פּאָליטיק

עס האָט ווידער אַ פֿינקל געטאָן אַ ליכט-שטראַל פֿון באַנײַטער האָפֿענונג פֿאַר ייִדן, פֿאַר די ישׂראלים בפֿרט: אַ נײַע ישׂראלדיקע איניציאַטיוו זיך אַרויסצוקריגן פֿון דעם טעמפּן ווינקל, אין וועלכן עס איז פֿאַרשטעקט דער ישׂראל-פּאַלעסטינער שלום-קאָנפֿליקט נאָך דער באַרויִקונג אויפֿן צפֿון; אַ נײַער פּרוּוו אָפּצושטעלן די פּאַלעסטינער "קאַסאַמען"-אָפֿענסיווע און צו באַזײַטיקן — כאָטש צײַטווײַליק, און אפֿשר אויף להבא — דעם קאָשמאַר פֿון טעראָר און דעם פּחד פֿאַר דער אָפּוואַרטנדיקער נײַער מלחמה.

וועגן איר האָט מען דאָך אַזוי פֿיל גערעדט נאָכן פֿאַרענדיקן די צווייטע מלחמה אין לבֿנון.

יעדער פּערזענלעכער אָדער קאָלעקטיווער באַשטראָפֿונגס-אַקט, יעדע "ליקווידאַציע" פֿון אַ טעראָריסטישן מנהיג, האָט נאָך מער פֿאַרשטאַרקט בײַ די פּאַלעסטינער די מאָטיוואַציע פֿאַר נקמה און האָט פֿאַרגרעסערט די רייען פֿון די טעראָריסטן. אַזוי איז געשען, למשל, נאָך דער אַקציע "שוצמויער", נאָך וועלכער דער הויפּט-קאָמאַנדיר "בוגי" יעלון האָט דעקלאַרירט דעם "נצחון איבער דעם טעראָר"; און אַזוי אויך נאָך די אַנדערע אָפּעראַציעס פֿון שאול מופֿז. צום סוף, האָבן די העכסטע פֿאַקטאָרן סײַ אין צה״ל און סײַ אויפֿן פּאָליטישן ראַנג אָפֿן מודה געווען, אַז די מדינה און איר שטאַרקע אַרמיי האָבן נישט קיין ענטפֿער אויף די פּרימיטיווע ראַקעטן פֿון די פּאַלעסטינער טעראָריסטן.

זינט אהוד אָלמערט האָט איבערגענומען דעם רודער פֿון דער מדינה, איז דאָס געווען הײַנטיקע וואָך דער צווייטער משמעותדיקער אויפֿטריט פֿון דעם פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל. דאָס פּראָקלאַמירן די נײַע פּאָליטישע איניציאַטיוו אויפֿן פֿאָן פֿון בן-גוריונס קבֿר אין טאָג פֿון זײַן 33סטער יאָרצײַט, האָט צוגעגעבן דעם דאָזיקן כּמעט "רעוואָלוציאָנערן" שריט אַ באַזונדערס גרויסן, כּמעט היסטאָרישן אויסמעסט, וואָס אין די פֿאַרגאַנגענע צײַטן, מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר צוריק, וואָלט עס זיכער אַרויסגערופֿן אַ נאַציאָנאַלע אופֿאָריע פֿון קאָלאָסאַלן פֿאַרנעם.

אַזאַ מזל און אַזאַ אָפּקלאַנג האָט אָבער די איבערראַשנדיקע איניציאַטיוו אין דער רעדע פֿון דעם פּרעמיער אָלמערט דאָס מאָל נישט געהאַט. די צײַטונגס-קעפּ זענען געווען מער באַשעפֿטיקט מיט די דערפֿאָלגלאָזע זוכענישן און באַמיִונגען צו כאַפּן דעם סעריאַלן פֿרויען-פֿאַרגוואַלטיקער בֶני סֶלַע, וועלכער איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן אַרעסט. די דאָזיקע סענסאַציע האָט פֿאַרשאָטנט סײַ דעם אימפּאַקט פֿון דעם פֿײַער-איבעררײַס אין דער "קאַסאַמען"-שלאַכט און סײַ פֿון דעם כּמעט "רעוואָלוציאָנערן" חידוש אין דער פּראָקלאַמירטער פּאָליטיק פון דעם פּרעמיער-מיניסטער.

