ייִדיש־וועלט, געשיכטע

מען קען פֿרעגן: די גרויסקייט פֿון דעם ליטעראַרישן לעבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די 30-20ער יאָרן איז נאָך ווײַט, ווײַט ניט אויסגעפֿאָרשט; וואָס זשע האָב איך, אַן אַלטער ייִדישער שרײַבער, מיט אַזאַ התפּעלות זיך אַ כאַפּ געטאָן דערציילן וועגן פֿינף רעדאַקטאָרן מיט אַ מאָל?

וועגן פֿינף מיט אַ מאָל, ווײַל לויט מײַן מיינונג זײַנען זיי געווען פֿון די בעסטע, מיט וועמען מיר איז אויסגעקומען מיטצואַרבעטן. וואָלט געגאַנגען אַ רייד ניט נאָר וועגן קינסטלערישער ליטעראַטור, וואָלט איך אָנגערופֿן נאָך און נאָך. זייער זאָרג פֿאַרן קיום פֿון ייִדיש, און דאָס האָט אין אַ היפּשער מאָס אײַנגעהאַלטן די אַסימילאַציע, איז ניט איבערצוגעבן.

און נאָך וועגן שרײַבער און זייערע ווערק (ניט נאָר ייִדישע) זײַנען דערשינען הונדערטער ביכער. מען האָט פֿאַרטיידיקט דאָקטאָראַטן און...

האָט איר ווען ניט איז געלייענט אָדער אַפֿילו געהערט, אַז אַ רעצענזענט, אַ קריטיקער זאָל לויבן דעם מחבר פֿון אַ געלונגען קינסטלעריש ווערק און דערבײַ, כאָטש מיט אַ וואָרט, דערמאָנען דעם רעדאַקטאָר? אויבנאויפֿיק דאַכט זיך, אַז אויסער דעם שרײַבער מיט זײַן טאַלאַנט און שווערער האָרעוואַניע האָט צו זײַן דערשינענעם בוך מער קיינער קיין האַנט ניט צוגעלייגט. מען פֿאַרגעסט, אַז דער רעדאַקטאָר איז דער ערשטער אָביעקטיווער מענטש וואָס קען ניט נאָר אײַנזען די מעלות און חסרונות פֿון דעם שאַפֿער, נאָר אויך אַן עצה געבן. אַ גוטער רעדאַקטאָר איז אין אַ געוויסער מאָס אַ מיטבויער, אַ מיטשאַפֿער און מיט דער צײַט ווערט אויך אים לײַבלעך־טײַער דער גורל פֿון ווערק.

ניט איין מאָל איז מיר אַויסגעקומען צו הערן ווי אַ שרײַבער קלאָגט זיך, אַז ווען ניט דער רעדאַקטאָר, וואָס האָט פֿון זײַן כּתבֿ־יד ממש שטיקער געריסן און דערבײַ די סאַמע בעסטע, וואָלט זײַן קונסטווערק אויסגענומען פֿיל מער.

איך האָב גוט געקענט אַ פּראָזאַיִקער, ניט אָן טאַלאַנט, וואָס פֿלעגט זיך באַרימען, אַז ווי נאָר ער נעמט די פּען אין האַנט, אַזוי ווערט זי שרײַבעריש. אים האָט זיך לײַכט געשריבן און עמעצן איז דערנאָך אויסגעקומען ברעכן דעם קאָפּ ווי צו באַפֿרײַען דעם מאַנוסקריפּט פֿון אָפֿטע איבערחזרונגען, פּסולע ווערטער, פֿראַזעס און נאָך, נאָך... דאָס וואָס דער שרײַבער האָט אין גרויס אײַלעניש ניט באַמערקט, איז ניט אַרויסגעלאָזט געוואָרן פֿון דעם רעדאַקטאָרס אויג.

