ליטעראַטור

יחיאל שרײַבמאַן און מישאַ כאַזין, 1972
יחיאל שרײַבמאַן און מישאַ כאַזין, 1972
די טעג דערמאָנען מיר דעם וווּנדערלעכן ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן ע"ה, וואָס איז פֿאַראַיאָרן אַוועק אין דער אייביקייט, איבערלאָזנדיק אַן אוצר: ראָמאַנען, דערציילונגען, מיניאַטורן, עסייען... און נאָך: אַ סך האַרציקע דערמאָנונגען וועגן זיך, וואָס טרעפֿט זיך, צום באַדויערן, נישט אַזוי אָפֿט. לאַנגע יאָרן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט האָבן פֿאַרבונדן שרײַבמאַנען מיט מישאַ כאַזינען — דער רוסישער שרײַבער, עסיייִט, איבערזעצער און אַ גרויסער חסיד פֿון מאַמע־לשון. אַ בינטל פֿון זײַנע דערמאָנונגען וועגן זײַן פּען־חבֿר לייגן מיר הײַנט פֿאָר אונדזערע לייענער.




שוין זשע איז עס נישט קיין ליטעראַטור?

פּונקט אין זײַן געבורטסטאָג, דעם 21טן מערץ 1992, ווען יחיאל איז אַלט געוואָרן 79 יאָר, איז ער אַרײַן אין שפּיטאָל. דאָס האַרץ האָט אונטערגעפֿירט, האָבן די דאָקטוירים אים געעצהט נישט אָפּצולייגן.

אין דער פֿרי, ווען יחיאל איז נאָך געווען אין דער היים, האָב איך צו אים אָנגעקלונגען און באַגריסט. ער האָט מיט אַ זיפֿץ זיך אָנגערופֿן:

— איר פֿאַרשטייט, וואָס דאָס מיינט? אָן אַ יאָר אַ בן־שמונים!

דערנאָך, ווי עס פֿלעגט זיך אָפֿט טרעפֿן בײַ אונדזערע שמועסן, האָט שרײַבמאַן אָנגעהויבן דערציילן, ווי טיף זײַנען די בריוו, וואָס ער באַקומט לעצטנס פֿון זײַנע פּען־ברידער. דאָס מאָל האָט ער מיר איבערגעלייענט עטלעכע אויסצוגן פֿונעם בריוו, אָנגעשריבן פֿון זײַן אַלטן פּען־חבֿר, דעם ייִדישן פּראָזאַיִקער פֿון מאָסקווע, טבֿיה גען.

— איר קאָנט זיך גאָר נישט פֿאָרשטעלן, וואָס גען שרײַבט מיר וועגן מײַנע דרײַ חומש־נאָוועלן, אָפּגעדרוקט אין "סאָוועטיש היימלאַנד"! ער שרײַבט, אַז זיי זײַנען אויף איין מדריגה מיט עגנונס און באַשעוויס־זינגערס דערציילונגען. ער שרײַבט, אַז ווען ס׳ווענדט זיך פֿון אים, וואָלט ער מיר געגעבן די נאָבעל־פּרעמיע. אַזוי חכמהט ער זיך... — האָט מיר דערקלערט יחיאל.

נאָך אַזאַ אַרײַנפֿיר, האָט שרײַבמאַן מיך געבעטן כ׳זאָל די דרײַ חומש־נאָוועלן איבערזעצן אויף רוסיש...

ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָט יחיאל שוין אין יענעם אינדערפֿרי זיך פֿאַרבונדן טעלעפֿאָניש מיטן באַקאַנטן מאָלדאַווישן שרײַבער ספּירידאָן וואַנגעלי. וואָס איז? וואַנגעליס זון איז געווען דער הויפּט־דאָקטער אינעם קאַרדיאָלאָגישן אָפּטייל, וווּ שרײַבמאַן האָט זיך געדאַרפֿט לייגן אויף אַן אויספֿאָרשונג. (שרײַבמאַן איז בכלל געווען פֿאַרחבֿרט מיט אַ סך מאָלדאַווישע שרײַבער.) ספּירידאָן וואַנגעלי האָט אים, קודם־כּל, באַרויִקט, און געטרייסט, אַז דער פֿאָטער זײַנער האָט זיך אויך שטענדיק געקלאָגט אויפֿן האַרץ, און דערלעבט ביז צוויי און נײַנציק. בײַ דער געלעגנהייט האָט ער שוין דערציילט שרײַבמאַנען אַ מעשׂה וועגן זײַן פֿאָטער.

