מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך זיך אינטערעסירט מיט אַ ייִדישן שרײַבער, וועגן וועלכן מיר האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען זייער ווייניק אינפֿאָרמאַציע. אין עפּעס אַ מאָמענט האָב איך זיך דערפֿרייט, ווען אין אינטערנעץ איז אויסגעשוווּמען דער נאָמען פֿונעם שרײַבערס זון, אַן אַמעריקאַנער קינסטלער. אָבער קיין סך נחת האָט מיר דער קאָנטאַקט ניט געבראַכט — דער שרײַבער האָט זיך געגט מיטן קינסטלערס מוטער, ווען יענער איז נאָך געווען אַ קליין קינד, אַזוי אַז קיין צוגאָב-אינפֿאָרמאַציע האָב איך ניט באַקומען. פּלוצעם, אין אַ יאָר צי אַפֿילו מער, האָב איך פֿון דעם קינסטלער באַקומען אַ בליצבריוו. מײַן פֿרייד איז געווען אַ קורצע (כ׳האָב נאָך אַלץ געהאָפֿט צו דערוויסן זיך מער וועגן זײַן פֿאָטער), ווײַל די רייד איז געגאַנגען מכּוח אַן אינטערנעץ-בלאָג, וואָס דער עטלעכע-און-אַכציק-יאָריקער מאַנצביל האָט באַשלאָסן צו פֿירן. דער הויפּט-געדאַנק פֿון זײַנע נאָטיצן איז געווען אַזאַ: מע דאַרף איבערגעבן די מאַכט אין די הענט פֿון פֿרויען, אַזוי וועט די וועלט ווערן בעסער און שטילער.
מחוץ אַמעריקע, רוסלאַנד, וואַטיקאַן און די מוסולמענישע מדינות קלינגט ניט דער דאָזיקער געדאַנק זייער אַוואַנגאַרדיסטיש, ווײַל אין זייער אַ סך לענדער זײַנען די פֿרויען אָדער געשטאַנען אָדער שטייען איצט בײַם מלוכישן רודער. אין אַמעריקע, וווּ דער פֿעמיניזם האָט די טיפֿסטע שורשים, איז עס דערווײַל ניט מקוים געוואָרן, כאָטש פֿרויען פֿאַרנעמען זייער אָנגעזעענע שטעלעס אין דער צענטראַלע און רעגיאָנעלע מלוכה-פֿירערשאַפֿט. הילאַרי קלינטאָנס קאַמפּאַניע האָט אויך באַוויזן, אַז דאָס לאַנד איז גרייט צו האָבן אַ פֿרוי אַ פּרעזידענט. ס׳איז קלאָר, אַז קלינטאָנס מפּלה האָט געהאַט ווייניק צו טאָן מיט איר געשלעכט.
קיין איין מדינה קען זיך ניט באַרימען מיט אַזאַ ניוואָ פֿון באַטייליקונג פֿון פֿרויען אין אַלע געביטן פֿון לעבן, ווי מע זעט עס אין נאָרוועגיע. און דאָס האָט צו טאָן ניט מיט דעם שיינהייט-פֿאַקטאָר — די וווּקסיקע בלאָנדע סקאַנדינאַווישע פֿרויען זײַנען דאָך באַרימט מיט אָט דעם "פֿאַקטאָר". מע טענהט, אַז די ממשותדיקע ראָלע, וואָס פֿרויען שפּילן אין דער נאָרוועגישער געזעלשאַפֿט, האָט טיילווײַז אַ היסטאָרישע דערקלערונג. די מאַנצבילן פֿלעגן פֿאַרברענגען אַ היפּשן חלק פֿון זייער לעבן אין ים, און די יבשה-געשעפֿטן האָבן געפֿירט זייערע ווײַבער. ביז די 1960ער יאָרן, ווען מע האָט דאָרטן געפֿונען נאַפֿט, איז נאָרוועגיע געווען איינע פֿון די אָרעמסטע אייראָפּעיִשע מדינות, אַ נאַציע פֿון פּויערים און פֿישער.
