- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין ניו־יאָרק האָט זיך געעפֿנט די 61סטע גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון דער "יו־ען". ווי מ'האָט דערוואַרט פֿון פֿריִער, איז די הויפּט־סענסאַציע פֿאַרבונדן מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש און דעם איראַנישן פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעזשאַד. די קאָנפֿראָנטאַציע פֿון די צוויי נעגאַטיוו־פּאָפּולערע וועלט־פֿירער וואַקסט און נעמט אָן כּוח; אין דער נאָכמלחמהדיקער געשיכטע פֿון אַמעריקע, האָט נאָר פֿידעל קאַסטראָ דערגרייכט אַזאַ הויכן גראַד פֿון אומחן. און ס'האָט גענומען צענדליקער יאָרן, ביז פּרעזידענט ביל קלינטאָן האָט אים דערלאַנגט די האַנט; אין יאָר 2000 איז עס געשען און, שטעלט זיך פֿאָר, פּונקט אויף אַזאַ מין אַסיפֿה. אָבער אין דעם פֿאַל גלייבט זיך אָבער נישט, אַז די צוויי גדולים וועלן בײַ זייער פּרעזידענטשאַפֿט דערלעבן צו אַזאַ רירנדיקן מאָמענט, אַפֿילו ערגעץ אין די קולואַרן.
גאַנץ קאַיאָר, דעם 22טן יוני 1941, האָט דײַטשלאַנד אַטאַקירט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַזוי ווי ליטע — שוין ווי אַ טייל פֿונעם לאַנד — האָט געגרענעצט מיט דײַטשלאַנד, איז זי די ערשטע באָמבאַרדירט געוואָרן. דעם 23סטן יוני האָט די דײַטשע אַרמיי אַריין מאַרשירט אין מײַן געבורטס־שטעטל סימנע און די מאַכט דאָרט איז איבערגעגאַנגען אין די הענט פֿון די פּראָ־דײַטשע נאַציאָנאַליסטן. די ייִדן אין סימנע האָבן ממשיך געווען צו לעבן אין אַ רעלאַטיווער רויִקייט. נישט געקוקט אויף דער זיגערישער רעדע פֿון דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט בײַם סוף פֿון דער צװײטער לבֿנונישער מלחמה, איז שוין הײַנט פֿאַר קיינעם קיין ספֿק נישט, אַז זי איז געװען פֿון אַלע שטאַנדפּונקטן אַ שװערער דורכפֿאַל. סײַ פֿון מיליטערישן, סײַ פֿון פּאָליטישן און — אויך פֿון סאָציאַלן אַספּעקט. משה אַרענס, אַ געװעזענער זיכערהייטס-מיניסטער (פֿון "ליכּוד"), האָט דאָס באַצײכנט, אין אַן אַרטיקל הײַנטיקע װאָך אין "הארץ", װי אַ קאַטאַסטראָפֿע. פֿאַראַכטאָגן דינסטיק האָט דער אָנגעזעענער האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, אין קיימברידזש, מאַסאַטשוסעטס, אויפֿגעטרייסלט די וועלט פֿון העכערער בילדונג אין אַמעריקע מיטן אַנאָנס, אַז אָנהייבנדיק פֿון סעפּטעמבער 2008, וועט ער מער נישט אָננעמען סטודענטן דורך אַ פֿריִערדיקן טערמין (early action). די פֿריִערדיקע שיטה איז במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר געוואָרן אַ זייער פֿאַרשפּרייטער אופֿן צו אַפּליקירן — באַקוועם סײַ בײַ די סטודענטן און זייערע משפּחות, סײַ בײַ די אוניווערסיטעטן אַליין. וועגן דעם אינערלעכן באַטײַט פֿון שופֿר־בלאָזן אין ראָש־השנה גיט דער בעל־שם־טובֿ צו פֿאַרשטיין מיט אַ משל: אַ בן־מלך, אַ פּרינץ, האָט אַוועקגעוואַנדערט אַ לענגערע צײַט פֿון זײַן טאַטנס קיניגלעכן פּאַלאַץ אין פֿאַרשיידענע נאָענטע און ווײַטע שטעט און דערפֿער. ער האָט זיך דערפֿאַר אָפּגעריסן און אָפּגעווישט פֿון די אַלע איידעלע און פֿײַנע אויפֿפֿירונגען און מאַניערן פֿון זײַן קיניגלעכער היים. ער האָט געהאַט זייער אַ געמאַטערטן לעבן אין זײַנע פֿאַרוואָגלטע מקומות. ער האָט, פֿאַרשטייט זיך, נישט געהאַט די טײַערע שפּײַזן און געטראַנקען, מיט וועלכע מ׳האָט אים געקעכלט אין פּאַלאַץ; אויך זײַנע בגדים זײַנען שוין געווען צעריסן און צעשליסן. ער אַליין איז געווען פֿאַרברודיקט און האָט שוין אַפֿילו נישט געקענט מער ריידן דעם ראַפֿינירטן לשון פֿון בית־המלכות. פֿאַראַן ישׂראלים װאָס פֿאָרן אױף אַזעלכע ערטער, פֿון װעלכע עס איז שװער אַרױסצוקריכן מיטן לעבן. געװען