- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל
ווען איך האָב געטראַכט מיט אַ יאָר צוריק וועגן דער נסיעה קיין אוקראַיִנע, האָב איך שוין דעמאָלט זיך פֿאָרגעשטעלט וואָס פֿאַר אַ נס, ס‘וואָלט געווען, ווען איך געפֿין מײַן עלטער־זיידנס קבֿר אינעם בוקעווינער שטעטל, וואָס מיר רופֿן אין אונדזער משפּחה — דאָס "וויגעלע" פֿון די גאָטעסמאַנס, זוויניעטשקע, בײַם טײַך נעסטער. אין דער באָבעס זכרונות, "דורכגעלעבט אַ וועלט", געדרוקט אין 1973, באַקענט זי דעם לייענער מיט דער געשיכטע פֿונעם שטעטל, די טיפּן, און משפּחה־עפּיזאָדן פֿון דער זוויניעטשקע. מײַן באָבע, ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן (מיידלשער נאָמען — גאָטעסמאַן) איז געבוירן געוואָרן אין 1893 און געוווינט "אויף דער זוויניעטשקע" (אַזוי האָט מען בפֿירוש געזאָגט), ביז אין עלטער פֿון 15 יאָר. איר טאַטע האָט געהייסן יונה פֿישבאַך און געשטאַמט, זעט אויס, פֿון ייִגאָלניצע, גאַליציע. וועט איר פֿרעגן, טאָ פֿאַרוואָס האָט די באָבע נישט געהייסן "פֿישבאַך"? ווײַל ווען יונה פֿישבאַך און טויבע גאָטעסמאַן האָבן חתונה געהאַט, האָבן זיי זיך נישט רעגיסטרירט בײַ דער מוניציפּאַליטעט — פֿאַר זיי איז גענוג געווען צו שטעלן אַ חופּה. האָט די רעגירונג אָפֿיציעל נישט אָנערקענט די חתונה און זייערע קינדער האָבן געטראָגן דעם נאָמען פֿון זייער מאַמען, גאָטעסמאַן.
פֿון די זכרונות האָב איך שוין געוווּסט, אַז זוויניעטשקע באַשטייט פֿון צוויי בערג, און דאָס ייִדישע שטעטל איז געלעגן אין טאָל. אויף איין באַרג האָבן געוווינט די גויים, די פּויערים פֿון זוויניעטשקע, און אויפֿן צווייטן באַרג האָבן געוווינט די אײַנוווינער פֿון אַ דאָרף, כרישטשעטיק. אַ סך פֿון דער באָבעס זיסטע זכרונות פֿון די קינדער־יאָרן זענען געווען פֿאַרבונדן מיט די שפּאַצירן אויפֿן באַרג, און פֿון דאָרט, אַראָפּקוקן צום טאָל, אויפֿן נעסטער, זיך אַרײַנשמוגלען מיטן בליק אין דער שטאָט זאַלישטשיק, וואָס איז שוין געווען אין גאַליציע, (נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה געהערט עס צו פּוילן). ווי איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז מײַן עלטער־זיידנס מצבֿה קען זיך אָפּגעפֿונען נאָך אַזוי פֿיל יאָרן? ווײַל די באָבע באַשרײַבט זײַן טויט גאַנץ פּרטימדיק. יונה פֿישבאַך האָט מען אַרײַנגענומען אין אַ לײַטערהויז פֿאַר בראָנפֿן און ער האָט גוט פֿארדינט ווי אַ נאמן. אין 1895, אין מיטן פֿון אַ מגפֿה פֿון כאָלערע, איז ער מיטגעפֿאָרן מיטן בעל־עגלה מיט פֿעסלעך בראָנפֿן און איז שוין צוריקגעומען אַ טויט קראַנקער. יונה איז געווען אַ האָרעדענקער חסיד, האָט ער געזאָגט זײַן ווײַב טויבע — "וואָס שטייסטו? דינג אַ וואָגן, אַנטלויף צום רבין!". ווען זי איז אָנגעקומען צום רבין, האָט ער זי נישט געוואָלט זען, און זי האָט באַלד אײַנגעזען פֿאַר וואָס — "פּלוצעם האָט זי געזען ווי דער רבי דרייט זיך אום בײַם פֿענצטער מיט פֿאַרבראָכענע הענט. איז איר פֿינצטער געוואָרן פֿאַר די אויגן און זי האָט אָנגעהויבן פֿאַרשטיין, אַז ס‘איז נישט גוט: דער רבי וויל זי נישט זען די צעבראָכענע ייִדענע, ווײַל ער קען איר גאָרנישט העלפֿן אין איר גרויסן אומגליק". דער גבאי איז