פֿאַר דעם ווי די סאָוועטן האָבן באַפֿרײַט בעסאַראַביע, האָט זײַן פֿאָטער געהאַט צוויי העקטאַר ערד. מע וואָלט אים זיכער אַרויסגעשיקט קיין סיביר, אָדער ווי מע פֿלעגט עס דעמאָלט רופֿן "אויפֿגעהויבן". ער האָט אָבער געהאַט אין דאָרף אַ גוטן שם. האָט מען אים אויסגעמעקט פֿון דער רשימה דאָרפֿישע גבֿירים. דער אַלטער האָט ביזן לעצטן טאָג געדענקט, וויפֿל פֿערד ער האָט געהאַט אין זײַן לעבן; ווי אַזוי עס האָט געהייסן דאָס גניאַדע פֿערדל, און דאָס העל־קאַשטאַנאָווע, און דאָס גרויע מיט אַ ווײַסער גריווע... פֿלעגט אים זײַן ווײַב פֿרעגן צו מאָל: "פֿאַר וואָס דערמאָנסטו ניט קיין מאָל די חזירים, וואָס מיר האָבן געהאַט?" אָבער די חזירים האָט דער אַלטער פּויער נישט דערמאָנט. נאָר די פֿערד...

נאָך אַ פּויזע, האָט שרײַבמאַן געפֿרעגט בײַ מיר:

— נו, איז עס נישט קיין ליטעראַטור? איך האָב טאַקע אַזוי געזאָגט וואַנגעלי: "לייג נישט אָפּ, נעם אַ בייגעלע פּאַפּיר און פֿאַרשרײַב אַלץ וואָס דו האָסט מיר ערשט דערציילט".

פֿאָרזיכט אָדער פּחד?

דער הויפּט־רבֿ פֿון רומעניע, הרבֿ ראָזען, איז געווען אַ קאָמפּליצירטע פּערזענלעכקייט. אין משך פֿון פֿופֿציק יאָר איז ער נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה געשטאַנען בראָש פֿון דער ייִדישער קהילה אין רומעניע. אַ סך גוטע זאַכן האָט ער אויפֿגעטאָן פֿאַר די אָרטיקע ייִדן. פֿון דער צווייטער זײַט, פֿלעגט דער דיקטאַטאָר טשאַושעסקו נישט איין מאָל אים אויסניצן פֿאַר זײַנע אייגענע צוועקן.

און דאָך, פֿלעגן אייניקע קעשענעווער געסט, קומענדיק קיין בוקאַרעשט, האַלטן פֿאַר נייטיק זיך צו טרעפֿן און כאַפּן אַ שמועס מיטן קלוגן רבֿ ראָזען. צוויי ייִדישע שרײַבער האָבן אַפֿילו זיך נישט געשעמט צו בעטן בײַ אים, ווי אַ מתּנה, ייִדישע שרײַב־מאַשינקעס, און זיי האָבן עס בײַ אים אויסגעפּועלט. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז אַ ייִדישע שרײַב־מאַשינקע געווען אַ גרויסע מציאה. יעדנפֿאַלס, שרײַבמאַן האָט אַזאַ ניצלעכע זאַך פֿאַר אים נישט געהאַט. ער פֿלעגט אַרײַנשיקן זײַנע כּתבֿ־ידן אין דער רעדאַקציע פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", אָנגעשריבן מיט דער האַנט.

און אָט איז געקומען דער טאָג, ווען יחיאל מיט זײַן פֿרוי מאַרינע זײַנען געקומען קיין בוקאַרעשט, די שטאָט, וווּ ער האָט אַמאָל אָנגעהויבן זײַן ליטעראַרישן וועג. הרבֿ ראָזען האָט אַוודאי זיך באַלד דערוווּסט וועגן די חשובֿע געסט פֿון קעשענעוו. גראָד דעמאָלט, זומער־צײַט, האָט ער זיך געפֿונען אויף אַ קוראָרט בײַם שוואַרצן ים; אָבער ער האָט איבערגעגעבן מיט זײַן שליח, אַז ער איז גרייט אויפֿצונעמען בײַ זיך שרײַבמאַנען מיט זײַן פֿרוי און אַפֿילו אַרויסשיקן נאָך זיי אַן אויטאָ. שרײַבמאַן האָט געענטפֿערט:

— צו וואָס דאַרף אַ סאָוועטישער שרײַבער פֿאָרן צו אַ רבֿ? ניין, כ'וועל נישט פֿאָרן...