און איצט, ווי מען זאָגט, די אַנדערע זײַט פֿון דער מטבע: דער רעדאַקטאָר טאָר ניט צו פֿיל נעמען אויף זיך. ניט אין זײַן קאָמפּעטענץ איז אַרײַנצורײַסן זיך אין דעם מחברס פֿאַרטראַכט, קאָמפּאָזיציע און סוזשעטישן געוועב פֿון ווערק. ער מוז געדענקען, אַז בײַ אַן עכטן שרײַבער איז ניט נאָר יעדער שורה, נאָר צו מאָל יעדער אות וויכטיק.

אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז די מערהייט רעדאַקטאָרן האָבן זיך פֿאַרנומען אויך מיט איבערזעצונגען. אַוודאי, זײַנען געווען בעסערע און ערגערע. ניט זעלטן איז געווען אַ סמך צו קלאָגן זיך. איינער פֿון די געליטענע האָט זיך דערלויבט אַרויסצוברענגען אַפֿילו אַ טויט־קללה: "ס’הייסט, אוי דער איבערזעצער, פֿאַרקירצטע יאָרן זאָל ער האָבן. ער האָט פֿאַר דעם רוסישן לייענער צו נישט געמאַכט מײַן בוך" (די ווערטער האָב איך גענומען אין גענדזן־פֿיסלעך, ווײַל זיי זײַנען פֿון אַ בריוו).

ניט מיר איינעם האָט געלײַכט דאָס מזל מיט רעדאַקטאָרן. זיי האָבן פֿאַרדינט דערמאָנט צו ווערן מיט גרויס דרך־ארץ און בלויז צום גוטן.


1. נחום לעווין
(1908—1950)

נחום לעווין
נחום לעווין
פֿון אים וועל איך אָנהייבן. ווי דען? אַנדערש קען עס ניט זײַן. מיר דאַכט, אַז ייִדיש־לשון איז שיִער ניט געווען דער עיקר פֿון זײַן לעבן. ער, וואָס האָט אַליין פֿאַרמאָגט אַ קינסטלערישע פֿעדער, האָט געהאַלטן אין איין איבערחזרן: "די נשמה פֿון אַ ווערק איז די שפּראַך". אַ לעבן לאַנג איז ער געווען איבערגעגעבן דעם שאַפֿערישן געדרוקטן וואָרט.

נחום לעווין איז געווען איינער פֿון די חשובֿסטע רעדאַקטאָרן אין דער מאָסקווער טאָג־טעגלעכער צײַטונג דער עמעס, דערנאָך אין פֿאַרלאַג "דער עמעס", וואָס האָט אַרויסגעלאָזט הונדערטער ביכער אַ יאָר, און צום סוף, ביז זײַן אַרעסט, אין ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. וועגן אים, דעם אויסנעמלעכן ייִדישן רעדאַקטאָר, האָט מען ווייניק געשריבן און דאָך ניט ווייניק אָנגעפּלאָנטערט. אַפֿילו הײַנט, ווען איך שרײַב וועגן נחומען, לייען איך וועגן אים אַ פֿריש־געבאַקענע נאָטיץ, וווּ כּמעט אַלץ איז נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן.

אַ לענגערע צײַט האָט מען געהאַלטן, אַז נחום לעווינען האָט מען אומגעבראַכט צוזאַמען מיט אַנדערע גרויסע שרײַבערס, דעם 12טן אויגוסט 1952. אַזוי האָבן אויך דערציילט זײַנע בעסטע פֿרײַנד, משה בעלענקי (1910—1995) און שמואל גאָרדאָן (1909—1998). זיי קען מען נאָך פֿאַרשטיין, ווײַל דאַן האָט מען נאָך אויסבאַהאַלטן דעם אמת.