אַ סבֿרה, אַז עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע סיבות. לויט דער אָפּשאַצונג פֿון די "פֿאַראייניקטע פֿעלקער", האָט נאָרוועגיע געשאַפֿן די רויִקסטע לעבנס-סבֿיבֿה. דער עקאָנאָמישער דערפֿאָלג ווערט באַזירט אויף פֿאַרקויפֿן נאַפֿט און נוצן כּלערליי סאָציאַלע פּראָגראַמען פֿאַר צעטיילן אַ גרויסן טייל פֿונעם רווח צווישן דער גאַנצער באַפֿעלקערונג, וואָס איז ניט גרויס — 4.7 מיליאָן נפֿשות. למשל, אַ פֿרוי באַקומט אירע שׂכירות אין משך פֿון אַ יאָר נאָכן האָבן אַ קינד, און דער פֿאָטער פֿונעם קינד באַקומט באַצאָלטע זעקס וואָכן, ער זאָל קענען העלפֿן זײַן פֿרוי.
אין דער רויִקער, סטאַבילער און ליבעראַלער געזעלשאַפֿט, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין נאָרוועגיע, קען מען זיך פֿאַרגינען צו באַשעפֿטיקן זיך מיט ענינים, וועלכע מע האַלט דערווײַל פֿאַר ניט דרינגלעכע אין מער אָנגעשטרענגטע סאָציאַלע סבֿיבֿות. כאַראַקטעריש, אַז די איניציאַטיוו פֿון דער "פֿרויען-רעפֿאָרם" איז געקומען ניט פֿון דעם פֿעמיניסטישן לאַגער און אַפֿילו ניט פֿון די לינקע קרײַזן, נײַערט מצד אַ קאָנסערוואַטיוון פּאָליטיקער, אַנסגאַר גאַבריעלסען, וואָס האָט בשעתּו פֿאַרנומען די שטעלע פֿונעם מיניסטער פֿון מיסחר און אינדוסטריע.
אין 2002 האָט די רעגירונג פֿאָרגעלייגט אַלע קאָמפּאַניעס צו האָבן אין זייערע פֿאַרוואַלטונגען ניט ווייניקער פֿון 40 פּראָצענט פֿרויען. די דאָזיקע רעפֿאָרם האָט מען דורכגעפֿירט אין עטלעכע סטאַדיעס. מע האָט אַפֿילו געסטראַשעט מיט פֿאַרמאַכן די געשעפֿטן, וועלכע וועלן עס ניט דערגרייכן. הײַיאָר האָט די רעגירונג אַנאָנסירט, אַז אַלע קאָמפּאַניעס האָבן דעם נייטיקן חלק פֿון אָנפֿירנדיקע פֿרויען. אמת, ניט אַלע האָבן צוליב דעם באַזײַטיקט די מענער. מע האָט דאָך געקענט באַקומען די נייטיקע 40 פּראָצענט דורך פֿאַרגרעסערן די פֿאַרוואַלטונג און אָפּגעבן די נײַע ערטער דעם פֿרויען-קאָנטינגענט.
דער מוסטער פֿון נאָרוועגיע האָט אינספּירירט אויך אַנדערע מערבֿ-אייראָפּעיִשע לענדער. בערך אַזאַ געזעץ איז אָנגענומען געוואָרן אין שפּאַניע, וווּ אַלע קאָמפּאַניעס האָט מען געגעבן זיבן יאָר אויף צו דערגרייכן די פּראָפּאָרץ פֿון 40 פּראָצענט פֿרויען אין די פֿאַרוואַלטונגען. ענלעכע פּראָיעקטן ווערן איצט באַהאַנדלט אין דײַטשלאַנד און האָלאַנד. אַ סך שטיצער האָט אַזאַ אַנטוויקלונג אויך אין בריטאַניע, וווּ 6 פֿון די 22 מיניסטאָרן אין דער איצטיקער רעגירונג זײַנען פֿרויען. אָבער ניט ווייניק בריטישע פֿרויען זאָגן זיך אַרויס קעגן קוואָטעס. זיי טענהן, אַז אַ פֿרוי דאַרף פֿאַרנעמען אָנפֿירנדיקע פּאָזיציעס ניט ווײַל זי איז אַ פֿרוי, נאָר ווײַל זי איז גוט קוואַליפֿיצירט פֿאַר אַזעלכע ראָלעס.
וואָס שייך די פּראַקטישע רעזולטאַטן פֿון אײַנפֿירן קוואָטעס פֿאַר פֿרויען, וועט די צײַט ווײַזן די השפּעה פֿון אַזעלכע רעפֿאָרמען אויף די געשעפֿטן.