ליטעראַטור

דאָניע איז אַ פֿרוי מיט דרײַ נעמען. אין קיִעוו האָט מען זי גערופֿן דאַשאַ. אין ניו-יאָרק איז זי געוואָרן דעבי. רופֿט זי זיך אָפּ אויף אַלע דרײַ נעמען: דאָניע איז זי געבליבן פֿאַר די גאָר אייגענע, דאַשאַ איז זי פֿאַר אַלטע פֿרײַנד, און דעבי — פֿאַר די מיט וועמען זי האָט זיך באַקענט אין משך פֿון די לעצטע דרײַסיק יאָר. וועגן דעם, אַז זי איז מגולגל געוואָרן אין אַ דעבי, האָב איך נאָר געהערט. אין ניו-יאָרק האָב איך זי געזען, ווען זי האָט דעם דריטן נאָמען נאָך ניט געהאַט.

איך געדענק זי, דער עיקר, פֿון קיִעוו און פֿון איטאַליע. ריכטיקער געזאָגט, פֿון די אַלטע פֿאָטאָס, געמאַכט אין יענער צײַט. זיי — קאָלירטע, שוואַרץ-און-ווײַסע — ליגן (וואַלגערן זיך) אָן אַ סדר אין אַ קאַסטן, וואָס מײַן מאַמע האַלט בײַ זיך אין צימער. איך האָב באַמערקט, אַז זינט דעם טאַטנס טויט, קוקט זי אָפֿט אַרײַן אין די "פֿאַרגליווערטע אימאַזשן" פֿון אַמאָל. דאַשאַ איז פֿאָטאָגראַפֿירט אויף אַ פּאָר צענדליק פֿאָטאָס.

פֿאַר מיר איז זי געווען "מומע דאַשאַ", כאָטש מײַן מאַמע פֿלעגט זי רופֿן דאָניע, נאָך פֿון דער צײַט ווען זיי האָבן זיך געלערנט אין איין שול. מיר האָבן געוווינט בשכנות, לעבן דעם רוסישן טעאַטער, ניט ווײַט פֿון קרעשטשאַטיק. מיט דרײַסיק יאָר צוריק, ווען מיר זײַנען אַרויסגעפֿאָרן פֿון דאָרטן, בין איך געווען צוועלף יאָר אַלט. ניט קיין סך, אָבער גענוג, כּדי צו טראָגן אין זכּרון אַ גאַנץ קלאָר בילד פֿון יענער צײַט.

אויף די פֿאָטאָס איז דאַשאַ, געוויינטלעך, שיין אָנגעטאָן. "שיין" — איז אפֿשר ניט דאָס ריכטיקע וואָרט, ווײַל הײַנט זעט עס אויס גאַנץ מאָנדע און צו מאָל אַפֿילו קאָמיש. (דער עמיגראַציע-עולם היט אָפּ, לכל-הפּחות טיילווײַז, דעם נוסח פֿון יענער צײַט.) ס׳איז בעסער צו זאָגן, אַז דאַשאַ איז געווען טײַער אָנגעטאָן. זיי האָבן תּמיד געלעבט בעסער פֿון אונדז. דאַשאַ האָט געהאַט אַ מאַן, וועמעס נאָמען האָב איך — ווי כ׳האָב זיך געכאַפּט — אין גאַנצן פֿאַרגעסן. אַ פּנים, ווײַל אַלע האָבן אים גערופֿן (הינטער די אויגן, פֿאַרשטייט זיך) "אַ גראָבע פֿליג". כ׳האָב אָנגעקלונגען מײַן מאַמען צו פֿרעגן, צי זי געדענקט זײַן נאָמען. אַ נאַרישע פֿראַגע. אַוודאי געדענקט זי. "דוד" — האָט זי געזאָגט, און צוגעגעבן: "וואָס האָסטו זיך פּלוצעם דערמאָנט?" — האָב איך זיך אַרויסגעדרייט פֿון געבן אַ קלאָרן ענטפֿער.

