גריגאָרי פּאַטושינסקי |
ס. פּ. זוויאַגין, "די פּאַטושינסקיס׃ דאָס ייִדנטום פֿון מיזרח־סיביר אונטער די באַדינגונגען פֿון סאָציאַלע איבערקערענישן אין ערשטן דריטל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט", קראַסנאָיאַרסק, 2007.
"ייִדן אין סיביר און אויף ווײַטן מיזרח׃ געשיכטע און הײַנטצײַטיקייט", מאַטעריאַלן פֿון דער אַכטער וויסנשאַפֿטלעכער פּראַקטישער קאָנפֿערענץ. קראַסנאָיאַרסק, 2007.
סיביר האָט אַ שם פֿון אַ וויסט, קאַלט לאַנד, גלות שבגלות. די רוסישע צאַרן האָבן זינט דעם 17טן יאָרהונדערט גענוצט דעם ריזיקן שטח פֿאַר צוויי צוועקן׃ צו עקספּלואַטירן זײַנע רײַכע נאַטירלעכע אוצרות און צו פֿאַרשיקן אַהין קרימינעלע פֿאַרברעכער און פּאָליטישע שׂונאים. מען נעמט אָן, אַז די סאַמע ערשטע ייִדן האָבן זיך באַוויזן אין סיביר דווקא מיט די ערשטע רוסישע תּושבֿים, אָבער די ערשטע קהילות ווערן דאָרט אויפֿגעשטעלט ערשט אין אָנהייב 19טן יאָרהונדערט. דער צאַר אַלעקסאַנדער דער ערשטער האָט געעפֿנט סיביר פֿאַר ייִדן, אָבער ס‘רובֿ פֿון די סיבירער ייִדן זײַנען געקומען אַהין קעגן זייער ווילן. זיי האָבן זיך באַזעצט אין עטלעכע שטעט און שטעטלעך, און אַ סך פֿון זיי זײַנען מצליח געווען אין האַנדל אָדער מלאָכות.
די שטאָט קאַינסק פֿון טאָמסקער גובערניע האָט זיך קונה־שם געווען ווי "ירושלים ד'סיביר": אין 1883 האָבן דאָרט געוווינט מער ווי צוויי טויזנט ייִדן, וואָס באַטרעפֿט 7.5 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג. היפּשע ייִדישע קהילות מיט שילן, חדרים, פֿילאַנטראָפּישע אַנשטאַלטן זײַנען געווען אין אַלע גרויסע סיבירער שטעט׃ אָמסק, טאָמסק, אירקוטסק, קראַסנאָיאַרסק. אַ לאָקאַלע שוואַרץ־מאהיקע צײַטונג האָט זיך אַפֿילו באַקלאָגט אין 1909, אַז קראַסנאָיאַרסק איז געוואָרן "ערגער פֿון בערדיטשעוו". אָבער בכלל איז דער אַנטיסעמיטיזם ניט געווען אַזוי פֿאַרשפּרייט אין סיביר ווי אין אַנדערע טיילן פֿון רוסלאַנד. ווען עס האָבן אויסגעבראָכן פּאָגראָמען אין מיזרח־פּוילן און גאַליציע, אין 1919, האָבן אַ סך ייִדן און ניט־ייִדן אָרגאַניזירט פּראָטעסטן. די צוויי גרעסטע רוסישע צײַטונגען אין וולאַדיוואָסטאָק זײַנען אַרויס מיט שוואַרצע טרויער־רעמלעך. די ייִדן האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער עקאָנאָמישער אַנטוויקלונג פֿון סיביר, און האָבן איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ גוטן אָנדענק.
הײַנט צו טאָג איז דאָס סיבירער ייִדנטום ניט אַזוי אָרגאַניזירט ווי מיט הונדערט יאָר צוריק, אָבער אַ היפּשע צאָל סיבירער היסטאָריקער פֿאַרנעמען זיך מיט דער ייִדישער טעמאַטיק. יעדעס יאָר קומען פֿאָר אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן, וועלכע זײַנען ספּעציעל געווידמעט דער ייִדישער געשיכטע. די רעפֿעראַטן ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט אין אַ ספּעציעלער סעריע "ייִדן אין סיביר און אויף ווײַטן מיזרח׃ געשיכטע און הײַטנצײַטיקייט". עד־היום זײַנען שוין אַרויס 25 העפֿטן פֿון דער סעריע.
ס‘רובֿ רעפֿעראַטן באַהאַנדלען ספּעציפֿישע אַספּעקטן פֿון דער אָרטיקער געשיכטע, פֿון דער אָדער יענער קהילה. פֿון די דאָזיקע עפּיזאָדן ווערט בהדרגה אויפֿגעשטעלט אַן אַלגעמיין בילד פֿונעם ייִדישן לעבן אין סיביר אין די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָרהונדערטער. די סיבירער ייִדן זײַנען געווען אַ סך בעסער אינטעגרירט אין דער אַרומיקער רוסישער סבֿיבֿה, איידער די ייִדן פֿון תּחום־המושבֿ. נאָר אַ קליינע צאָל פֿון זיי האָבן געקענט ייִדיש און די מערהייט איז ניט געווען זייער פֿרום. אָבער זיי האָבן אויפֿגעבויט אַ נעצווערק פֿון כּלערליי אָרגאַניזאַציעס, און די ציוניסטישע באַוועגונג איז געווען גאַנץ שטאַרק אין יענע מקומות.
