|
די הילע פֿון מיכאל ריקלינס בוך ״האַקנקרייץ. צלם. שטערן. קונסטווערק אין דער תּקופֿה פֿון דער קאָנטראָלירטער דעמאָקראַטיע״ |
|
דער באַקאַנטער רוסישער קריטיקער מיכאל ריקלין טענהט אין זײַן נײַעם בוך, אַז די רוסישע מאַכט באַנוצט זיך מיט אַנטיסעמיטישע קלישעען, ווי אַ מיטל פֿון איר אידעאָלאָגישער פּאָליטיק. עס איז ניט קיין סוד, אַז די עקסטרעם־רעכטע "פּאַטריאָטישע" באַוועגונגען דרוקן און פֿאַרקויפֿן אַנטיסעמיטישע טעקסטן און בילדער, פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטישע בילבולים. די מאַכט האָט תּמיד געקוקט אויף אַזאַ מין טעטיקייט צווישן פֿינגער, אָבער ניט געשטיצט זי אָפֿיציעל. איצט, האַלט ריקלין, האָט פּוטינס אַדמיניסטראַציע באַשלאָסן אײַנצושליסן די אַנטיסעמיטישע מאָטיוון אין איר אידעאָלאָגישן אַרסענאַל, כּדי צו געווינען מער שטיצע צווישן די "פּאַטריאָטישע" שיכטן.
ריקלין קומט צו דעם דאָזיקן אויספֿיר אויפֿן סמך פֿון זײַן אַנאַליטישער אויספֿאָרשונג, וואָס איז געווידמעט דעם סקאַנדאַליעזן געריכט־פּראָצעס קעגן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג "היט זיך! רעליגיע", אין 2003. באַלד נאָך דעם, ווי די אויסשטעלונג איז געעפֿנט געוואָרן אין דעם מאָסקווער "סאַכאַראָוו־צענטער", איז אַהין געקומען אַ כאָפּטע יונגעלײַט, וועלכע האָבן צעהאַקט די עקספּאָנאַטן אויף שטיקער. זיי האָבן געטענהט, אַז אַזאַ מין קונסט באַליידיקט זייערע קריסטלעכע געפֿילן. די קינסטלער האָבן אָנגעגעבן אויף די פּאָגראָמשטשיקעס אין געריכט, אָבער אַנשטאָט צו באַשטראָפֿן די כוליגאַנעס, האָט דאָס געריכט פֿאַראורטיילט די קינסטלער און די אָרגאַניזאַטאָרן צו הויכע געלט־שטראָפֿן, און דווקא פֿאַר "באַליידיקן די רעליגיעזע געפֿילן פֿון די גלייביקע". צווישן די באַשטראָפֿטע קינסטלער איז געווען ריקלינס פֿרוי אַנאַ אַלטשוק. ריקלינס בוך דערציילט די געשיכטע פֿון דער אויסשטעלונג און דעם פּראָצעס; איינצײַטיק אַנאַליזירט ער די נײַע טענדענצן אין דער רוסלענדישער פּאָליטיק.
נאַציאָנאַליזם און שאָוויניזם פֿאַרנעמען איצט אַ וויכטיק אָרט אין דער אינערלעכער פּאָליטיק פֿון רוסלאַנד. די מאַכט געפֿינט אַלע מאָל אַ נײַ כּפּרה־הינדל, וואָס איז שולדיק אין כּלערליי עקאָנאָמישע און סאָציאַלע צרות׃ הײַנט זײַנען עס די גרוזינער, מאָרגן — די ייִדן. ריקלין האַלט, אַז דאָס איז אַ פּראָדוקט פֿון כּלערליי "פּאָליטישע טעכנאָלאָגיעס", וועלכע זײַנען געוואָרן אַ במקום פֿון אמתדיקער פּאָליטישער טעטיקייט אין פּוטינס רוסלאַנד. דער ציל פֿון די דאָזיקע טעכנאָלאָגיעס איז אויפֿצובויען אַ פּאָליטישן סדר, וואָס הייסט "קאָנטראָלירטע דעמאָקראַטיע", אַ סיסטעם פֿון כּלומרשט אומאָפּהענגיקע פּאַרטייען און באַוועגונגען אונטער אַ שטרענגער השגחה פֿון דער קרעמל־אַדמיניסטראַציע. "רוסלאַנד איז געוואָרן אַ פֿאַשיסטישע מלוכה", האַלט ריקלין. "מען קאָן קיין מאָל ניט וויסן, צי מען וועט קומען אַהיים בשלום, בפֿרט נאָך דעם מאָרד פֿון אַנאַ פּאָליטקאָווסקאַיאַ. אונדזערע נעמען און פּאָרטרעטן ווערן פֿאַרשפּרייט דורך אינטערנעץ, ווי פּאָטענציעלע צילברעטער."
ריקלין געהערט צו די געטרײַע אָנהענגער פֿון דעם מאָדערנעם מערבֿדיקן פֿילאָסאָפֿישן געדאַנק אין רוסלאַנד. אין זײַן איבערזעצונג און אונטער זײַן רעדאַקציע זײַנען אַרויס אויף רוסיש די ווערק פֿון זשאַק דערידאַ, מישעל פֿוקאָ, וואַלטער בנימין. אין זײַנע אייגענע ווערק אַנאַליזירט ער די אַנטוויקלונג פֿון דער טאָטאַליטאַריסטישער געזעלשאַפֿט און אירע אינסטיטוציעס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ער באַטראַכט די הײַנטיקע רוסישע געזעלשאַפֿט ווי אַ יורש פֿון דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט, וואָס איז פֿאָרמירט געוואָרן בעת סטאַלינס ממשלה. די אַלטע קאָמוניסטישע אוטאָפּיע איז טויט, אָבער אויף איר אָרט איז געקומען אַ נײַע, "קאַפּיטאַליסטישע" אוטאָפּיע פֿון אומבאַגרענעצטן געברויך. "דאָס לאַנד איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ ריזיקן מאָגן", זאָגט ריקלין אין אַ צײַטונג־אינטערוויו.