דוד איז טאַקע געווען גראָב אין ביידע זינען פֿונעם וואָרט: אי אַ פֿעט-לײַביקער, אי אַ שמוציק-צינגיקער. אָבער מיר איז ער תּמיד געווען צום האַרצן. ער, אַ קיִעוו-געבוירענער, האָט פֿאַרמאָגט אַ מין "אָדעסער" הומאָר. מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט ווי ער האָט אַ מאָל דערציילט וועגן אַ פּלימעניק זײַנעם. יענער האָט זיך נאָר וואָס אויסגעלערנט צו פֿירן אַן אויטאָ, און דוד האָט עס קאָמענטירט:

"ער פֿאָרט אַזוי, אַז מענטשן שטעלן אים אָפּ און שלאָגן."

איך האָב קיין מאָל אין מײַן לעבן ניט געזען, אַז עמעצן זאָל מען אָפּשטעלן און געבן קלעפּ. איך בין אויך ניט זיכער, צי עפּעס אַזוינס איז טאַקע געשען מיטן פּלימעניק. צוריק גערעדט, אפֿשר פֿירן זיי זיך אויף אַזוי אין מזרח-אייראָפּע? כ׳בין דאָך דאָרטן ניט געווען פֿון קינדווײַז אָן. אַזוי צי אַזוי, אָבער דער אימאַזש, געשאַפֿן דורך דודן, וועט אויף שטענדיק בלײַבן אין מײַן זכּרון.

צו האָבן צו טאָן מיט דודן איז ניט אָנגעשטאַנען דער גאַנצער אינטעליגענטנער משפּחה, פֿון וועלכער דאַשאַ איז אַרויסגעקומען — ווי מײַן טאַטע האָט אַ מאָל געזאָגט — "די סאַמע געראָטענע". ("אַ פֿערטל עוף, הויט און ביינער" — האָט פֿאַרפּינקטלעכט די מאַמע.) סײַ די עלטערן, סײַ אַנדערע מענטשן פֿון דער "מישפּאָנדרע" (מײַן טאַטנס דעפֿיניציע), און מײַנע עלטערן אויך, האָבן זיך געגרויסט מיט זייער לײַטישקייט. און דוד איז געווען אַ "פּראָסטער מאַכער". מע האָט, אַ שטייגער, געקוקט קרום אויף זײַן טבֿע צו שפּילן דאָמינאָ אין אונדזער הויף. אָבער דוד האָט זיך אויסגעלאַכט פֿון זיי אַלעמען. פֿאַרדינען האָט ער פֿאַרדינט ניט צו פֿאַרגלײַכן בעסער פֿון דעם גאַנצן אינטעליגענטנעם עולם. פֿון מײַן טאַטן האָט ער געלאַכט:

"אַ ציוניסט! ווי קלײַבסטו זיך לעבן אין אַ לאַנד, וווּ סאָציאַליזם האָט נאָך ניט געוווּנען?"

אַוועקפֿאָרן פֿון קיִעוו האָט דוד בשום-אופֿן ניט געוואָלט:

"וווּ נאָך וועל איך קענען אַזוי פֿאַרדינען?"

"דו ביסט דאָך אַ געשעפֿט-מאַכער — אַ מענטש פֿאַר דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם", האָט אים געפּרוּווט איבערצײַגן דער טאַטע.

"וווּ דען! דאָ גנבֿה איך בײַ דער מלוכה. אַזאַ געשעפֿט האָט גאָרנישט צו טאָן מיט קאַפּיטאַליזם."

דאָך, זײַנען מיר אַלע אַרויסגעפֿאָרן אין איין חודש, אַפּריל, אין יאָר 1974. זומער 1973 האָט דודס און דאַשאַס טאָכטער, ליובאַ, געפּרוּווט אָנקומען אין אוניווערסיטעט, איז זי אָבער דורכגעפֿאַלן אויפֿן עקזאַמען פֿון כעמיע. אַזאַ שפּײַ אין פּנים האָט דאַשאַ ניט געקענט פֿאַרטראָגן, ווײַל זי איז אַליין געווען אַ לערערקע פֿון כעמיע. דוד האָט עס אויך אויפֿגענומען ווי אַ פּערזענלעכע באַליידיקונג. אמת, מײַן מאַמע האָט ליובאַס דורכפֿאַל אויסגעטײַטשט אַנדערש:

"דאָניע אַליין האָט זיך קוים אויסגעלערנט — מער גענומען מיטן תּחת ווי מיטן קאָפּ. און בײַ ליובאַן זײַנען אי דער קאָפּ, אי דער תּחת שיטערע, ווי בײַ איר טאַטן."