אין דער ווירקלעכקייט איז עס געשען כּמעט מיט 21 חדשים פֿריִער. סטאַלינס אויפֿגעהויבענע האַק קעגן דעם ייִדישן וואָרט, ליטעראַטור, קולטור האָט אים אויסגעקליבן פֿאַר דעם סאַמע ערשטן קרבן. לויט די דאָקומענטן וואָס מירע לעווינע, נחומס טאָכטער, האָט אַרויסבאַקומען (אויסצוגן פֿון דער "פּרשה 2,931", וואָס די רישעותדיקע שטראָף־אָרגאַנען האָבן פֿאַרפֿירט) האָט מען נחום לעווינען אַרעסטירט דעם 17טן סעפּטעמבער 1949. דער "מישפּט" איבער אים (פֿאָרזיצער פֿון "געריכט" — גענעראַל־לייטענאַנט טשעפּצאָוו) איז פֿאָרגעקומען דעם 22סטן נאָוועמבער 1950.

דער פּראָצעס האָט זיך געצויגן פֿון 15:45 ביז 16:05. צוואַנציק מינוט איז גענוג געווען מען זאָל אויף אַן אומשולדיקן מענטשן אַרויסטראָגן אַ טויט־אורטייל. דערשאָסן האָט מען אים אויפֿן צווייטן טאָג, דעם 23סטן נאָוועמבער 1950. נחומען איז דאַן געגאַנגען דאָס 43סטע יאָר. דאָס 43סטע!

שאַנעווענדיק דעם לייענער, וועל איך מער קיין "פֿאַקטן" פֿון דעם דאָקומענט ניט ברענגען. נאָר צו די כּלומרשט "פּינקטלעכע" ידיעות וועגן נ. לעווינס לעבן און, באַזונדער, וועגן זײַן טויט, וועט נאָך אויסקומען זיך אומצוקערן. דאָס פֿאָדערט זיך, ווײַל ביז הײַנט צו טאָג ווערן זיי פֿאַרעפֿנטלעכט אין סאָלידע ענציקלאָפּעדיעס, לעקסיקאָנען, און וועגן די אומגעקומענע שרײַבער, רעדאַקטאָרן וואָס האָבן געאַרבעט אין ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וועט מען נאָך שרײַבן אין פֿיל יאָרן אַרום.

...זכרונות פֿון ווײַטע, ווײַטע צײַטן. זיבעציק יאָר זײַנען שוין אַריבער, זינט ס’זײַנען פֿאָרגעקומען מײַנע ערשטע באַגעגענישן מיט נחומען. טרעפֿן פֿלעגן מיר זיך אין דער דרוקערײַ פֿון דעם "עמעס"־פֿאַרלאַג. ער איז געווען דער בײַנאַכטיקער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג, און איך האָב זיך געלערנט זײַן אַן אַרויסלאָזער. פֿאַר איינס פֿלעגט וועלי האָפֿשטיין (1892—1971) — דוד האָפֿשטיינס אַ ייִנגערער ברודער — מיך לערנען קאָרעקטור און מאַניע לאַנדמאַן (1921), אַ מאַשיניסטקע, וואָס צו איר איז קיין גלײַכן ניט געווען, פֿלעגט מיר באַווײַזן ווי מען דאַרף האַלטן די הענט און קלאַפּן מיט די פֿינגער אויף די קלאַווישן. אין די בײַנאַכטיקע שעהען, ווען נחום איז געווען אונדזער שעף, איז אונדז גוט געווען. מיט אים איז גרינג געווען צו געפֿינען אַ בשותּפֿותדיקע שפּראַך.

אין גיכן איז לעווין באַשטימט געוואָרן ווי דער פֿאַרוואַלטער פֿון דעם ליטעראַרישן אָפּטייל אין דער צײַטונג און איך ווי אַ מיטאַרבעטער אינעם בריוו־אָפּטייל. בײַ אים אין קאַבינעט האָט איר געקענט טרעפֿן אונדזערע סאַמע אָנגעזעענסטע שרײַבער, יונגע אָנהייבער און נאָך אָפֿטער אַזוינע, וועמען ער האָט אָנגערופֿן "ערזאַץ־שרײַבערס". די זײַנען געווען אָנגרײַפֿעריש, נאָר גראָד ער פֿלעגט זיך מיט זיי גרינג ספּראַווען.