צײַטן — אײדער מען האָט אונטערגעשריבן דעם שלום מיט ירדן — װען עס איז געװען אין דער מאָדע זיך אַרײַנצושמוגלען אַהין, כּדי באַזוכן און באַװוּנדערן פּעטראַ, די אַמאָליקע הױפּטשטאָט פֿון די נאַבאַטײער. געװען אױך אַזעלכע װאָס זענען געפֿאָרן מיט פֿרעמדע פּאַספּאָרטן אין כּלערלײ אַראַבישע מדינות. איצט דערװיסט מען זיך װעגן ישׂראלים װאָס שרעקן זיך נישט צו פֿאָרן קײן איראַן. פֿאַר װאָס טוען זײ דאָס? הלמאַי פֿאָרן זײ אַהין? מען איז דאָך אײַנגעשטעלט מיטן לעבן. װײסן זײ נישט, אַז די איראַנער זענען אונדזערע גרעסטע שׂונאים און װילן "אױסמעקן ישׂראל פֿון דער מאַפּע..?" אין מאָסקווע איז לעצטנס דורכגעגאַנגען די אויסשטעלונג פֿון מאָדערנע ייִדישע מאָלער — "אַן אַנדער קונסט. יום־טובֿים". אַ בכּבֿודיק אָרט אויף דער עקספּאָזיציע האָבן פֿאַרנומען די פֿריִיִקע בילדער פֿונעם מאָלער מיכאל יאַכילעוויטש. דווקא אָט די בילדער האָבן צוגעצויגן מײַן אויפֿמערק, מעגלעך, ווײַל זיי שאַפֿן עפּעס אַן אַנדער אימאַזש פֿונעם מאָלער, אין פֿאַרגלײַך מיט דעם, וואָס כ'האָב געזען אויף דער אויסשטעלונג "אַן אַלגעמיינע העפֿט", וואָס איז צו שטאַנד געקומען דעם ווינטער אינעם מאָסקווער קונסט־מוזיי (פּערזענלעכע קאָלעקציעס). דעם אמת געזאָגט, האָט מיך פֿאַרחידושט דער נאָמען פֿון דער אויסשטעלונג — "אַן אַנדער קונסט". עס איז שױן אַן אײַנגעשטעלטע טראַדיציע פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ, זיך צו טרעפֿן, אין אײנעם פֿון די טעג פֿאַר ראָש־השנה, מיט זײַנע הונדערטער ידידים־פֿרײַנד, פֿאַר אַ הרמת־כּוסית, הײבן אַ כּוס און זיך װינטשן אײנער דעם צװײטן אַ לחײם, אַ גוט־יאָר, אַ שנה־טובֿה. דעם 10טן סעפּטעמבער זענען געקומען קיין פּענסילווייניער אוניווערסיטעט אין פֿילאַדעלפֿיע סײַ חשובֿע פֿאָרשער, סײַ גוטע־פֿרײַנד אָפּצוגעבן כּבֿוד דעם פּראָפֿעסאָר און שרײַבער ד״ר שיקל פֿישמאַן צו זײַן 80סטן געבוירן־טאָג, אין דער פֿאָרעם פֿון אַ טאָג־לאַנגיקן סימפּאָזיום. דער אָרגאַניזיר־קאָמיטעט פֿון דער אונטערנעמונג איז באַשטאַנען פֿון פּראָפֿעסאָרן אין פֿילאַדעלפֿיע, ניו־יאָרק און דײַטשלאַנד, צווישן זיי דער ייִדיש־פֿאָרשער, ד"ר רחמיאל פּעלץ פֿון "דרעקסעל־אוניווערסיטעט". ניט לאַנג צוריק איז בײַ אונדז אין באָסטאָן געשען אַזאַ צופֿאַל. אַן אינטעליגענטע פֿרוי, מיט אַ גוטן שם, האָט באַשלאָסן צו באָרגן אין דער שטאָט־ביבליאָטעק אַ בוך — און אים ניט אומקערן... אַפֿילו זי זאָל דאַרפֿן באַצאָלן פֿאַר אים אַ דרײַפֿאַכן שטראָף. אָנגענומען אַזאַ באַשלוס האָט די פֿרוי ניט דערפֿאַר, וואָס דאָס בוך האָט זי באַצויבערט מיט זײַנע אויסערגעוויינטלעכע מעלות. גראָד פֿאַרקערט. פֿאַר וואָס זשע האָט זי עס געטאָן? ווי אַלע מאָל, ווען זי באַזוכט די ביבליאָטעק, האָט די לייענערין זיך אָפּגעשטעלט בײַ דער פּאָליצע מיט נײַע ביכער אויף רוסיש און אָנגעהויבן בלעטערן איינס נאָך אַ צווייטן. דאָניע איז אַ פֿרוי מיט דרײַ נעמען. אין קיִעוו האָט מען זי גערופֿן דאַשאַ. אין ניו-יאָרק איז זי געוואָרן דעבי. רופֿט זי זיך אָפּ אויף אַלע דרײַ נעמען: דאָניע איז זי געבליבן פֿאַר די גאָר אייגענע, דאַשאַ איז זי פֿאַר אַלטע פֿרײַנד, און דעבי — פֿאַר די מיט וועמען זי האָט זיך באַקענט אין משך פֿון די לעצטע דרײַסיק יאָר. וועגן דעם, אַז זי איז מגולגל געוואָרן אין אַ דעבי, האָב איך נאָר געהערט. אין ניו-יאָרק האָב איך זי געזען, ווען זי האָט דעם דריטן נאָמען נאָך ניט געהאַט. קען דאָס טרינקען טיי אײַך באַשיצן קעגן די צוויי געפֿערלעכסטע חלאתן — מוח־אַטאַקן און ראַק? לויט אַ גרויסער שטודיע אין יאַפּאַן איז דער ענטפֿער סײַ יאָ, סײַ ניין: דאָס הייסט, עס קאָן פֿאַרקלענערן די ריזיקע פֿון אַ מוח־אַטאַק, אָבער נישט פֿון אַ ראַק. |