עמיגראַציע איז אַ פּראָצעס, בעת וועלכן מענטשן ווערן אָדער גאָר נאָענט, אָדער זיי קענען ניט דערנאָך אָנקוקן איינער דעם אַנדערן. בפֿרט ווען מע לעבט איבער צוזאַמען אַ שווערע קאָליזיע. בײַ מײַן מאַמען האָט אַן איטאַליענישער גנבֿ אַרויסגעריסן פֿון די הענט איר רידיקול מיט אַלע אונדזערע דאָקומענטן און מזומן. ס׳איז געווען אין יענעם רויטן לעדערנעם טאַש ניט ווייניק געלט, ווײַל מיט אַ טאָג פֿריִער האָבן די עלטערן פֿאַרקויפֿט אויפֿן מאַרק די גאַנצע סחורה, וועלכע מע האָט דערלויבט אַרויסצופֿירן — אַ פֿאָטאָ-אַפּאַראַט און נאָך עפּעס אַזוינס.

אַלץ איז פֿאָרגעקומען ווי אין א קינאָ: אַ מאָטאָציקל איז פֿאַרבײַגעפֿאָרן. אַ רגע — און מיר בלײַבן בײַם ים, און דער מאָטאָציקל מיטן רויטן רידיקול איז שוין ערגעץ ווײַט. די גנבֿים זײַנען געווען לײַטישע, אַזוי אַז דעם טאַש גופֿא און די דאָקומענטן האָבן זיי געלאָזט ליגן לעבן דער פּאָסט. אָבער דאָס געלט איז אַוועק. האָט דוד גלײַך געזאָגט, אַז מיר זאָלן זיך אַריבערקלײַבן צו זיי. אַזוי איז טאַקע געווען — זיי האָבן אונדז אויף צוויי וואָכן געגעבן אַ דאַך, און די אַכילה איז אויך געווען זייערע. אַלע האָבן געוווּסט, אַז דוד איז אַרויסגעפֿאָרן אַן "אָנגעשטאָפּטער".

איך האָב די גאַנצע מעשׂה אויסגעטײַטשט אַזוי: אַז אַזאַ טובֿה האָט מײַן מאַמע זיי ניט געקענט מוחל זײַן. האָט זיך אין דער פֿרײַנדשאַפֿט באַוויזן אַ שפּאַלט נאָך דעמאָלט, בײַם ברעג פֿון אַדריאַטישן ים. אין די ערשטע טעג נאָכן אָנקומען קיין ניו-יאָרק האָבן זיי זיך שוין אין גאַנצן צעקריגט. אויף אַזוי פֿיל, אַז מיר פֿלעגן ניט גיין אויף די לוויות פֿון זייער משפּחה, און זיי פֿלעגן ניט קומען אויף די לוויות פֿון אונדזער משפּחה. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די שׂימחות.

איך האָב אַ מאָל געפֿרעגט די מאַמע וועגן דער סיבה פֿאַר אַזאַ ביטערער שׂינאה.

"איך האָב צופֿעליק דערהערט, ווי זי האָט גערעדט וועגן אונדזער דעמאָלטיקער נעבעכדיקייט. כ׳וועל איר עס קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן און ניט פֿאַרגעבן."

דער רוסישער ברוקלין איז אַ וועלט פֿאַר זיך, און אַ קײַלעכדיקע, פֿאַרשטייט זיך, ווי אַלע וועלטן. האָב איך זיך, סוף-כּל-סוף, צונויפֿגעשטויסן מיט זייער טאָכטער, ליובע. כ׳האָב דעמאָלט נאָר וואָס חתונה געהאַט, און ליובאַ — מיט אַ יאָר פֿינף צי זעקס עלטער פֿון מיר — האָט שוין לאַנג געהאַט אַ מאַן, געווען אַ מאַמע פֿון אַ בר-מיצווה-בחור; אָבער אויף דער הוליאַנקע, וווּ מיר האָבן זיך געטראָפֿן, איז זי געקומען מיט אַ חבֿר, ווײַל דער מאַן איז שוין געווען "ניט אין דעם בילד".