אין זײַן ערשטער פּראָגראַמאַטישער רעדע בעתן פֿאָרשטעלן מיט זיבן און אַ האַלבן חדשים צוריק די נײַ-געוויילטע רעגירונג אונטער זײַן אָנפֿירונג, האָט ער, ווי דער היטער פֿון דער "שאַראָנישער טראַדיציע", געהאַט אַרויסגעלייגט זײַן געוואַגטן פּלאַן פֿון אַ צווייטן, נאָך שרונען, אָבער צענפֿאַכיק גרעסערן און מער-פֿאַרנעמיקן, איינזײַטיקן צוריקטריט פֿון די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס אויפן מערבֿדיקן ברעג; שפּעטער, אין זײַן טריִומפֿאַלער נצחון-רעדע אין מיטן דער צווייטער לבֿנונישער דורכפֿאַל-מלחמה, האָט ער יענעם גראַנדיעזן צוריקטריט-פּלאַן אויפגעגעבן און האָט אין זײַן רעדע קיין איין-איינציק מאָל נישט אַרויסגעברענגט אויף די ליפּן דאָס וואָרט "שלום". אין קעגנזאַץ צו זײַן "וויכטיקסטן" קאָאַליציע-פּאַרטנער עמיר פּרץ, דעם נײַ-געוויילטן מנהיג פֿון "עבֿודה", וועלכער איז געקומען מיט דער "סאָציאַלער אַדזשענדע" אין דער רעגירונג, האָט אָלמערט דאָ נישט לאַנג דערקלערט, אַז ער האָט נישט און ער נייטיקט זיך נישט אין קיין "אַדזשענדעס": ער איז באַשעפֿטיקט מיט סטאַביליזירן זײַן רעגירונג און מיט שאַפֿן פֿאַר איר אַ ברייטערן קאָאַליציאָנערן באַזיס. עמיר פּרץ האָט בּלית-בּרירה אָנגענומען דעם זיכערהייטס-פּאָרטפֿעל — ווײַל דעם פֿינאַנצן-אוצר" האָט אָלמערט נישט געוואָלט אָנטרויען דעם "סאָציאַלן" מנהיג, און ער האָט דערפֿאַר טײַער באַצאָלט מיט זײַן צעשמעטערטער פּאָפּולאַריטעט. דאַקעגן האָט אָלמערט, וועלכער "דאַרף נישט קיין "אַדזשענדעס", געביטן יעדעס מאָל זײַנע סעריאַלע "אַדזשענדע", זײַנע פּריאָריטעטן אינעם סדר-היום פֿון דער רעגירונג, כּדי צו פֿאַרזיכערן איר עקזיסטענץ. דאָס האָט אָבער נישט איין מאָל געשטערט איין "אַדזשענדע" צו פֿאַרזיכערן די אַנדערע — ווי דאָס איז געשען מיטן אַרײַננעמען אין דער צענטריש-לינקער רעגירונג דעם עקסטרעם-רעכטן פּריידיקער פֿון מאיר כּהנאס ראַסיסטיש-טראַנספֿעריסטישער "תּורה", איוועט ליבערמאַן.

* * *

דאָס איז געווען נאָך דער שטאַרק פּראָבלעמאַטישער צווייטער לבֿנון־מלחמה, ווען די פּאָפּולאַריטעט פֿון דער רעגירונג און פֿון די צוויי דאָמינירנדיקע פּאַרטייען אין איר, איז גאָר שטאַרק געפֿאַלן — און אין די פּובליק-טעסטן זענען אויסגעוואַקסן און איבערגעוואָקסן די צוויי רעגירנדיקע מנהיגים און זייערע פּאַרטייען — דער מנהיג פֿון "ישׂראל ביתנו" איוועט ליבערמאַן און דער אָליגאַרך-מיליאַרדער אַרקאַדי גײַדאַמאַק.

ביידע זענען אַויסגעוואַקסן אויפֿן באָדן פֿון דער נויט און פֿאַרצווייפֿלונג, וואָס האָט באַהערשט די נויט-לײַדנדיקע און די נויט-באַדראָטע באַפֿעלקערונג בעת און נאָך דער לבֿנון־מלחמה און אין דער צײַט פֿון דער פּאַלעסטינער "קאַסאַמען"-אָפֿענסיווע.