אין זײַן נײַעם בוך "האַקנקרייץ. צלם. שטערן. קונסטווערק אין דער תּקופֿה פֿון דער קאָנטראָלירטער דעמאָקראַטיע" — אַנאַליזירט ריקלין סימנים, וועלכע באַצייכענען די ענדערונגען אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן באַוווּסטזײַן פֿון הײַנטיקן רוסלאַנד. אַזעלכע געשעענישן, ווי דער אַרעסט פֿון מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי אָדער דער מאָרד פֿון דער זשורנאַליסטקע אַנאַ פּאָליטקאָווסקאַיאַ, פֿאַרמאָגן אַ ריזיקן סימבאָלישן באַטײַט. זיי סיגנאַליזירן דער גאַנצער וועלט, אַז די רוסישע מאַכט וויל מער ניט נעמען אין באַטראַכט די אַלגעמיינע כּללים פֿון אַ ציוויליזירטער געזעלשאַפֿט. פּוטינס רעזשים ווייסט, אַז די מאַכט וועט ניט האָבן קיין ווידערשטאַנד מצד דער געזעלשאַפֿט, ווײַל די נײַע קאַפּיטאַליסטישע עליט האָט מורא צו פֿאַרלירן אירע פֿאַרמעגנס און פּריווילעגיעס. די אינטעלעקטועלע און מאָראַלישע דעגראַדאַציע פֿון דער רוסישער געזעלשאַפֿט איז אַ פּועל־יוצא פֿון דעם קראַך פֿון דער סאָוועטישער אימפּעריע מיט איר קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע. פּוטינס אידעאָלאָגיע נוצט אויס אָט דעם ריזיקן שיפֿלות־קאָמפּלעקס פֿונעם רוסישן פֿאָלק, כּדי צו האַלטן אַ קאָנטראָל איבער דער געזעלשאַפֿט.
דער פּראָצעס קעגן די קינסטלער געהערט צו דער דאָזיקער ריי פֿון סימבאָלישע געשעענישן, וועלכע כאַראַקטעריזירן אָט די דעגראַדירונג־נטיה. דאָס איז אַן אומקער צו דער סטאַלינישער פּראַקטיק, ווען די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן האָבן גענומען אויף זיך די פֿונקציע פֿון דעה־זאָגער אין ליטעראַטור און קונסט מיט אַלע געהעריקע פּועל־יוצאס. דאָס מאָסקווער געריכט האָט פֿאַרמישפּט ניט נאָר די קאָנקרעטע אויסשטעלונג, נאָר די גאַנצע מאָדערנע קונסט. דער אורטייל איז כּולל, למשל, אַזעלכע ווערטער׃ "די מאָדערנע קונסט איז אַ צייכן־שעפֿערישע טעטיקייט פֿון אַ ניהיליסטישער אָריענטירונג". ריקלין אַנאַליזירט פּרטימדיק די אַרגומענטן פֿון דעם באַשולדיקונג־צד און ווײַזט, ווי קרום און פֿאַלש זי האָט אויסגעטײַטשט די קונסטווערק פֿון דער אויסשטעלונג. דער פּראָצעס גופֿא האָט פּראָוואָצירט שטאַרקע שׂינאה־געפֿילן צווישן דעם עולם, וואָס איז געזעסן אינעם זאַל, ס׳רובֿ יונגע און אַגרעסיווע קריסטן. זייער כּעס האָט געהאַט אַ בולטן אַנטיסעמיטישן בײַטעם. אייגנטלעך, איז די מערהייט פֿון די קינסטלער, וואָס זייערע ווערק זײַנען אַרויסגעשטעלט געוואָרן אין דעם "סאַכאַראָוו־צענטער", ניט געווען קיין ייִדן, און אייניקע פֿון זיי זײַנען אַפֿילו געווען גלייביקע קריסטן. אָבער אין די אויגן פֿון די פּאַרשוינען, וואָס זײַנען געזעסן אינעם געריכט־זאַל און געשטאַנען אַרום דער געבײַדע, זײַנען זיי אַלע געווען "זשידעס" — די ערגסטע שׂונאים פֿון רוסלאַנד און קריסטנטום. די מענטשן אין די קאָרידאָרן פֿונעם געריכט האָבן געשריגן׃ "אויפֿהענגען אַלע ייִדן!", "מען דאַרף מאַכן אַ נײַעם האָלאָקאָסט!", "איר האָט געהרגעט אונדזערע קריסטלעכע קינדער!" דער פּראָצעס האָט באַקומען אַ סך אָפּקלאַנגען אין דער מאַסן־מעדיאַ, און די "קריסטלעכע עפֿנטלעכקייט" האָט געפֿאָדערט, מען זאָל שטרענג באַשטראָפֿן די קינסטלער. די בריוו פֿון אַזאַ מין פֿאָדערונגען פֿאַרנעמען 11 בענד פֿון סך־הכּל 16 בענד מיט געריכט־מאַטעריאַלן.
מיכאל ריקלין קומט צו טרויעריקע אויספֿירן אין זײַן בוך׃ ער פֿאַרגלײַכט דעם מצבֿ אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד מיט דײַטשלאַנד ערבֿ דער היטלער־תּקופֿה. אַזוי ווי אייניקע אַנדערע אַנאַליטיקער, האַלט ער, אַז רוסלאַנד געפֿינט זיך אויף דער שוועל פֿון אַ פֿאַשיסטישער דיקטאַטור.