אין איינעם אַ טאָג איז ער אַרײַנגעגאַנגען אין צימער, וווּ מיר אין דרײַען האָבן געאַרבעט און זיך אָפּגעשטעלט בײַ מײַן טיש, וואָס איז געווען פֿאַרוואַלגערט מיט בריוו. אָנקומען פֿלעגן זיי פֿון די ייִדישע שטעטלעך, גרויסע שטעט, דערפֿער און צו מאָל פֿון אויסלאַנד. עטלעכע קאָנווערטן האָט ער אויפֿגעעפֿנט, אויף גיך אַ קוק געטאָן וועגן וואָס עס גייט דאָרט אַ רייד, און צוריק אַוועקגעלייגט אויפֿן טיש. אַזוי איז ער געשטאַנען גוטע עטלעכע מינוט ביז די סעקרעטאַרשע האָט אַרײַנגעטראָגן די נײַ־אָנגעקומענע פּאָסט. בלויז איין בריוו האָט צוגעצויגן זײַן אויפֿמערק. נאָך פֿאַרן אַרויסנעמען די עטלעכע בייגעלעך פּאַפּיר, האָט ער אַ זאָג געטאָן: "דאָס זײַנען לידער. אויב איר ווילט איז קומט מיט מיר און צוזאַמען וועלן מיר ענטפֿערן".

בײַ זיך אין קאַבינעט, אונטער פֿיר אויגן, האָט ער מיך כּלומרשט ניט געלערנט נאָר דערציילט, ווי ער וואָלט געענטפֿערט אויף אַזאַ בריוו... זײַן לעקציע האָב איך פֿאַרגעדענקט אויף לאַנגע יאָרן, ווי אויך זײַן רויִקע שטים און גרויסע, גרויע אויגן, וואָס זײַנען געווען פֿול מיט גוטסקייט און חכמה.

נאָך ביז דעם ווי מיר זײַנען נאָענט זיך צונויפֿגעגאַנגען, האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען, אַז דער מענטש פֿאַרמאָגט אַ שלל מיט וויסן און, וואָלט איך געזאָגט, אַן אײַנגעבוירענעם רעדאַקטאָרישן חוש. זײַן אַנאַליז און טראַקטירונג פֿון אַ ווערק איז געווען קלאָר און באַדײַטנדיק. אים איבערצײַגן איז געווען ניט אַזוי גרינג, נאָר ער האָט אויך געהאַט אָפּשײַ פֿאַר אַן אַנדער מיינונג.

פֿון די דיכטער האָט ער מער פֿאַר אַלעמען געשעצט משה קולבאַקן (1896—1937). פֿיל פֿון זײַנע לידער האָט ער געקענט אויף אויסווייניק.

לייענענדיק עמעצנס אַ מאַנוסקריפּט האָט ער ליב געהאַט אויף אַ קול צו דעקלאַמירן:

געזען האָב איך ייִדישע ווערטער,
ווי פֿײַערלעך קליינע,

ווי פֿײַערלעך קליינע,

ווי פֿונקען, געצויגן פֿון פֿינצטערן האַרץ.

געפֿילט האָב איך ייִדישע ווערטער,
ווי טײַבעלעך ריינע,
ווי טײַבעלעך ריינע.

די טײַבעלעך וואָרקען און וואָרקען אין האַרץ.

פֿון די פּראָזאַיִקער — דער ניסתּר, וואָס אויסער זײַן גרויסן טאַלאַנט און אייגענעם סטיל איז ער נאָך אין זײַן שרײַבן געווען ווי קיינער ניט ערלעך. בײַ דעם קינסטלער האָט זיך טאַקע ניט געלאָזט קיין וואָרט אַרויסנעמען, פֿאַרבײַטן און איבערשטעלן, און נחום האָט געטרוימט וועגן אַזוינע מאַנונסקריפּטן.

