|
חסידים |
|
אין מאָסקווע איז לעצטנס דורכגעגאַנגען די אויסשטעלונג פֿון מאָדערנע ייִדישע מאָלער — "אַן אַנדער קונסט. יום־טובֿים". אַ בכּבֿודיק אָרט אויף דער עקספּאָזיציע האָבן פֿאַרנומען די פֿריִיִקע בילדער פֿונעם מאָלער מיכאל יאַכילעוויטש. דווקא אָט די בילדער האָבן צוגעצויגן מײַן אויפֿמערק, מעגלעך, ווײַל זיי שאַפֿן עפּעס אַן אַנדער אימאַזש פֿונעם מאָלער, אין פֿאַרגלײַך מיט דעם, וואָס כ'האָב געזען אויף דער אויסשטעלונג "אַן אַלגעמיינע העפֿט", וואָס איז צו שטאַנד געקומען דעם ווינטער אינעם מאָסקווער קונסט־מוזיי (פּערזענלעכע קאָלעקציעס).
דעם אמת געזאָגט, האָט מיך פֿאַרחידושט דער נאָמען פֿון דער אויסשטעלונג — "אַן אַנדער קונסט". יעדע קונסט, אויב ס'איז עכטע קונסט, איז אַנדערש בשײַכות מיט דעם אַלעמען, וואָס ס'איז געשאַפֿן געוואָרן פֿריִער און ווערט געשאַפֿן הײַנט; מחמת, אויב ס'איז אַן איבערחזרונג, אַ נאָכמאַכעניש, דאַרף עס קיינער נישט האָבן.
פֿריִער, פֿאַר דער "פּערעסטראָיקע", האָט מען מיטן באַגריף "אַנדער קונסט", געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז ס'איז נישט די קונסט, וואָס איז ביז אַהער אָנגענומען געווען דורך דעם "אָפֿיציאָז" (אַגבֿ, מיינט עס נאָך נישט, אַז דאָס נײַע, איז טאַקע דאָס בעסטע!). מעגלעך, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג האָבן געוואָלט "איבערקערן די צייכנס" און דערמיט אָנדײַטן, אַז די אַרויסגעשטעלטע בילדער זײַנען אַנדערש ווי די "אַקטועלע" קונסט. צוריק גערעדט, וויל זיך, פֿונדעסטוועגן, זען סתּם גוטע קונסט; צי עס איז אַן אַנדערע, אָדער אַן איבערחזרונג, וועלן מיר זיך שוין אַליין אַן עצה געבן.
אַן אַנדער זאַך — "יום־טובֿים". דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל. יום־טובֿים האָבן מיר ווייניק, און מע קוקט אויף זיי אַרויס אומגעדולדיק. אַן אמתער יום־טובֿ איז כּמעט שטענדיק פֿאַרבונדן מיט די קינדער־יאָרן, ווען מע גלייבט נאָך, אַז ער איז געשאַפֿן געוואָרן ספּעציעל צוליב דיר, אַז דו זאָלסט קאָנען נאַשן נאָך אַ שטיקל טאָרט אָדער אַן איבעריקע פּאָרציע אײַזקרעם. דווקא אָט די נאַיִווע, דערזען מיט קינדערישע אויגן, דערהויבענע יום־טובֿדיקייט, טרעפֿן מיר אויף די לײַוונטן פֿון מיכאל יאַכילעוויטש, געמאָלט אין די 1970ער־1980ער יאָרן, נאָך פֿאַר זײַן אַרויספֿאָרן פֿון רוסלאַנד קיין ישׂראל.
אויף דער אויסשטעלונג "די אַלגעמיינע העפֿט" איז אַזאַ מין יום־טובֿדיקייט אין גאַנצן נישטאָ, ווי זײַן קינדהייט וואָלט ער בכלל נישט געדענקט. אויף די בילדער פֿון דער ווינטערדיקער עקספּאָזיציע זעען מיר געשטאַלטן פֿון אַפּאָקאַליפּטישע ישׂראל־שטעט, געבויט פֿון געאָמעטריש־אומעטיקע, פֿאַרקריפּלטע ווענט, וואָס פֿאַרשטעלן דעם הימל. ישׂראל ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי עפּעס אַ באַשעפֿעניש פֿון אַ מאָדערנעם טעכנאָקראַטישן שׂכל, וואָס האָט טויט געמאַכט אַרום זיך יעדן לעבעדיקן נפֿש. אַ גאַמע פֿון ברוין־געל־פֿיאָלעט־פֿאַרבן, ווי אָפּגעבליאַקעוועט אויף דער זון, גיבן נישט צו קיין פֿרייד צו די אַפּאָקאַליפּטישע וויזיעס. אויב זוכן אין דעם אַ טראָפּן הומאָר, איז ער שוואַרץ און אָנגעזעטיקט מיט "ביטער־און־בייז". און דאָך, האָט עס פֿאַרכאַפּט — דאָס עקשנות און די אַסקעטישקייט פֿון דער קינסטלערישער מאַניר, וואָס נעמט זיך אויף ווי עפּעס אַ "סאַרקאַסטישער שמייכל" צו דעם אומגעלומפּערטן מענטשלעכן קיום.