מיט אַ צײַט שפּעטער איז אָנגעקומען די ידיעה, אַז הרבֿ ראָזען, זײַענדיק אין מאָסקווע, האָט באַזוכט די רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", וווּ מ'האָט אים זייער וואַרעם אויפֿגענומען. כ'מיין, אַז יחיאל האָט חרטה געהאַט, וואָס ער האָט נישט אויסגעניצט די געלעגנהייט זיך צו טרעפֿן מיטן באַקאַנטן רומענישן רבֿ.

אָבער — פֿאַרפֿאַלן! ער האָט שטענדיק זיך געהאַלטן בײַ זײַן כּלל — אַרויסצוּווײַזן אַ "ווײַטזיכטיקע פֿאָרויסזעעוודיקייט". צו זײַן פֿאָרזיכטיק. נישט געבן דער מאַכט קיין מינדסטע געלעגנהייט צו באַשולדיקן אים אין עפּעס "טריפֿס". דער פּחד האָט אים געלערנט שׂכל. מעגלעך, אַז דווקא אָט דער כּלל זיך צו האַלטן ווי אַ "צדיק", בנוגע דער מאַכט, האָט אים דערמעגלעכט אויסצולעבן זײַנע יאָר אינעם לאַנד פֿון סאָציאַליזם אָן אַרעסטן און אָן רדיפֿות.

דאָס שענסטע און דאָס בעסטע

איין מאָל בין איך געווען אַן עדות פֿון אַזאַ מאָנאָלאָג שרײַבמאַנס:

— אין אָדעס האָט געלעבט מײַן גרויסער פֿרײַנד, דער שרײַבער נאָטע לוריע. ער איז נישט לאַנג צוריק געשטאָרבן. האָט מען שוין אָנגערופֿן מיט זײַן נאָמען די אָרטיקע ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט. אין טשערנאָוויץ לעבט יוסף בורג. כ'וויל זיך נישט אַרײַנלאָזן איצט אין לאַנגע דיבורים, ווער איז פֿון אונדז ביידע אַ גרעסערער שרײַבער. אָבער לעבן טשערנאָוויץ איז דאָ אַ שטעטל וויזשניץ, וווּ בורג איז געבוירן געוואָרן. דאָרט טראָגט שוין אַ גאַס בורגס נאָמען. איך האָב נישט קיין גאַס אויף מײַן נאָמען און קיין קולטור־געזעלשאַפֿט אויך נישט. איך האָב אָבער ייִדיש און מאַרינען, איז עס דען נישט דאָס שענסטע און דאָס בעסטע?!

ער הייבט ערשט אָן פֿון זײַנע קינדער־יאָרן

יחיאל האָט ליב געהאַט פּראַווען חבֿרישע טישן, מיט לאַנגע שמועסן און דערציילונגען פֿון קדמונים אָן. ער האָט גערעדט און גערעדט, און האָט זיך נישט געקאָנט אָנרעדן. ער פֿלעגט רעדן, שוין בײַם פֿאַרלאָזן דאָס גאַסטפֿרײַנדלעכע הויז, אינעם קאָרידאָר, בײַם אָנטאָן דעם מאַנטל זײַנעם און שוין האַלטנדיק זיך בײַם הענטל פֿון דער טיר — נאָך אַלץ גערעדט... יחיאל אַליין האָט איין מאָל באַמערקט וועגן זיך מיט אַ שמייכל, אַז בעת אַזאַ מין אַוועקגיין פֿון געסט, שוין שפּעט בײַ נאַכט, האָט ער נאָך אַלץ עפּעס דערציילט, אָבער בײַ די ווערטער "כ'דערמאָן זיך, ווען כ'בין געווען אַ קינד..." — האָט די באַלעבאָסטע שוין נישט אויסגעהאַלטן און שיִער נישט אויסגעשריִען: "גאָט מײַנער, ער הייבט ערשט אָן פֿון זײַנע קינדער־יאָרן..."

ברויט

בעת אַ שמועס האָט עמעצער אַ זאָג געטאָן:

— כ'געדענק צײַטן, ווען יעדעס מאכל האָט מען בײַ אונדז געגעסן מיט ברויט, אַזוי הונגעריק איז מען געווען — קאַרטאָפֿל מיט ברויט, מילך מיט ברויט, עפּל מיט ברויט, קאַווענע מיט ברויט...