אין אָקטאָבער 1937 האָט מען אַרעסטירט דעם הויפּט־רעדאַקטאָר משה ליטוואַקאָוון, וואָס האָט רעדאַקטירט די צײַטונג פֿון 1921 און אין 11 חדשים אַרום איז דער "עמעס" ליקווידירט געוואָרן. נחום לעווינען האָט מען אײַנגעלאַדן אויף אַרבעט אין "עמעס"־פֿאַרלאַג ווי דער רעדאַקטאָר פֿון קינסטלערישער ליטעראַטור. ייִדישע ביכער האָט ער רעדאַקטירט ביז דעם טאָג, ווען ער איז אַוועק מלחמה האַלטן.

און איצט עטוואָס וועגן זײַן פֿריִערדיק לעבן:

נחומס פֿאָטער, יעקבֿ, איז לויטן פֿאַך געווען אַ גוטער סטאָליער, נאָר נאָך אַ שווערער קרענק האָט ער געאַרבעט ווי אַ נאַכט־שומר. די מאַמע, מירע — אַ געוויינלעכע שטוב־באַלעבאָסטע. געלעבט האָבן זיי אין מאָלעוו (ווײַסרוסלאַנד) — אַ שטאָט, וואָס האָט זיך צעוואָרפֿן אויף די ברעגן פֿון ביידע זײַטן דניעפּער.

די דײַטשן האָבן אײַנגענומען מאָלעוו סוף יולי 1941 און כּמעט גלײַך האָבן זיך אָנגעהויבן די מוראדיקע שחיטות איבער דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. מיט סאַדיסטישער תּאווה האָבן זיי געפּײַניקט זייערע קרבנות. שוין אין אויגוסט-סעפּטעמבער האָבן זיי אומבגעבראַכט בײַ 8 טויזנט ייִדן. זעט אויס, אַז צווישן זיי זײַנען געווען אויך נחומס עלטערן, אַ ברודער און אַ שוועסטער.

נחומס לעבנסוועג האָט זיך אָנגעהויבן מיט הצלחה. אין 1924 פֿאַרענדיקט ער אַ ייִדישע מיטלשול און, ווײַל ביכער האָט ער שטענדיק ליב געהאַט, קומט ער אָן אויף אַרבעט אין דער היגער ביבליאָטעק אויף י. ל. פּרצס נאָמען. פֿאַר דעם שטאָטישן דראַמאַטישן קרײַז שאַפֿט ער קורצע סקעטשן, איינאַקטער. שפּילן איז געווען פֿאַר וועמען. דאָ האָבן אַ מאָל געוווינט 22 טויזנט ייִדן, וואָס האָבן געלאָזט פֿון זיך הערן ניט נאָר אין ווײַסרוסלאַנד.

אַלץ איז, דאַכט זיך, גוט און ווויל, נאָר אים ציט אין דער הויפּטשטאָט — מינסק, וווּ עס לעבן און שאַפֿן אַזוינע אָנגעזעענע שרײַבער ווי איזי כאַריק (1898—1937), משה קולבאַק, זעליק אַקסעלראָד (1904—1941). עס דערשײַנען ייִדישע צײַטונגען, זשורנאַלן, און ס’אַרבעט דער ייִדישער מלוכה־טעאַטער. בײַם אינסטיטוט פֿאַר ווײַסרוסישער קולטור איז פֿאַראַן אַ ייִדישער סעקטאָר, וווּ מען פֿאַרנעמט זיך מיט לינגוויסטישע, היסטאָרישע און ליטעראַרישע פֿאָרשונגען. מיט איין וואָרט — אַ ייִדיש לעבן, וואָס איז אין פֿולן בלי.

אין 1926, ווען ס’האָבן נאָך געפֿעלט אַ פּאָר חדשים צו זײַנע 18 יאָר, קומט ער קיין מינסק. אײַנאָרדענען זיך אויף אַרבעט איז געווען שווער, נאָר אים האָט ווײַטער געגליקט. הײַנט איז עס ניט צום פֿאָרשטעלן זיך, נאָר אין אַ ריי שטעט פֿון לאַנד זײַנען געווען ייִדישע פּאָליציי־באַצירקן, געריכטן, וווּ דער וואָס איז געזעסן אויף דער באַשולדיקונגס־באַנק און דער געריכט־פֿאָרזיצער, דער פּראָקוראָר און דער אַדוואָקאַט — אַלע האָבן זיי גערעדט אויף ייִדיש.

