- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך וויל ניט מאַכט קיין אָנשטעל, אַז איך טראַכט די גאַנצע צײַט וועגן דער געשיכטע פֿון סאָוועטישער אָרטאָגראַפֿישער איבערקערעניש און שרײַב דערפֿאַר וועגן דעם די דאָזיקע נאָטיצן. הגם איך האָב עס אַ מאָל געפֿאָרשט און באַשריבן, קוק איך שוין לאַנג ניט אין יענער זײַט. אָבער צוויי אַנומלטיקע געשעענישן האָבן מיר דערמאָנט וועגן דעם דאָזיקן ענין. ערשטנס, האָבן מיר זיך איבערגעקליבן אין אַ נײַ הויז. דער קאָשמאַר פֿון אַזאַ אונטערנעמונג באַשטייט פֿון כּלערליי אָנשיקענישן. איינע פֿון זיי איז געווען פֿאַרבונדן מיט איבערקוקן מײַנע פּאַפּירן, בפֿרט אין דעם בוידעם-שטיבל. איך סטאַרע זיך ניט אַקומולירן קיין גרויסן פּערזענלעכן אַרכיוו. כ'לאָז עס איבער צו טאָן די מענטשן, וועלכע האַלטן זיך פֿאַר היסטאָריש-וויכטיקע פֿיגורן. אָבער אייניקע פּאַפּירן בלײַבן ליגן בײַ מיר, עס הייבט זיך ניט אויף די האַנט זיי אַרויסצוּוואַרפֿן. אויפֿן בוידעם האָבן זיך על-פּי-נס אָפּגעהיט אייניקע בריוו פֿון די 1990ער יאָרן, ווען אין אָקספֿאָרד איז אַרויס דער חודש-זשורנאַל "די פּען". צווישן די בריוו פֿון די "פּען"-מחברים האָב איך זיך אויך אָנגעשטויסן אויף אַזעלכע וואָס פֿאָדערן, מע זאָל דרוקן זייערע ווערק נאָר אין דעם אויסלייג פֿונעם כּתבֿ-יד. (דער זשורנאַל האָט, פֿאַרשטייט זיך, קיין מאָל ניט געפֿאָלגט אַזעלכע פֿאָדערונגען.) צווייטנס, אין דער בריטישער פּרעסע האָט מען לעצטנס געשריבן וועגן אַ פּשרה, וועלכע מע האָט געפֿונען צווישן פֿאַרשיידענע אויסלייגן, גענוצט בײַם שרײַבן אויף דער קאָרנוואָלער שפּראַך. אַ מאָל האָט אַ היפּשער טייל פֿון דער איצטיקער בריטאַניע גערעדט די דאָזיקע קעלטישע שפּראַך. אָבער דער לעצטער קאָרנוואָליש-רעדנדיקער יחיד איז געשטאָרבן מיט אַ פּאָר יאָרהונדערט צוריק. הײַנט קענען די שפּראַך בלויז עטלעכע הונדערט נפֿשות — די הייסע פּאַטריאָטן פֿון קאָרנוואָל, וואָס איז איצט אַ געגנט אין דרום-מיזרח פֿון ענגלאַנד. אין ייִדיש איז די פֿראַגע פֿון אויסלייג אַן אָנגעווייטיקטע. כ'האָב קיין מאָל ניט געקענט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס מענטשן זײַנען אַזוי ערנסט מכּוח דעם שרײַבן צי ניט שרײַבן דעם "שטומען אַלף", צי נאָך עפּעס (וואָס איך זע ווי) קלייניקייטן. ווער באַשטימט, בכלל, אַ "ריכטיקן אויסלייג"? אַן אַנדער זאַך, צו נוצן אַן אויסגעהאַלטענעם אויסלייג. אָבער ניט ווײַל ער איז פּאָליטיש, פֿילאָלאָגיש, פֿילאָסאָפֿיש צי נאָך עפּעס -יש "ריכטיק". מיט אַן אויסגעהאַלטענעם אויסלייג האָט מען זיך פֿאַרנומען אין פֿאַרשיידענע סבֿיבֿות, אָבער קיין איין רעפֿאָרם האָט ניט באַקומען אַזאַ פֿאַרנעם, ווי די סאָוועטישע. די ערשטע פּאָר יאָר נאָך דער רעוואָלוציע האָבן די סאָוועטישע פּובליקאַציעס גענוצט, דער עיקר, די אָרטאָגראַפֿיע, וועלכע עס האָט אין יאָר 1913 פֿאָרגעלייגט בער באָראָכאָוו. דער הויפּט-ציל פֿון אָט דער אָרטאָגראַפֿיע איז געווען צו עמאַנציפּירן ייִדיש פֿון דײַטש, דאָס הייסט, אויפֿצוהערן נאָכצומאַכן דעם דײַטשישן אויסלייג. אַזאַ שריט האָט געקענט זײַן מעגלעך נאָר צוזאַמען מיט אַ באַשלוס, וואָס פֿאַר אַ נוסח ייִדיש וועט מען אויסקלײַבן פֿאַרן "סטאַנדאַרט". אויסגעקליבן האָט מען דעם ייִדיש, וועלכן עס האָבן גערעדט די ווילנער אינטעליגענטן, וואָס איז געווען אַ גאַנץ קינסטלעכע שפּראַך, ווײַל די דאָזיקע