דער באַגריף פֿון "נויט-לײַדנדיקע" פֿאַרלאַנגט אַן אויפקלערונג: די גרויסע מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג אין ישׂראל האָט וועזנטלעך פֿון דער נויט נישט געליטן מער ווי פֿריִער — סײַ פֿון סאָציאַלן און סײַ פֿון זיכערהייטלעכן שטאַנדפּונקט. די נויט איז במילא געוואַקסן — אפֿשר אין אַ שטאַרקערן טעמפּאָ, ווי למשל, בײַם מיטלשטאַנד — צווישן די סוחרים און בעלי-מלאכות אין די באָמבאַרדירטע שטעטלעך און ייִשובֿים אין צפֿון און אין דרום, וואָס האָבן זיך אויסגעליידיקט און זייער פּרנסה איז געוואָרן געטראָפֿן. די מערהייט פֿון די תּושבֿים האָט זיך אָבער געפֿילט מער באַדראָט מחמת דער אַטמאָספֿער פֿון פּחד און אויסזיכטלאָזיקייט, וואָס האָט צוגעשפּילט די צוויי אויפגעקומענע "נאַציאָנאַלע רעטערס" — אַזוי ווי אַלע פֿאַלשע משיחים, אין אַלע צײַטן, וואָס באַווײַזן זיך מיט זייערע כּישוף-שפּרוכן, מיט זייערע אומגעצוימטע אַמביציעס, מיט זייער כאַריזמע און... אַזוי ווי גײַדאַמאַק — מיט זייערע אומבאַגרענעצטע געלטער, מיט וועלכע זיי קענען אָפּקויפֿן אָדער אויפֿשטעלן גאַנצע פּאַרטייען.

אויף דעם באָדן זענען זיך ביידנס וועגן צונויפֿגעקומען — און אויף דעם זעלבן באָדן זענען זיי זיך צעגאַנגען. ביידע זענען צעקריגט מיט דער פּאָליציי, וועלכע פֿירט קעגן ביידן אַן אויספֿאָרשונג, וועלכע ציט זיך שוין עטלעכע יאָר און איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט. איינע, צוליב "אויסווײַסן" אין אַ היגן באַנק צענדליקער מיליאָנען "שוואַרצע" דאָלאַרן, וואָס, לויטן פֿאַרדאַכט פֿון דער פּאָליציי, האָט ער זיי פֿאַרדינט אין אומגעזעצלעכע געשעפֿטן אין פֿראַנקרײַך. די אַנדערע — פֿאַר זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט רוסישע אָליגאַרכן און פֿאַרדעכטיקע געשעפֿטן מיט עסטרײַכישע און רוסישע בענק.

ווי אַ דעפּוטאַט אין דער כּנסת, האָט ליבערמאַן אויסגעדריקט זײַן באַגער באַשטימט צו ווערן ווי אַ מיניסטער פֿאַר אינערלעכער זיכערהייט, כּדי איבערצונעמען דעם קאָנטראָל איבער דער ... פּאָליציי, מיט וועלכער ער איז צעקריגט. איצט האָט ער זיך אַרײַנגעקראָגן אין דער רעגירונג, כּדי צו העלפֿן אָלמערטן סטאַביליזירן די רעגירונג דורך דערטיילן דעם שעף פֿון דער רעגירונג אויטאָריטאַטיווע פֿולמאַכטן און באַשרענקען דעם כּוח פֿון דער כּנסת און פֿון דעם געריכטוועזן. חוץ אופר פּינס פֿון "עבודה", וועלכער איז צוליב זײַן אָפּזאָג באַזײַטיקט געוואָרן פֿון דער רעגירונג, האָבן אַלע מיניסטאָרן, אײַנשליסלעך פֿון "עבֿודה", געשטימט פֿאַר דערלאַנגען דער כּנסת דעם געזעץ-פּראָיעקט אין זײַן ערשטער לייענונג — און דערנאָך אים צו ענדערן לויט אַ פֿאַרשטענדיקונג. דערמיט האָט אָלמערט געווונען די שטימען פֿון "ישׂראל ביתנו" פֿאַר דעם מדינה-בודזשעט אויפן יאָר 2007.

