געזעלשאַפֿט
וולאַדימיר באָיאַרינצעווס בוך ״אַנטי־אײַנשטיין״
וולאַדימיר באָיאַרינצעווס בוך ״אַנטי־אײַנשטיין״

ניט לאַנג צוריק איז בײַ אונדז אין באָסטאָן געשען אַזאַ צופֿאַל. אַן אינטעליגענטע פֿרוי, מיט אַ גוטן שם, האָט באַשלאָסן צו באָרגן אין דער שטאָט־ביבליאָטעק אַ בוך — און אים ניט אומקערן... אַפֿילו זי זאָל דאַרפֿן באַצאָלן פֿאַר אים אַ דרײַפֿאַכן שטראָף. אָנגענומען אַזאַ באַשלוס האָט די פֿרוי ניט דערפֿאַר, וואָס דאָס בוך האָט זי באַצויבערט מיט זײַנע אויסערגעוויינטלעכע מעלות. גראָד פֿאַרקערט. פֿאַר וואָס זשע האָט זי עס געטאָן?

ווי אַלע מאָל, ווען זי באַזוכט די ביבליאָטעק, האָט די לייענערין זיך אָפּגעשטעלט בײַ דער פּאָליצע מיט נײַע ביכער אויף רוסיש און אָנגעהויבן בלעטערן איינס נאָך אַ צווייטן. און דאָ האָט זי זיך אָנגעשטויסן אויף אַ בוך אין אַ האַרטן אײַנבונד מיט עפּעס אַ משונהדיקן נאָמען — "אַנטי־אײַנשטיין: דער הויפּטמיף פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט". דער מחבר וולאַדימיר באָיאַרינצעוו האָט אַרויסגעגעבן דאָס בוך אין מאָסקווע אין 2005. איבערגעבלעטערט דאָס בוך, איז די לייענערין אויפֿגערעגט געוואָרן: אַן אַנטיסעמיטישע מאַכערײַקע!

וויפֿל שמוציקע בילבולים שיט אויס דער אויטאָר פֿונעם בוך אויף אײַנשטיינען? "אײַנשטיין איז ניט מער ווי אַ קרעאַטור פֿונעם ציוניזם אין דער וויסנשאַפֿט" (ז׳ 84), דער געלערנטער "האָט צוגעאייגנט פֿרעמדע וויסנשאַפֿטלעכע דערגרייכונגען" (ז׳ 89), ער איז אַן איינזײַטיקער ייִדישער נאַציאָנאַליסט ("נאַציאָנאַליזם האָט אײַנשטיין פֿײַנט געהאַט, ווען ס׳איז געגאַנגען צו רייד וועגן ניט־ייִדישן נאַציאָנאַליזם" — ז׳ 76). דער מחבר דעקלאַרירט, אַז אײַנשטיין האָט געהאַט אַ נישטיקע השפּעה אויף די אַטאָמישע פּראָיעקטן און אין אַלגעמיין אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דער וויסנשאַפֿט. באָיאַרינצעוו מאַכט חוזק פֿון אײַנשטיינען, אָנרופֿנדיק אים פֿיל מאָל "אַ זשעני פֿון איין פֿאָלק".

מיט דעם דאָזיקן בוך אין דער האַנט איז די לייענערין צוגעגאַנגען צו דער אַמעריקאַנער ביבליאָטעקערין און געפּרוּווט איר צו דערקלערן, אַז דאָס איז אַ טענדענציעז, שעדלעך ווערק, וואָס האָט ניט די ווערט, מען זאָל עס פּראָפּאַגאַנדירן אין אַ ביבליאָטעק. די ביבליאָטעקערין האָט מיט געדולד אויסגעהערט די לייענערין און דערנאָך דערמאָנט איר וועגן דער פֿרײַהייט פֿון וואָרט, וואָס עס גאַראַנטירט די קאָנסטיטוציע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. און צוגעגעבן: "גיט אַ פּרוּוו מיר שריפֿטלעך צו דערקלערן, פֿאַר וואָס, לויט אײַער מיינונג, טאָר מען ניט האַלטן דאָס דאָזיקע בוך אין דער ביבליאָטעק אויף דער פּאָליצע. אפֿשר וועלן מיר זיך צוהערן צו אײַך".

די פֿרוי איז אַוועק מיטן בוך אין איר רענצל. געטיילט זיך מיט אירע פֿרײַנד וועגן דעם צופֿאַל אין דער ביבליאָטעק און געשטעלט די פֿראַגע: וואָס קענען און דאַרפֿן מיר אונטערנעמען, מען זאָל אויפֿשטעלן אַ וואַנט אויפֿן וועג פֿון אַנטיסעמיטישע פֿעלשונגען? בשותּפֿות איז אָנגעשריבן געוואָרן אַזאַ באַגרינדונג פֿאַר דער ביבליאָטעק:

