קונסט
פֿון איסאַק ווײַנשעלבוים (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאָטאָ: אַרקאַדי יאַגודאַעוו

אין די געראַמע זאַלן פֿונעם קווינס־צענטער (Central Queens YM & YWHA) זײַנען אַרויסגעשטעלט די קופּערנע אויסקריץ־ווערק פֿונעם באַקאַנטן קינסטלער, אימיגראַנט פֿון גרוזיע, רודאָלף ראָזענבלום. מיט די ווערק פֿון דעם זעלטענעם מײַסטער האָב איך זיך באַקאַנט מיט אַ יאָר דרײַצן צוריק, נאָך אין טביליסי. זיי האָבן סײַ פֿאַרחידושט און סײַ פֿאַרכּישופֿט. דעם חידוש האָט אַרויסגערופֿן דער פֿאַקט אַליין, אַז אויסגעקריצטע בילדער האָט מען געקאָנט דעמאָלט זען אויף שריט און טריט. דער מאַרק איז געווען פֿאַרפֿלייצט מיט פֿאַרשידענע אויסגעקריצטע קופּערנע מאַכערײַקעס. אַן אמתער פֿאַכמאַן, אַ קינסטלער האָט געדאַרפֿט האָבן אַ סך שעפֿערישע דרייסטקייט פֿאַרכאַפּט צו ווערן מיט דעם מין קונסט.

די קופּערנע אויסקריץ־בילדער, וועלכע האָבן צוגעצויגן מײַן בליק, האָבן פֿאַרכּישופֿט מיט זייער אומגעוויינטלעכער בולטקייט, קלאַסישן געמעל און דער מײַסטערשאַפֿט, ווי זיי זײַנען געמאַכט געוואָרן. באַזונדערס האָט מיך דעמאָלט איבערראַשט דאָס בילד "צורויב פֿון אייראָפּע". אין דער קונסט־וועלט קאָן מען געפֿינען נישט איין קינסטלעריש ווערק, באַגײַסטערט פֿון דעם אוראַלטן מיטאָס. אין ראָזענבלומס ווערק האָבן זיך איבערגעפֿלאָכטן דעם קינסטלערס באַגײַסטערונג, גרוזינישער קאָלאָריט און אַ פֿילאָסאָפֿישע טיפֿקייט.

שוין אין ניו־יאָרק, ווען כ'האָב זיך פּערזענלעך באַקאַנט מיטן קינסטלער, האָב איך בײַ אים געפֿרעגט, ווי אַזוי איז עס אים אײַנגעפֿאַלן, נאָכן פֿאַרענדיקן דעם סקולפּטור־פֿאַקולטעט בײַ דער באַרימטער טביליסיער קונסט־אַקאַדעמיע, צו פֿאַרנעמען זיך דווקא מיט אויסקריצונגען? דער ענטפֿער איז געווען: "איך האָב פּשוט געוואָלט דערמיט ווײַזן, אַז נישט יעדער גוטער בעל־מלאָכה, קאָן זײַן אַן עכטער קינסטלער. צוריק גערעדט, האָב איך זיך דעמאָלט נישט אַרײַנגעטראַכט אין דעם. נאָך אין די ווענט פֿון דער אַקאַדעמיע האָב איך דערזען די וווּנדערלעכע ווערק פֿון די אַלטע גרוזינער אויסקריץ־מײַסטער. כ'בין ממש קראַנק געוואָרן אויף אויסקריצונגען."

אָנרופֿן ראָזענבלומס ווערק בלויז אויסקריצונגען, ווי עס איז אָנגענומען אין דער קלאַסישער קונסט, קאָן מען נישט. ער האָט צעשטערט די שטאַנדהאַפֿטיקע געזעצן און געשאַפֿן זײַן אייגענעם נוסח, וואָס האָט זיך באַזונדערס בולט אויסגעדריקט אין זײַנע פּאָרטרעטן, אין די פֿאַראַלגעמיינערטע געשטאַלטן פֿון ייִדן און גרוזינער. אין דער טעכניק פֿון אַ טראַדיציאָנעלער אויסקריצונג איז אוממעגלעך צו דערגרייכן אַזאַ טיפֿע פּסיכאָלאָגישע אויסדריקפֿולקייט.

דעם פּאָרטרעט פֿון אײַנשטיין האָבן געמאָלט אַ סך טאַלאַנטירטע קינסטלער, אָבער ראָזענבלומען האָט זיך אײַנגעגעבן אײַנצוקריצן אין זײַן אַרבעט דעם געניאַלן כּוח פֿון שׂכל, דעם שאַרפֿן בליק אין דער צוקונפֿט, וואָס פֿרייט און רופֿט אַרויס אַן אומרו — איינצײַטיק. ס'איז באמת אַ פּסיכאָלאָגישע דראַמע פֿון אַ נבֿיא.

די סדרה ווערק, געווידמעט דער ייִדישער טעמע, איז די בעסטע, לויט מײַן מיינונג. די מתפּללים, אײַנגעהילט אין טליתים, זייערע באַגײַסטערטע פּנימער — יעדער קנייטש איז אָנגעפֿולט מיט דערהויבנקייט און מענטשלעכקייט. דאָ אַנטפּלעקט זיך דעם קינסטלערס מײַסטערשאַפֿט צו פּרטים, נישט צו פֿאַרזען קיין קלייניקייט, מחמת קיין קלייניקייטן זײַנען אין קונסט נישט פֿאַראַן. אַלץ איז וויכטיק.

אין די שאַפֿונגען פֿון רודאָלף ראָזענבלום געפֿינען מיר נאָך איין באַליבטע טעמע זײַנע. זי איז היסטאָריש אייגנאַרטיק סײַ פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק און סײַ פֿאַרן גרוזינישן. איך מיין, די טעמע פֿון ווײַן און ווײַן־פּראָדוצירונג; זי סימבאָליזירט גוטע באַציִונגען צווישן ביידע פֿעלקער במשך פֿון טויזנטער יאָרן.

די טעכניק פֿון אויסקריצערײַ איז אַ קאָמפּליצירטע. זי פֿאַרטראָגט נישט קיין בלויזן, קיין פּגם. די העכסטע גראַפֿישע מײַסטערשאַפֿט ווערט דערגרייכט דורך חוש, ווירטואָזקייט, ריזיקער אַרבעטספֿעיִקייט און אַוודאי טאַלאַנט. די דעקאָראַטיווע ווערק פֿון ראָזענבלום ציִען צו דאָס אויג נישט נאָר מיט זייער שיינקייט און מיטן אויפֿנעמען די וועלט מיט פֿרייד; זיי זײַנען זייער סימבאָליש און אַרומנעמיק, ווי דאָס לעבן אַליין.