שרײַבמאַן האָט צוגעגעבן מיט אַ זיפֿץ:

— בײַ אונדז אין שטעטל האָט מען אַפֿילו מיט ברויט געטרונקען זעלצער־וואַסער.

עס האַלט נאָך נישט דערבײַ

אייניקע זײַנע ווערטלעך און חכמות, געזאָגט בײַ געוויסע אומשטאַנדן, פֿלעגט מען אונטערכאַפּן, איבערדערציילן איינער דעם אַנדערן, פֿאַרשפּרייטן ווי אַ וויץ, געבוירן פֿון זיך אַליין, ווי פֿאָלקלאָר. אָט איז איינער פֿון אַזעלכע שרײַבמאַנס וויצן:

נאָך סטאַלינס טויט, ווען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט מען אָנגעהויבן צו ביסלעך אַרײַנלאָזן טוריסטן פֿון אויסלאַנד, איז קיין קעשענעוו געקומען צו גאַסט פֿון לאַטײַן־אַמעריקע די שוועסטער פֿון אָלגאַ, שרײַבמאַנס ערשטע פֿרוי. יענע איז נאָך אַרויסגעפֿאָרן פֿון בעסאַראַביע, ווען די פּראָווינץ האָט געהערט צו רומעניע. זיך אָנגעהערט, אַז אינעם סאָציאַליסטישן גן־עדן, פֿעלט אויס ווי אַ שפּילקע, האָט די אַמעריקאַנער קרובֿה אַראָפּגעבראַכט קיין קעשענעוו פֿולע פּעק און טשעמאָדאַנען מיט סאַמע מציאות פֿאַר דער גרויסער משפּחה.

אָבער ביז צום צעטיילן די שיינע מתּנות איז נאָך געווען גאָר ווײַט. קודם־כּל, האָט מען דער קרובֿה מיט די שווערע טשעמאָדאַנען געהייסן, לויט די סאָוועטישע געזעצן, זיך אַרײַנציִען אין אַ האָטעל, און נישט אָפּשטעלן זיך בײַ די קרובֿים אין שטוב. האָט זי געמוזט צעבײַטלען איר בײַטעלע און באַצאָלן פֿאַרן האָטעל אַ שיינע מטבע. צווייטנס, האָט כּמעט בײַ יעדער טרעפֿונג אירער מיט די קרובֿים געמוזט בײַזײַן אַ "באַגלייטער" פֿון די געוויסע אינסטאַנצן, שוין אָפּגערעדט, אַז די ווענט אינעם האָטעל האָבן געהאַט אויערן.

בײַם פֿײַערלעכן באַנקעט, לטובֿת דער אַמעריקאַנער קרובֿה, האָט זי פֿאַרפֿירט אַ שמועס וועגן די מתּנות, געבראַכט מיט זיך. דעמאָלט האָט שרײַבמאַן זי העפֿלעך אָפּגעשטעלט און דערקלערט, אויפֿן בײַשפּיל פֿון זײַן אייגענער משפּחה, אַז ער, זײַן ווײַב אָלגע און זייער זון עדיק, לעבן גוט, ווי אַלע סאָוועטישע בירגער; דער לעבס־ניוואָ וואַקסט, די פּרײַזן פֿאַלן, די עקאָנאָמישע שוועריקייטן ווערן געלייזט, זיי האָבן, דאַנקען גאָט אַלץ, וואָס מע דאַרף, אַזוי אַז זיי נייטיקן זיך נישט אין קיין שום מתּנות...

אויסגעהערט אַזאַ פּאַטריאָטישע דרשה, האָט אָלגעס שוועסטער זיך אויפֿריכטיק דערפֿרייט, וואָס די סאָוועטישע בירגער לעבן אַזאַ שיינעם טאָג. אין דער זעלבער צײַט, האָט זי זיך אין גאַנצן פֿאַרלוירן: סטײַטש, וואָס טוט מען מיט די שווערע טשעמאָדאַנען און פּעקלעך? שלעפּן זיי צוריק אַהיים?

שרײַבמאַן האָט שטיל באַרויִקט די שוועגערין:

— שאַט, עס האַלט נאָך נישט דערבײַ...

דער זאָג שרײַבמאַנס וועגן דעם סאָוועטישן "גוט־לעבן" האָט באַקומען פֿליגלען. מע פֿלעג אים דערמאָנען בײַ יעדער געלעגנהייט: "עס האַלט נאָך נישט דערבײַ".