סוף־כּל־סוף אַרויס און איר געזאָגט, אַז "דער הייליקער צדיק האָט געזאָגט, דער חולה האָט שוין אַ רפֿואה, און זי זאָל געזונטערהייט אַהיימפֿאָרן". ווען טויבע איז אַהיימגעקומען און געהאַלטן בײַם אַראָפּפֿאָרן דעם באַרג צום שטעטל, האָט זי געזען ווי מענטשן גייען פֿונעם הייליקן אָרט — איר מאַן, יונה, האָט מען ערשט באַגראָבן. קיין גרויסע האָפֿענונג צו געפֿינען די מצבֿה האָב איך נישט געהאַט. קודם־כּל, האָבן די דײַטשן און זייערע באַהעלפֿער, די רומענער, צעשטערט די בית־עולמס בעת דער מלחמה און געניצט די מצבֿות צו ברוקירן די וועגן. צווייטנס, ווען איך האָב געזוכט אין דער אינטערנעץ, צי ס׳איז נאָך פֿאַראַן דער בית־עולם אויף דער זוויניעטשקע, האָב איך גאָרנישט געפֿונען. די ייִדישע פֿאָרשער פֿון משפּחה־געשיכטע, די גענעאָלאָגן, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אָבסעסיווע גרופּע, וואָס לאָזן נישט אַדורך קיין איין קלייניקייט; אַלץ באַשרײַבן זיי און קאַטאָלאָגירן זיי, און, אַז זיי האָבן נישט אויסגערעכנט קיין בית־הקבֿרות אין שטעטל אין זייערע רשימות, איז דאָס אַ שלעכטער סימן.
אָבער ווען מאָטל גאָרדאָן, אונדזער יונגער פּעטערבורגער איבערזעצער און וועגווײַזער, איז געקומען צו אונדז דעם ערשטן טאָג אינעם טשערנעוויצער האָטעל, האָט ער אונדז דערציילט, אַז ער איז אָנגעקומען מיט אַ טאָג פֿריִער, און איז שוין געפֿאָרן זוכן דעם בית־עולם אויף דער זוויניעטשקע. וואָס זשע מיינט איר — ער האָט אים געפֿונען! מײַן האָפֿענונג איז ווידער אויפֿגעלעבט געוואָרן. ווער ווייסט? מיט האַרץ־קלאַפּעניש זענען מיר געפֿאָרן אויף דער זוויניעטשקע. דאָס פֿאָרן געדויערט נאָר 30 מינוט, און בײַ אַ פֿרוכט־קרעמל האָבן מיר, מאָטל, מײַן פֿרוי נחמה און איך, אַוועקגעשטעלט דעם אויטאָ און געגאַנגען צו פֿוס אַרויף דעם באַרג צום הייליקן אָרט, וואָס מאָטל האָט געפֿונען לעבן אַ פּויערישער פֿאַרם. מער פּינקטלעך, וואָלט מען דאָס געקענט אָנרופֿן אַ "הייליק ערטל" — נישט מער ווי 150 מצבֿות האָבן זיך דאָרטן געפֿונען. זוויניעטשקע איז טאַקע געווען אַ קליין שטעטל אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע. איך האָב נאָר דערמאָנט מײַנע באָבעס קינדער־יאָרן אויף דער זוויניעטשקע. אָבער עס איז דאָ אַ צווייטע, שפּעטערע פֿאַרבינדונג צווישן די גאָטעסמאַנס און דעם שטעטל. ווען מײַן טאַטע, יונה גאָטעסמאַן, איז געוואָרן אַ דאָקטער אין 1939 אין איטאַליע און צוריקגעקומען קיין טשערנעוויץ, האָבן די סאָוועטן שוין פֿאַרנומען די בוקעווינע, און געפֿאָדערט בײַ די דאָקטוירים, זיי זאָלן דינען אין די דערפֿער אין דער פּראָווינץ. האָט מײַן טאַטע באַשלאָסן, אַז אויב אַזוי — שיקט מיך שוין קיין זוויניעטשע. איז ער צו ערשט אײַנגעשטאַנען בײַ דער משפּחה שיינהאָלץ, און דערנאָך איז מײַן מאַמע, אַ יונג ווײַבל, געקומען וווינען מיט אים, און זיי זענען אײַנגעשטאַנען בײַ די לינדענבאַומס, אונדזערע קרובֿים. די ערשטע מצבֿות, וואָס איך האָב געקענט איבערלייענען זענען געווען פֿון די צוויי משפּחות. האָב איך בײַ דער האַנט געהאַט דער מאַמעס נײַע ביכל פּאָעזיע און געלייענט בײַ לינדענבאַומס קבֿר דאָס ליד "די אַלטיטשקע אסתּר" —
אסתּר לינדענבאַום, דער גוטער מלאך.