הײַנט איז ניט אַזוי גרינג צו געפֿינען אַ מענטש, וואָס האָט ניט געהערט וועגן דעם גרויסן געלערנטן אַלבערט אײַנשטיין. דער דאָזיקער נאָמען איז געוואָרן אַ סימבאָל פֿון העכסטער מענטשלעכער חכמה. דער שם פֿון דעם דאָזיקן געלערנטן איז אַזוי הויך און שטאַרק אין זײַן נאָמען האָט זיך אַזוי אײַנגעפֿונדעוועט אינעם באַוווּסטזײַן פֿון דער מענטשהייט, אַז עס איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, עמעצער זאָל האָבן די העזה צו פֿאַרמעסטן זיך אויף אים. אָבער קיינער איז ניט באַוואָרנט פֿון נידערטרעכטיקייט. וועגן דעם דערמאָנט אונדז וולאַדימיר באָיאַרינצעווס בוך "אַנטי־אײַנשטיין".

אויסנוצנדיק נאַרישע ליגנס, באמיט זיך דער מחבר צו "דערווײַזן", אַז די ייִדן האָבן בכּיוון אויפֿגעבלאָזן אײַנשטיינס וויסנשאַפֿטלעכע פֿאַרדינסטן, אַז אין דער אמתן איז אײַנשטיין געווען אַ ניט־אָרנטלעכער געלערנטער. דאָס בוך איז דורכגעזאַפּט מיט אַ בייזער אַנטיסעמיטישער השׂגה, לויט וועלכער די ייִדן האָבן ווידער אַ מאָל אָפּגענאַרט די גאַנצע וועלט און אָנגעבונדן איר אײַנשטיינען ווי אַן אויסערגעוויינטלעכן חכם. אָבער ווי יעדער מאכל פֿון אַזאַ סאָרט קען באָיאַרינצעווס "ווערק" פֿאַרפֿירן אַ יונגן מענטשן. אָט פֿאַר וואָס עס ווילט זיך ניט, אַז אַזאַ בוך זאָל זיך געפֿינען אין אַ ביבליאָטעק אין איינעם מיט ווירדיקע ביכער. אָבער אין אונדזער שטאָט זײַנען פֿאַראַן אַ סך ביבליאָטעקן און ביכער־קראָמען, וווּ מע קאָן געפֿינען אַזעלכע אַנטיסעמיטישע מאַכערײַקעס.

ניט לאַנג צוריק איז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אַרויס אַ נײַע ענגלישע איבערזעצונג פֿון די "פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון" — אַן אַנטיסעמיטישע פֿאַלסיפֿיקאַציע, וואָס איז געמאַכט געוואָרן, לויט דער באַשטעלונג פֿון דער רוסישער געהיימער פּאָליציי — "אָכראַנקע" מער ווי הונדערט יאָר צוריק. ווען די דאָזיקע אויסגאַבע האָט אָנגעהויבן אָנקומען אין די ביכער־קראָמען, זײַנען דער אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט און די אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע אַרויס מיט אַן אויפֿרוף צו די אייגנטימער פֿון די קראָמען — אויפֿצוהערן פֿאַרקויפֿן דאָס אַנטיסעמיטיש בוך. ווען מיר, מיטגלידער פֿון דער אַמעריקאַנער אַנטיפֿאַשיסטישער אַסאָציאַציע פֿון אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן זיך באַקענט מיט דעם דאָזיקן אויפֿרוף, האָבן מיר באַזוכט עטלעכע ביכער־קראָמען אין באָסטאָן און געפֿרעגט, צי דאָס בוך פֿאַרקויפֿט זיך בײַ זיי. און מיר זײַנען געווען זייער צופֿרידן צו הערן, אַז אין קיין איינעם פֿון די באַזוכטע קראָמען האָט מען נאָך דעם אויפֿרוף פֿון די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס דאָס בוך ניט פֿאַרקויפֿט. שמועסנדיק מיט די אָנגעשטעלטע פֿון די קראָמען, האָבן מיר זיך איבערצײַגט, אַז כּמעט אַלע פֿון זיי ווייסן גוט דעם אינהאַלט פֿון די "פּראָטאָקאָלן". זיי האָבן אונדז פֿאַרזיכערט, אַז זיי וועלן בשום־אופֿן ניט פּראָפּאַגאַנדירן דאָס דאָזיקע בוך.

אונדזער פֿריִערדיקע דערפֿאַרונג און דער לעצטער צופֿאַל, וואָס איז געשען אין באָסטאָנער ביבליאָטעק, זאָגן עדות, אַז מיר זײַנען בכּוח טאָן אַ סך צו באַגרענעצן די פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער אַנטיסעמיטישער, קסענאָפֿאָבישער און ראַסיסטישער ליטעראַטור דורך די ביבליאָטעקן און קראָמען. מיר האָבן די קאָנסטיטוציאָנעלע רעכט צו דערקלערן די אייגנטימער פֿון די קראָמען און אָנגעשטעלטע פֿון די ביבליאָטעקן, וואָס פֿאַר אַ שאָדן עס קענען ברענגען די ביכער, וואָס פּריידיקן נאַציאָנאַלע שׂינאה.