קינאָ
פֿון איסאַק ווײַנשעלבוים (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קאָלאַזש "טבֿיה דער מילכיקער" פֿון ליוסיע קאָטליאַר
קאָלאַזש "טבֿיה דער מילכיקער" פֿון ליוסיע קאָטליאַר
Arkadiy Yagudaev

איך בין זיכער, אַז יעדער אָפּשטאַמיקער פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאַוויע און בכלל פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָט באַזוכט לעצטנס די אויסשטעלונג אין Central Queens YM & YWHA, וווּ מע קאָן זען די קונסט־ווערק פֿון די מאָלער און סקולפּטאָרן, געקומען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, — וועט באַלד אויסשרײַען: "ס‘איז דאָך מײַן שטעטעלע!"

די געפֿילן, וואָס עס רופֿן אַרויס די בילדער אויף דער אויסשטעלונג, זײַנען נישט בלויז פֿאַרבונדן מיט בענקשאַפֿט צום פֿאַרגאַנגענעם; שאַגאַלן האָט זיך אײַנגעגעבן אויסצודריקן אין זײַנע בילדער די קאָמפּליצירטע געפֿילן פֿון געדענקען אונדזער עבֿר, שאַפֿנדיק אַ געשטאַלט פֿון אַ מענטשן, וואָס באַוועגט זיך פֿאָרויס, אָבער זײַן פּנים איז אויסגעדרייט אויף צוריק. אונדזערע חכמים האָבן אונדז אָנגעזאָגט, אַז עס קאָן נישט זײַן קיין צוקונפֿט, אויב מע פֿאַרגעסט די פֿאַרגאַנגענהייט. אַ סך אונדזערע דערגרייכונגען, געשאַפֿן אין 20סטן יאָרהונדערט, זײַנען צושטאַנד געקומען אַ דאַנק די גײַסטיקע אוצרות, וואָס זײַנען אַרויס פֿון די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך.

די צווייטע וועלט־מלחמה האָט פֿאַרניכטעט דאָס ייִדישע שטעטל, אָבער ס‘איז אויך אומגעבראַכט געוואָרן אַ גאַנצער שיכט פֿון נאַציאָנאַלער קולטור. צי מעגן מיר פֿאַרגעסן, אַז פֿון די טיפֿענישן פֿון דער שטעטל־קולטור זײַנען אַרויס אויף די רחבֿותן פֿון דער אַלוועלטלעכער קולטור די ווערטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דווקא אין די ייִדישע שטעטלעך האָט זיך אויסגעפֿורעמט דער טאַלאַנט פֿון שאַגאַל, אַנטאָקאָלסקי, צאַדקין, סוטין וכּדומה.

מיט יאָרן פֿילן מיר אַלץ שאַרפֿער דאָס באַדערפֿעניש אָנצוקניפּן אונדזער הײַנט מיטן נעכטן. דער נײַגער צום עבֿר וואַקסט בײַ דער אַמעריקאַנער יוגנט, וואָס זייערע זיידע־באָבעס זײַנען געקומען אַהער פֿון מיזרח־אייראָפּע. נישט ווייניק פֿון די יונגע־לײַט לאָזן זיך אין וועג אַרײַן, צו זען יענע פֿאַרלאָזטע ערטער פֿון זייערע אָבֿות. וואָס וואַרט אויף זיי דאָרט, אין די אַמאָל לעבעדיקע, פֿריילעכע און אומעטיקע ערטער, וווּ עס זײַנען קוים פֿאַרבליבן זעלטענע סימנים פֿון אַ ייִדישן קיִום?

Arkadiy Yagudaev

איך געדענק, ווען איך בין באַלד נאָך דער מלחמה אַרײַנגעפֿאָרן אין אָסטראָפּאָל, וואָס איז געוואָרן באַקאַנט, אַ דאַנק דעם לעגענדאַרן פֿאָלקס־פּערסאָנאַזש הערשעלע אָסטראָפּאָליער. פֿאַרוויסט און פֿאַרוואָרפֿן האָבן אויסגעזען די אַמאָל רעשיקע קרומע געסעלעך. ס‘רובֿ ייִדישע הײַזער זײַנען בעת דער מלחמה צעשלעפּט געוואָרן ביז אַ שפּענדל. אינעם גאַנצן שטעטל האָבן דעמאָלט געוווינט צוויי ייִדישע משפּחות. איבער טויזנט ווײַבער, זקנים און קינדער זײַנען דערשאָסן געוואָרן נישט ווײַט פֿון אָסטראָפּאָל, אין אַן אַנדער שטעטל — סטאַראָקאָנסטאַנטינאָוו. די אָרטיקע שיל איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שפּאָרקאַסע; דעם בית־עולם האָט מען אויפֿגעאַקערט. בלויז דאָס טײַכל סלוטש האָט ווי פֿריִער זיך געשלענגלט צווישן די קאָלירפֿולע ברעגן.