די מאָנאָגראַפֿיע פֿונעם היסטאָריקער ס. פּ. זוויאַגין פֿון קעמעראָוואָ דערציילט וועגן דעם לעבן פֿונעם אַדוואָקאַט גריגאָרי פּאַטושינסקין (1873־1931), וועלכער האָט פֿאַרנומען דעם אַמט פֿונעם יוסטיץ־מיניסטער אין דער צײַטווײַליקער רעגירונג פֿונעם "ווײַסן" אַדמיראַל קאָלטשאַק בעתן בירגער־קריג אין 1918. פּאַטושינסקי האָט געשטאַמט פֿון אַ רײַכער סוחרישער משפּחה פֿון אירקוטסק, וועלכע האָט געהאַנדלט מיט מעל, לעדער, בראָנפֿן, און פֿאַרמאָגט אַ שיף־קאָמפּאַניע אויפֿן טײַך יעניסיי.
גריגאָרי פּאַטושינסקי האָט שטודירט יוריספּרודענץ אין מאָסקווע, וווּ ער האָט חתונה געהאַט מיט אַ רוסישער פֿרוי און איז אַריבער צום קריסטלעכן גלויבן. נאָך זײַן אומקער קיין אירקוטסק האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט פֿאַרשידענע מינים טעטיקייטן׃ אַדוואָקאַטור, טעאַטער, פּאָליטיק. ער איז געווען אַן אָנהענגער פֿון דער ברייטער פּאָליטישער און עקאָנאָמישער אויטאָנאָמיע פֿון סיביר, אַ פּאָליטישע אידעע, וואָס איז געווען פּאָפּולער צווישן די "ווײַסע" בעת דעם בירגער־קריג. נאָך דער מפּלה פֿון דער "ווײַסער" רעגירונג איז פּאַטושינסקי אַרעסטירט געוואָרן, אָבער די סאָוועטישע מאַכט האָט אים דערלויבט אויסצולעבן זײַנע יאָרן בשלום אין מאָסקווע. זוויאַגין האָט אויפֿגעשטעלט ניט בלויז די ביאָגראַפֿיע פֿון גריגאָרי פּאַטושינסקין, נאָר האָט געזאַמלט אַ סך מאַטעריאַלן וועגן דער גאַנצער גרויסער פֿאַמיליע פּאַטושינסקי, וואָס אירע מיטגלידער וווינען הײַנט איבער דער גאַנצער וועלט.
דאָס זאַמלבוך פֿון דער יערלעכער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין קראַסנאָיאַרסק אין נאָוועמבער 2007 (דאָס בוך איז שוין אַרויס!) איז כּולל פֿופֿציק רעפֿעראַטן פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענער קוואַליטעט — פֿון סתּם גראַפֿאָמאַנישע פֿאַנטאַזיעס ביז גאַנץ ווערטפֿולע פֿאָרשונגען אויפֿן סמך פֿון אַרכיוואַלע מקורים און פּעריאָדישער פּרעסע. ס‘רובֿ מאַטעריאַלן זײַנען געבויט אַרום אַ היסטאָרישן פּרט, וואָס דערציילט וועגן אַ געוויסן אַספּעקט פֿונעם ייִדישן לעבן אין סיביר. די סאַמע אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן זײַנען די, וועלכע פֿאַרמאָגן דעם אָרטיקן קאָלאָריט׃ קורצע נאָטיצן וועגן ייִדישער אונטערנעמערישער טעטיקייט, ייִדישע קהילות, ציוניסטישער אַקטיוויטעט, אָדער וועגן ייִדישע פֿאַרברעכער, וואָס די צאַרישע רעגירונג האָט פֿאַרשיקט קיין סיביר. עס איז אינטערעסאַנט, אַז די צאָל מאַטעריאַלן וועגן ביראָבידזשאַן אין דער סיבירער סעריע איז גאַנץ אַ קליינע. אפֿשר האַלט מען ניט די קינסטלעכע "ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט" פֿאַר אַ טייל פֿונעם "עכטן" סיבירער ייִדנטום?
דערווײַל ווערן די ייִדישע פֿאָרשונגען און פּובליקאַציעס אין סיביר, ווי אויך אין אַנדערע טיילן פֿונעם אַמאָליקן ראַטן־פֿאַרבאַנד, געשטיצט דורך די אויסלענדישע ייִדישע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס. דאָס וועט מין־הסתּם ניט געדויערן צו לאַנג, און מען וועט מוזן זוכן אָרטיקע שטיצער. דאָס סיבירער ייִדנטום פֿאַרמאָגט אַן אַלטע טראַדיציע פֿון ברייטהאַרציקער פֿילאַנטראָפּישער טעטיקייט, און הײַנט וווינען אין סיביר אַ צאָל רײַכע ייִדן. אויב זיי וועלן זיך יאָ נעמען ערנסט צו שטיצן די ייִדישע פֿאָרשונגען אין זייערע מקומות, וועלן מיר אין עטלעכע יאָר אַרום באַקומען אַן ערנסטע געשיכטע פֿון דער אייגנאַרטיקער און ווייניק־באַקאַנטער ייִדישער עדה.