אין אַזאַ געריכט איז נחום אָנגעקומען אויף אַרבעט, ווי אַ סעקרעטאַר. די מינסקער צײַטונגען "אָקטיאַבר" און "יונגער אַרבעטער" האָבן אײַנגעפֿירט שטענדיקע רובריקעס "פֿונעם געריכט־זאַל". נחומס קליינינקע פֿאַרצייכענונגען האָבן אַזוי אויסגענומען, אַז די צאָל קאָפּיעס פֿון די צײַטונגען האָבן אָנגעהויבן וואַקסן. נחום לעווינען, דעם מחבר פֿון אָט די רעפּאָרטאַזשן, האָט דער רעדאַקטאָר פֿון "יונגער אַרבעטער" אײַנגעלאַדן אויף אַרבעט. דאָ האָט זיך אויך אָנגעהויבן זײַן פּראַקטיק ווי אַ רעדאַקטאָר.

אויך אין מינסק האָט ער זיך לאַנג ניט פֿאַרהאַלטן. שוין דאָס דריטע יאָר, ווי בײַם פּעדאַגאָגישן פֿאַקולטעט פֿון מאָסקווער צווייטן אוניווערסיטעט האָט מען געשאַפֿן אַ ייִדישן ליטעראַריש־לינגוויסטישן אָפּטייל, וואָס האָט געגרייט לערערס פֿאַר שפּראַך און ליטעראַטור פֿאַר די ייִדישע שולן פֿון צווייטער מדרגה און פֿאַר די טויזנטער סטודענטן וואָס האָבן געלערנט אין די פֿילצאָליקע טעכניקומס. צווישן די וויכטיקסטע לערן־קעגנשטאַנדן זײַנען געווען: ייִדישע לינגוויסטיק, ייִדישע געשיכטע, העברעיִש. די לערער זײַנען דאָרט געווען אַזוינע באַוווּסטע ליטעראַטור־קענער, ווי משה ליטוואַקאָוו, יחזקאל דאָברושין (1883—1953), אַהרן גורשטיין (1895—1941), יצחק נוסינאָוו (1889—1950). ייִדישע געשיכטע לייענען דער פּראָפֿעסאָר טבֿיה הייליקמאַן (1873—1948) און צבֿי פֿרידלאַנד (1896—?). דאָרט אונטערריכטן די פֿילאָלאָגן אײַזיק זאַרעצקי (1891—1956) און אלי פֿאַלקאָוויטש (1898—1979).

אין אַ בריוו צו ה. לייוויקן, דאַטירט דעם 18.04.1926 שרײַבט יחזקאל דאָברושין: "איצט גייט בײַ אונדז אַ סדרה אַרבעטן צווישן דער סטודענטשאַפֿט. מיר הייבן אָן דעם צוזאַמענשלוס. געווען דער ערשטער אָוונט אין מערבֿ־אוניווערסיטעט (אין אינסטיטוט פֿאַר די מערבֿ־פֿעלקער, וווּ ס’איז אויך געווען אַ ייִדישע אָפּטיילונג). געקומען איז אַ ים. דעם צווייטן אָוונט וועלן מיר שוין אײַנאָרדענען. דאָס הייסט, דער פּעדאַגאָגישער פֿאַקולטעט, וווּ איך בין דער רבי, און כאַריק, מייעראָוויטש און ראַבין זײַנען די תּלמידים. ס’וואַקסט בײַ אונדז אַ גוטע הויכשול און די סטודענטשאַפֿט אָרגאַניזירט זיך אַרום".