די ניו־יאָרקער געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישע מאָלער און בעלי־מלאָכות, וואָס האָבן געגרינדעט די אויסשטעלונג אין קווינס, פֿאַרדינט מע זאָל זי הויך אָפּשאַצן. זייערע ווערק האָבן אַרויסגעשטעלט איבער צוואַנציק מאָלערס און מײַסטערס פֿון פּראַקטישער קונסט אויף פֿאַרשידענע טעמעס, זשאַנערס און טעכנישן מאַניר, וואָס שילדערן דאָס לעבן אינעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל.

צווישן אַנדערע ווערק, וואָלט איך געוואָלט אויסטיילן די אַרבעט "פֿריילעכס" פֿון דער מאָלערין אַסיאַ אָראַנסקי. שלום־עליכמס געשטאַלטן האָבן באַגײַסטערט נישט איין מאָלער. ליוסיע קאָטליאַר איז נישט קיין אויסנאַם מיט איר קאָמפּליצירטן קאָלאַזש אויף די מאָטיוון פֿון "טבֿיה דער מילכיקער". אויך די סקולפּטאָרשע יעווגעניע ראָזענצוויט האָט אויסגעשטאַלטיקט די צוויי באַקאַנטע פּערסאָנאַזשן — "גאָלדע און טבֿיה". אויף דער אויסשטעלונג געפֿינען זיך 13 אירע מיניאַטור־סקולפּטורן און באַרעליעפֿן, וואָס שאַפֿן אַן אינהאַלטרײַכע גאַלעריע פֿון שטעטלשע טיפּן. אייניקע אירע ווערק זײַנען געמאַכט צוזאַמען מיט אַן אַנדער סקולפּטאָרשע, עלענאַ כאַזין.

אַן אַנדער לײַוונט־בילד פֿון לעאָניד אַלאַווערדאָוו גיט צו דער אויסשטעלונג אַ שׂימחהדיקע שטימונג. דאָס בילד הייסט טאַקע אַזוי: "יום־טובֿ". אַ וויכטיק, אָבער אַ באַשיידן אָרט, צום באַדויערן, פֿאַרנעמט אין דער אויסשטעלונג די חורבן־טעמע. אייניקע אַרבעטן אויף דער אויסשטעלונג זײַנען ווערט מע זאָל זיי אַרויסשטעלן אין די בעסטע מוזייען. אָבער אַ שאָד, וואָס קיין איין מוזיי אין ניו־יאָרק, בתוכם דער מוזיי פֿון ייִדישער ירושה, האָט נישט אַרויסגעוויזן צו דער אויסשטעלונג קיין שום אויפֿמערק.

הײַנט הייבן מיר אָן צו פֿאַרשטיין, אַז פֿיל דענקמעלער פֿון מאַטעריעלער און גײַסטיקער קולטור, פֿאַרבונדן מיטן שטעטל, איז אַוועק אין איבוד. דעריבער האָט די אויסשטעלונג אין קווינס אַ ממשותדיקן באַטײַט. אָבער וואָס האָבן מיר? די בילדער זײַנען אַרויסגעשטעלט אין שלעכט־באַלויכטענע קאָרידאָרן. צו מאָל זעט מען זיי קוים אָן צווישן די פֿאַרשידענע מעלדונגען, פּלאַקאַטן, שילדן, וואָס האָבן קיין שום שײַכות ניט צו דער עקספּאָזיציע. לאָמיר האָפֿן, אַז צווישן די פֿילצאָליקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין ניו־יאָרק, וועט זיך געפֿינען כאָטש איינע, וואָס וועט די טאַלאַנטירטע מענטשן אַרויסהעלפֿן. אונדזערע אוצרות טאָרן נישט פֿאַרלוירן גיין, אָדער צעשלעפּט ווערן איבער דער וועלט. מיר מוזן זיי איבערגעבן די קומענדיקע דורות. דעריבער ווענדן זיך די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג צו די מעצענאַטן און ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, זיי אַרויסצוהעלפֿן אין זייער טעטיקייט.