|
סינאַגאָגע |
|
אָבער ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, טראָגט אין זיך דער קינסטלער אויך אַן אַנדער מין "שמייכל" אויף די מענטשלעכע אומגעלומפּערטקייטן — אַ פֿריילעכן, קינדערישן; אַ שמייכל, וואָס דערמעגלעכט צו פֿאַרוואַנדלען אַפֿילו די סאָוועטישע טאָג־טעגלעכקייט אין אַ יום־טובֿ. די שטייגערישע מאָטיוון, וואָס פֿלעגן זיך אַזוי אָפֿט באַווײַזן אויף די בילדער פֿון מיכאלס זיידע, דעם באַקאַנטן ייִדישן מאָלער מאיר אַקסעלראָד, זײַנען אויך אייגנטימלעך פֿאַר זײַן אייניקל. אויף די בילדער בײַם זיידן, געמאָלט אין די 1930ער יאָרן, ווערט געשאַפֿן אַ מעשׂהדיקע אוטאָפּיע פֿון אַ קאָמונע־גן־עדן, אַ סאָציאַלע פֿאַנטאַזיע. דאָס אייניקל לעבט נישט מיט אידעאָלאָגישע חלומות. ער אידעאַליזירט נישט די סאָוועטישע טאָג־טעגלעכקייט; זײַן קוקווינקל איז ברייטער און פֿילזײַטיקער. ער זעט נישט די סאָציאַלע שטאַמפּן, נאָר אַ שפּרודלדיק לעבן, וואָס איז רײַכער און פֿאַרכאַפּנדיקער, איידער די אידעאָלאָגישע דלתּ־אַמות. אין דעם העלפֿט אים אַרויס זײַן הומאָר, וואָס פֿאַרפֿעסטיקט די פּראָזאַיִשע ווירקלעכקייט און מאַכט זי אַפֿילו יום־טובֿדיק.
דער פֿריִיִקער יאַכילעוויטש, וואָלט זיך ווי אַרײַנגעוואָרפֿן מיטן קאָפּ אין דעם פֿריילעכן, פּשוטן לעבן, פֿול מיט פּאַראַדאָקסן; אָבער ער קוקט אויף דעם מיט אַ הומאָריסטיש אויג, פֿילנדיק אין דעם אַ שטייגערישע יום־טובֿדיקייט. מע קאָן דאָס זען אין דעם ספּיראַל־פֿאַרדרייטן, "צונויפֿגעשטוקעוועטן" רוים, אין די העלע פֿאַרבן, אין דער אַלגעמיינער פּשטות און שפּילעוודיקן ריטעם פֿון יעדער אַרבעט. ס'איז באמת אַזוי: דער פֿריִיִקער יאַכילעוויטש פֿילט פֿאַרשידנאַרטיקער און לעבט מיט שטאַרקער. זײַנע בילדער פֿון יענע יאָרן רופֿן זיך איבער מיט די בילדער פֿון סאַריאַן און לוטשישקינאַ.
ווי אַזוי זשע קאָן מען פֿאַראייניקן דאָס יום־טובֿדיקע לעבן פֿונעם פֿריִיִקן יאַכילעוויטש מיט זײַן הײַנטיקער פֿאַרצווייפֿלונג? עס דאַכט זיך, ס'איז אוממעגלעך. צווישן די ביידע וועלטן צעשפּרייט זיך אַ תּהום. אָבער דעם מאָלער האָט זיך, פֿונדעסטוועגן, אײַנגעגעבן אַריבערצוּוואַרפֿן איבער דעם תּהום אַ בריק.
אין זײַנע שפּעטערדיקע בילדער זעט מען, אַז פֿון דעם טעכנאָקראַטישן הו־האַ רײַסט דעם מענטשן אַרויס דער יום־טובֿ, דאָס מאָל איז עס די דערהויבנקייט פֿון די ייִדישע יום־טובֿים, וואָס דערמאָנען אַ פֿאָלקלאָר־שׂימחה אָדער אַ קאַרנאַוואַל, וווּ אַלע זײַנען פֿאַרשטעלט מיט מאַסקעס און אָנגעטאָן אין קאַרנאַוואַל־קאָסטיומען ("סוכּות", 1992, "פּורים", 2006); אָדער ווי אַ ריטואַל ("שבת", 1992); אָדער ווי אַ מעגלעכקייט צו אַן אַחדות אין דעם "שטיינערנעם דזשאָנגל" ("ערבֿ יום־כּיפּור", 2006, "חנוכּה", 2006).
אויף די בילדער באַווײַזט זיך די נאַטור נישט ווי אַ "טויטער" רוים פֿאַר טעכנאָקראַטישע געניטונגען, נאָר ווי אַ "נשמה־תּחום". אין בילדער דערפֿילן מיר ווידער יענע קינדערישע התפּעלות, וואָס פֿאַרוואַנדלען די טאָג־טעגלעכקייט אין אַן אייביקן יום־טובֿ. די לעצטע רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג אין מאָסקווע פֿון מיכאל יאַכילעוויטש האָט, אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן ווינטערדיקער עקספּאָזיציע "אַלגעמיינע העפֿט" אַנטפּלעקט טאַקע אַן "אַנדער" מאָלער יאַכילעוויטש, אַ מער פֿאַרשידנאַרטיקער, וואָס איז פֿעיִק נישט נאָר אַרײַנצופֿאַלן אין אַ ייִאוש, אָבער אויך צו פֿילן די גאַנצע גאַמע פֿון מענטשלעכע איבערלעבענישן — פֿון אַ קינדערישער פֿריילעכקייט ביז חסידישן דבֿקות.