אָבער אויב ליבערמאַן האָט געגלייבט אין דער הילף פֿון גײַדאַמאַקן, האָט ער זיך אין דעם אַנטוישט. גײַדאַמעק, וועמעס "רייטינג" אין די פּובליק-טעסטן האָט איבערגעשטיגן אַלע מנהיגים און אַלע פּאַרטייען, קען זיך באַגיין אָן ליבערמאַנען. אויב ער וויל, זאָגט ער, קען ער דערגרייכן די מערהײַט אין די וואַלן און אַפֿילו ווערן פּרעמיער — אין דער צײַט ווען די מיניסטאָרן, צוזאַמען מיט אָלמערטן, זענען נישט ראוי צו זײַן אַפֿילו טאַקסי-שאָפֿערן... — האָט ער מיט גבֿירישער פֿאַרריסנקייט און חוצפּה געזאָגט אין זײַנע ראַדיאָ- און טעלעוויזיע-אינטערוויוען.

* * *

אין אָט דעם צושטאַנד, ווען די רעגירונג און די אַרמיי געפֿינען זיך אונטער די אויספֿאָרשונגען פֿון דער ווינאָגראַד- און אַנדערע פֿאָרש-קאָמיסיעס און די רעגירונג איז באַשולדיקט געוואָרן אין פּאָליטישער בטלנות, האָט ענדלעך זיך אויסגעקאָכט אין דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, בײַ דער פֿאַרמיטלונג פֿון מצרים, די פֿאַרשטענדיקונג צווישן אַבו-מאַזען און דעם "כאַמאַס"-פּרעמיער כאַניאַ וועגן אַ פֿײַער-איבעררײַס אין עזה-פּאַס, אויף וואָס אָלמערט האָט געגעבן זײַן הסכּמה. און צוזאַמען דערמיט — דער פּלוצעמדיקער שריט פֿון דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט מיטן רוף צו אַבומאַזענען אויפֿצולעבן דעם שלום-פּראָצעס אויף אַ נײַער באַזע.

ווי געזאָגט, איז די איבערראַשנדיקע ידיעה אויפגענומען געוואָרן דורך יעדן, לויט זײַן אידעיִשער אויפֿפֿאַסונג. אָן ספֿק איז דער דאָזיקער צוג געקומען אונטערן דרוק פֿון אינערלעכע און אויסערלעכע פֿאַקטאָרן. אין דער רעגירונג — פֿון דעם זיכערהייט-מיניסטער עמיר פּרץ און פֿון דער אויסערן-מיניסטאָרין ציפּי לבֿני; פֿון דרויסן — די אייראָפּעיִשע מדינות — איטאַליע, שפּאַניע און פֿראַנקרײַך, וועלכע גרייטן אַן אייגענע איניציאַטיוו; און די אַמעריקאַנער, אין שײַכות מיטן באַזוך פֿון פּרעזידענט בוש אין ראבאט-אַמאָן, אויף אַ טרעפֿונג מיטן קעניג אַבדאַלאַ און דעם פּרעמיער-מיניסטער פֿון איראַק. אין אָט דער שפּיצן-באַגעגעניש וועט זיכער נישט פֿאַרפֿעלט ווערן דער מאַטערנדיקער קריזיס אין דעם ענין פֿון ישׂראל-פּאַלעסטינע.

און — נאָך אַ זאַך האָט גורם געווען אָלמערטן צו קומען מיט זײַן נײַער איניציאַטיוו. עס זעט אויס ווי נישט ערנסט — אָבער גראָד די ערנסטע פּובליציסטן אלוף בן אין "הארץ" און סימה קדמון אין "ידיעות אחרונות" ווײַזן אויף דעם שטאַרקן עפֿעקט פֿון דער ריזן-מאַניפֿעסטאַציע אין עלפֿטן יאָרטאָג פֿון יצחק ראַבין און דעם אײַנדרוקספֿולן ארויסטריט פֿון דעם שרײַבער דוד גראָסמאַן, וועלכער האָט קריטיקירט די "הוילע פֿירערשאַפֿט" אין דער מדינה און געפֿאָדערט פֿון דער רעגירונג זי זאָל פֿאָרלייגן די פּאַלעסטינער, בראָש מיט זייער פּרעזידענט אַבו מאַזען, אָנהייבן רעדן צווישן זיך און עפֿענען צוריק דעם וועג צו אַ שלום צווישן ביידע פֿעלקער.