קיין מאָסקווע איז נ. לעווין געקומען אין 1928 און גלײַך איז ער אָנגעקומען אין צווייטן אוניווערסיטעט (שפּעטער אוניווערסיטעט אויף לענינס נאָמען). נאָכן פֿאַרענדיקן אים ווערט ער רעקאָמענדירט אין אַספּיראַנטור.

ווי נחום האָט דערציילט, איז געווען אַ צײַט, ווען ער האָט באַשטימט צו לעבן און אַרבעטן אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. נאָך זײַענדיק אַ סטודענט, אין 1931, קומט ער אַהין און ווי פֿיל אַנדערע שרײַבער, קולטור־טוער, קערט ער זיך אום אַ באַגײַסטערטער. ער האָט אויפֿריכטיק געגלייבט, אַז דאָרט איז דאָס אָרט פֿאַר ייִדן און דאָרט וועט בליִען און וואַקסן די ייִדישע קולטור, ליטעראַטור.

נ. לעווינס ערשטע און שטענדיקע פּעדאַגאָגישע אַרבעט איז געווען אין דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטראַלער שול ווי דער לערער פֿון עסטעטיק. זײַנע לעקציעס פֿלעגן באַזוכן ניט נאָר די סטודענטן און לערער פֿון דער טעאַטראַלער שול, נאָר אויך אָנגעזעענע שוישפּילער, שרײַבער. זײַנע אָפּהאַנדלונגען וועגן טעאַטער און ליטעראַטור האָבן אַרויסגערופֿן גרויס אינטערעס. באַזונדערס געלונגען זײַנען געווען נחומס טעאַטראַלע אינסצענירונגען. אין זײַן באַאַרבעטונג איז "משפּחה אָפּענהיים" ניט קיין צונויפֿגעשטוקעוועטע פּיעסע פֿון לעאָן פֿויכטוואַנגערס באַוווּסטן ראָמאַן, נאָר אַ זעלבשטענדיק דראַמאַטיש ווערק.

די Российская Еврейская Энциклопедия (רוסלענדישע ייִדישע ענציקלאָפּעדיע — באַנד 2, מאָסקווע, 1995) ווײַזט אָן, אַז נ. לעווין איז דער איבערזעצער פֿון זש.־ב. מאָליערס און ק. גאָלדאָניס פּיעסעס. אין מײַן פּערזענלעכער ביבליאָטעק האָב איך פֿיל יאָר פֿאַרהיט מ. גאָרקיס "קלים סאַמגין" אין נחומס איבערזעצונג.

אויף דער מלחמה איז נ. לעווין פֿיר מאָל פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. פֿאַר זײַן העלדישקייט האָט מען אים באַלוינט מיט שלאַכט־אָרדנס. אין מערץ 1946 ענדיקט זיך זײַן מיליטער־דינסט און ער קומט אָן אויף אַרבעט אין ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. ביז יאַנואַר 1948 איז ער דער עלטערער רעדאַקטאָר פֿון פּרעסע־ביוראָ און דערנאָך קנאַפּע 11 חדשים אין דער צײַטונג "אייניקייט".

דאָ פֿלעגן מיר זיך שוין ווידער טרעפֿן זעקס טעג אין דער וואָך. נחום האָט אָנגעפֿירט מיטן ליטעראַרישן אָפּטייל און די לייענער פֿלעגן אַרויסקוקן אויף דעם שבתדיקן נומער, וווּ ער איז געווען דער צונויפֿשטעלער און רעדאַקטאָר פֿון די געדרוקטע דערציילונגען און לידער. מײַן שטעלע איז געווען: ליטעראַרישער מיטאַרבעטער.

נאָך דעם ווי מען האָט ליקווידירט דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, די צײַטונג "אייניקייט" און דעם פֿאַרלאַג "דער עמעס", האָט ער אין משך פֿון זעקס חדשים געזוכט אַ וועלכע ניט איז אַרבעט. אין מײַ 1949 האָט זיך עס אים אײַנגעגעבן. אַ שטעלע האָט זיך פֿאַר אים אויסגעזוכט אין דעם פֿאַרלאַג "Физкультура и Спорт" (פֿיזקולטור און ספּאָרט). דאָס איז געווען זײַן לעצטע אַרבעט.

