קונסט
פֿון וועראַ טשײַקאָווסקײַאַ (מאָסקווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
חסידים

אין מאָסקווע איז לעצטנס דורכגעגאַנגען די אויסשטעלונג פֿון מאָדערנע ייִדישע מאָלער — "אַן אַנדער קונסט. יום־טובֿים". אַ בכּבֿודיק אָרט אויף דער עקספּאָזיציע האָבן פֿאַרנומען די פֿריִיִקע בילדער פֿונעם מאָלער מיכאל יאַכילעוויטש. דווקא אָט די בילדער האָבן צוגעצויגן מײַן אויפֿמערק, מעגלעך, ווײַל זיי שאַפֿן עפּעס אַן אַנדער אימאַזש פֿונעם מאָלער, אין פֿאַרגלײַך מיט דעם, וואָס כ'האָב געזען אויף דער אויסשטעלונג "אַן אַלגעמיינע העפֿט", וואָס איז צו שטאַנד געקומען דעם ווינטער אינעם מאָסקווער קונסט־מוזיי (פּערזענלעכע קאָלעקציעס).

דעם אמת געזאָגט, האָט מיך פֿאַרחידושט דער נאָמען פֿון דער אויסשטעלונג — "אַן אַנדער קונסט".