מײַנע טאַטע־מאַמע זענען געווען אויף דער זוויניעטשקע אין 1941, ווען די רומענישע סאָלדאַטן האָבן צונויפֿגעזאַמלט די אָרטיקע ייִדן און זיי אַריבערגעטריבן איבער דער בריק און זיי דערשאָסן. קוים, קוים, האָבן זיי — טאַטע, מאַמע, באָבע, מײַן פֿעטער מרדכי, און נאָך אַ משפּחה פֿון אַ ייִדישן דאָקטער — געפּועלט מע זאָל זיי לאָזן צוריקפֿאָרן קיין טשערנעוויץ, פֿון וואַנען זיי שטאַמען. איין יונגער־מאַן, דוד קעניגסבערג, האָט זיך געראַטעוועט, אַוועקגעלאָפֿן פֿון דער ריי ייִדן, זיך אויסבאַהאַלטן אין קאָרן, און געזען ווי מע האָט זיי אויסגעהרגעט; ווי דער שוחט האָט אײַנגעוויקלט זײַנע אַכט קינדער אין זײַן טלית און אויסגערופֿן "שמע ישׂראל" איידער זיי זענען דערשאָסן געוואָרן. ס׳רובֿ שטיינער האָט מען שוין נישט געקענט איבערלייענען. צום גליק האָט מען אָפֿט פֿאַרשריבן דעם משפּחה־נאָמען אויף דער צווייטער זײַט פֿונעם שטיין, און דאָס האָט אונדז זייער צוגעהאָלפֿן בײַם אידענטיפֿיצירן די מצבֿות. פֿיר שטיינער פֿון די גאָטעסמאַנס, אַלע מיט אַ פֿינעף־רעריקער מנורה ווי דער סימבאָל, האָבן מיר אויך געפֿונען. איך בין צוגעגאַנגען צו איין מצבֿה וואָס איז געשטאַנען בײַ דער זײַט אַוועקגערוקט פֿון די אַנדערע און געלייענט "יונה בן חיים" מיט דער דאַטע פֿון מײַן עלטער־זיידנס טויט — געפֿונען זײַן קבֿר, אַ נס! דאָס בילד אויפֿן שטיין איז געווען פֿון אַ לייב, וואָס האַלט אין מויל זײַן וויידל; אַ סימבאָל, לויט מײַן אויסטײַטש, פֿאַר איינעם וואָס איז געשטאָרבן פֿון אַ מגפֿה. דער פֿאַקט, וואָס זײַן קבֿר האָט מען אָפּגעשיידט פֿון די אַנדערע האָט באַשטעטיקט די השערה.
נאָכן בית־עולם זענען מיר געגאַנגען איבער דער (איבערגעבויטער) בריק, וווּ מע האָט דערשאָסן די זוויניעטשקער ייִדן, און פּאַזע דעם וועג אין מיטן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל. דער טאָג איז געווען פֿול מיט נסים, אָבער אויך פֿול מיט טרויער. ווער וועט געדענקען די זוויניעטשקער ייִדן? ווער וועט אָמאָל וויסן, אַז ייִדן האָבן אַ מאָל דאָ געוווינט?
הײַנט גרינען דאָרט ווײַטער די לאָנקעס
Tzu bazuchn Ost Eirope iz a shlechte ideeSubmitted by leonlab on Sat, 2008-06-21 18:32.
Dos eintzige gefil vos men bakumt fun bazuchn Ost Eirope iz nidershlogung. Dos idishe leben iz lang farshvunden un men filt dos gefil fun farlust. Der eintziger ort in Mizrach Eirope vos ich volt bazucht iz Birobidzhan vail dortn es iz faran noch epes hofnung far dos idishe leben. Dortn men ken noch heren dos idish vort un afile di hige rusen kenen epes idish redn. Un obvol idn zainen nor 2% fun der bafelkerung zei hobn fast di helft fun di deputaten in dem birobidzhaner shtatrat un der shtelfartreter fun dem batzirk farvalter iz oich a id. |