* * *

וועגן נחום לעווינס לעבן, שאַפֿן און באַזונדערס וועגן זײַן אומקום האָט מען אָנגעבראָקט אַזוי פֿיל פֿאַלשקייטן, אַז ס’איז ניט צום באַנעמען ווי אַזוינס האָט געקענט געשען. אַזאַ בײַשפּיל: אין דער Краткая Еврейская Энциклопедия (אנציקלופדיה יהודית קצרה בלשון הרוסית — קורצע ייִדישע ענציקלאָפּעדיע אויף רוסיש, ירושלים, 1976—2005) איז וועגן נ. לעווינען קיין ספּעציעלער אַרטיקל ניטאָ, נאָר אין דעם אַרטיקל "קרימער פּרשה", באַנד 4, ז’ 603, ווערט אָנגעוויזן, אַז נ. לעווין איז אומגעקומען אין 1952 און ניט אין 1950, ווי דאָס איז אויף אַן אמת געשען. ניט ריכטיק איז אָנגעוויזן דאָס יאָר פֿון זײַן געבוירן און זײַנע "חטאים" (שפּיאָנאַזש) זײַנען געווען פֿאַרבונדן ניט מיט דער "קרימער פּרשה", נאָר מיט דעם מאָסקווער אויטאָמאָביל־זאַוואָד אויף סטאַלינס נאָמען (ЗИС).

אין באַנד 8, ז’ 245 — "ראַטן־פֿאַרבאַנד" — איז לעווין שוין אויף אַ יאָר עלטער. אין זעלבן באַנד, ז’ 815 — "טעאַטער" — ווערט ער דערמאָנט ווי אַ מאַן פֿון דער שוישפּילערין שׂרה לעווין (1920—2005). וועגן נחומען ווערט געזאָגט, אַז ער איז געווען דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון "ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט" און דער צײַטונג "אייניקייט". ניט אין "קאָמיטעט" און ניט אין "אייניקייט" האָט ער אַזאַ פּאָסטן פֿאַרנומען.

אייניקע קענען אַ קלער טאָן: מילא, אַזוינע ניט־פּינקטלעכקייטן קען מען איבערלעבן. יאָ, מען קאָן, אָבער הערט ווײַטער. אין לעצטן צוגאָב־באַנד (ירושלים, 2003) זז’ 159—165 "פּרשה ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט", זײַנען אַ סך פֿון די דערלאָזטע ביז איצט פֿעלערן פֿאַרריכט געוואָרן. פֿאַר דעם און ניט נאָר פֿאַר דעם מעג מען האַרציק באַדאַנקען די מיטאַרבעטער פֿון דער ענציקלאָפּעדיע, אָבער... אַלע אומגעבראַכטע ווערן דערמאָנט. איין מענטש פֿעלט, דאָס איז נחום לעווין. פֿון די דרײַ קדושים, וואָס זײַנען צוליב זייער ייִדישקייט אומגעקומען, לויט דער זעלבער פּרשה נאָך אין 1950, ווערן דערמאָנט דער שרײַבער שמואל פּערסאָוו (געבוירן אין 1889) און די זשורנאַליסטין מרים אײַזנעשטאַדט־זשעלעזנאָוואַ (געבוירן אין 1909).

וועגן נחום לעווינען האָט מען אויף אייביק פֿאַרגעסן, ווי ער וואָלט קיין מאָל אויף דער וועלט ניט געווען.

אין לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבערס (ניו־יאָרק, 1986) זײַנען וועגן אים געבראַכט געוואָרן זיבן ווערטער, דערבײַ זײַנען דערלאָזט געוואָרן צוויי גראָבע פֿעלערן.

(המשך אין קומענדיקן נומער)