אינטעליגענטן האָבן בדרך-כּלל גערעדט בעסער רוסיש צי דײַטש. אָבער דאָס איז דווקא געווען אַ מעלה, ווײַל זייער רעדן האָט געקלונגען ווי אַן איבער-דיאַלעקט. אין 1920 האָט מען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד באַשלאָסן צו פֿירן די רעפֿאָרם ווײַטער — צו עמאַנציפּירן ייִדיש אויך פֿון העברעיִש, דאָס הייסט צו שרײַבן "עמעס" אַנשטאָט "אמת", "שאַבעס" אַנשטאָט "שבת", און אַזוי ווײַטער. גלײַך ווי די פֿריִערדיקע, באָראָכאָווישע דע-דײַטשמעריזאַציע, האָט דע-העברעיִזאַציע געהאַט אַ פּראַקטישן אַספּעקט פֿון מאַכן דעם אויסלייג גרינגער, בפֿרט פֿאַר אַ ווייניק-געבילדעטן אַרבעטער, און אַן אידעאָלאָגישן אַספּעקט פֿון אונטערשטרײַכן די אומאָפּהענגיקייט פֿון ייִדיש. דע-העברעיִזאַציע האָט, פֿאַרשטייט זיך, געהאַט אויך אַן אַנטי-רעליגיעזן און אַנטי-ציוניסטישן מאָטיוו. בינו-לבינו, האָט מען אויפֿגעהערט צו נוצן אַ צאָל גראַפֿישע סימנים, קודם-כּל די אותיות ח און ת. אין 1928 — מיט אַכציק יאָר צוריק — האָט דער סאָוועטישער ייִדישער אויסלייג באַקומען גאָר אַן אויסטערלישן אויסזען, ווײַל ס׳איז באַשלאָסן געוואָרן פּטור צו ווערן פֿון אַלע סוף-אותיות: ך, ם, ן, ף, ץ. אין דעם האָט מען געזען אַ גוואַלדיק וויכטיקע ראַציאָנאַליזאַטאָרישע דערגרייכונג. דעם רעפֿאָרמאַטאָרישן ברען האָבן ניט אָפּגעשטעלט די וואָרענונגען, אַז אָן די סוף-אותיות וועט אַ ייִדישער טעקסט באַקומען אַן אַנדער פּרצוף. למשל: "אינ דעמ נײַעמ הויפ, וווּ עס געפֿינט זיכ איצט די דירע פֿונ מוישעס מישפּאָכע, וווינענ א סאכ קעצ". די איבערקערעניש פֿון יאָר 1928 האָט אַרײַנגעטראָגן אויך אַנדערע ראַדיקאַלע שינויים. מע האָט, אַ שטייגער, אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו נוצן טאָפּלטע קאָנסאָנאַנטן, דאָס הייסט, מע האָט גענומען שרײַבן "אַרײַנעמען" אַנשטאָט "אַרײַננעמען" און "איבערײַסן" אַנשטאָט "איבעררײַסן". אָבער אין פֿאַרגלײַך מיטן אָפּשאַפֿן די סוף-אותיות, איז עס שוין געווען אַ קלייניקייט. צוריק גערעדט, עס וואָלט געקענט זײַן נאָך ערגער, אויב מע נעמט אָן די פּראָיעקטן פֿון די מער ראַדיקאַלע רעפֿאָרמאַטאָרן. מרדכי וויינגער, דער פֿירנדיקער ייִדישער לינגוויסט אין ווײַסרוסלאַנד, האָט אין גאַנצן איבערגעקערט דעם אויסלייג. ער האָט, למשל, געוואָלט זיך באַגיין אָן שטומע אַלפֿן, אַפֿילו אָנהייב וואָרט, און שרײַבן "וו" ווי "ו" און "ו" ווי "וּ". גאַנץ ראַדיקאַל געשטימט זײַנען געווען אויך אייניקע רעפֿאָרמאַטאָרן אין אויסלאַנד. צווישן זיי איז געווען דער הויפּט פֿונעם ווילנער ייִוואָ, מאַקס ווײַנרײַך, וועלכער האָט פֿאָרגעלייגט פֿאַרבײַטן "וו" אויף "v", וואָס מע האָט אויסגעלאַכט ווי "דאָס שפּיציקע מאַקסל". פֿונדעסטוועגן, נוצן עס אייניקע לײַט בײַם שרײַבן ביז הײַנט. Far vos broicht men di hebreishe osios bichlal?Submitted by leonlab on Mon, 2008-06-23 22:25.
Main forshlag iz tzu farbaiten di hebreishe buchshtaben mit di lateinishe - dos vet bazaitiken alle dize problemen mit dem oisleig un glaichtzaitik machn idish meer tzugenglech fir di idn fun gantz yor. Idish iz grundzetzlech an eiropeishe shprach un zol zain geshribn mit lateinishe buchshtaben. Afile a sach leiener fun Forverts shraibn zeier komentarn mit di lateinishe osios vail zei kenen nisht di hebreishe ortografie. |