשטרעבט.
אײַנפֿירן אין ישׂראל די פּרעזידענט־סיסטעם, אַזוי ווי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, מיט אַ רעגירונג פֿון ספּעציאַליסטן, באַשטימט דורכן פּרעזידענט.
די געמישטע שיטה: אויסצוקלײַבן אַ ליסטע פֿון די קאַנדידאַטן פֿאַר דער כּנסת בעת אַ פּרײַמעריס, און אַן אײַנאָרדענונג־קאָמיסיע זאָל פֿעסטשטעלן דעם סדר פֿון די קאַנדידאַטן אין דער ליסטע.
עס זענען פֿאַראַן אויך אַנדערע פֿאָרשלאָגן; דהײַנו: אַז אין די פּרײַמעריס זאָלן אויסגעקליבן ווערן 80 פּראָצענט פֿון די קאַנדידאַטן, און די אַנדערע 20 פּראָצענט זאָלן ווערן אויסגעקליבן דורך דער אײַנאָרדענונג־קאָמיסיע, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז אין דער ליסטע פֿון די קאַנדידאַטן זענען אײַנגעשלאָסן אויך מענטשן פֿון גײַסט און וויזיע, וואָס זענען נישט אויסגעקליבן געוואָרן אין די פּרײַמעריס. עס עקזיסטירט אַ פֿאָרשלאָג, אַז די אײַנאָרדענונג־קאָמיסיע זאָל האָבן דאָס רעכט אויסצושליסן פֿון דער קאַנדידאַטן־ליסטע, וואָס איז אויסגעקליבן געוואָרן אין די פּרײַמעריס, מענטשן וואָס האָבן אַ צווייפֿלהאַפֿטע פֿאַרגאַנגענהייט.