צו יענער צײַט האָב איך זי ניט געזען אַ יאָר צוואַנציק, אַזוי אַז מיר איז אַפֿילו ניט אײַנגעפֿאַלן צו דערקענען די אַמאָליקע ליובאַ אין דער פּיצינקער, בלאָנד-געוואָרענער ציין-דאָקטערשע. איך האָב אויך אויסגעזען ניט ווי יענער שנעק, וואָס די עלטערן האָבן געוואָלט אויספּוצן אין איטאַליע אין "מערבֿדיקע בגדים", אָבער ווי אַ פּועל-יוצא פֿון דער גנבֿה, האָב איך די ערשטע צײַט אָפּגעהיט מײַן קיִעווער הילוך.

איך געדענק ניט ווי אַזוי מיר זײַנען געקומען צום דערקענען איינער דעם אַנדערן. משמעות, איינער פֿון אונדז האָט געפֿרעגט:

"פֿון וואַנען שטאַמט איר?"

"פֿון קיִעוו."

"און וווּ האָט איר געלעבט אין קיִעוו?"...

פֿון דעם פּונקט הייבט זיך שוין אָן אַ דרך-המלך צו אונדזערע משפּחה-פֿאַרבינדונגען.

מיר האָבן זיך זשעדנע צוגעכאַפּט צו דערציילן — און באַרימען זיך — וועגן די הצלחהדיקע גילגולים פֿון אַמעריקאַניזאַציע. אַזוי האָבן מיר דורכגעשמועסט די גאַנצע עטלעכע שעה פֿון דער הוליאַנקע. (מײַן ווײַב האָט מיר דערנאָך אַרויסגעגעבן אַ גאָב פֿאַר פֿאַרגעסן אָן איר.) בײַם אַוועקגיין, ווען מיר האָבן זיך שוין געביטן מיט אַדרעסן און טעלעפֿאָנען, האָט זי מיר שטיל געזאָגט:

"וואָלט דײַן טאַטע דעמאָלט ניט פֿאַרפֿירט אַ ליבע מיט מײַן מאַמען, וואָלטן מיר ניט געבליבן אַזוי אָפּגעפֿרעמד."

"וועגן וואָס רעדסטו?"

"און דו האָסט עס ניט געוווּסט?" זי האָט זיך אי געחידושט, אי געהאַט — בפֿירוש — אַ פֿאַרדראָס אויף זיך אַליין, מחמת ס׳איז ניט געווען אין אירע פּלענער צו אַנטפּלעקן דעם סוד.

מיר האָבן קיין מאָל ניט געשריבן און ניט געקלונגען איינער דעם אַנדערן.

דעמאָלט טאַקע האָב איך אָנגעקלונגען דער מאַמען, כּדי צו פֿרעגן, ווי עס האָט געהייסן דאַשאַס מאַן, ווײַל איך האָב אים פּלוצעם דערקענט אין דעם אַלטן ייִדן, וואָס נעמט קוישלעך בײַ די קונים פֿון אַ רוסישן סופּערמאַרקעט אין ברײַטאָן-ביטש. ער האָט זיך זייער געביטן, און די אויגן זײַנען אויסגעלאָשן געוואָרן, ווי בײַ אַ סך אַלטע לײַט אין ברײַטאָן-ביטש. דאָך איז עס געווען דער זעלבער קיִעווער פֿעטער דוד, מיט די זעלבע ריזיקע הענט, אין וועלכע עס פֿלעגן זיך אַזוי גרינג פֿאַרבאַהאַלטן די דאָמינאָ-ביינדלעך.

"פֿעטער דוד, איר דערקענט מיך ניט?"

"כ׳בין טאַקע אַלט, אָבער נאָך ניט אין גאַנצן עובֿר-בטל, און דו ביסט דאָך דײַן טאַטע מיט די ביינער. ממש אַן אײַנגעבעניש! אַזאַ ווי ער איז געווען מיט דרײַסיק יאָר צוריק."

"אַלע זאָגן, אַז איך בין זײַן קאָפּיע."

"און אויך אַזוי משוגע — אַז ייִדן זײַנען קליגער פֿון אַלעמען? מיר האָבן זיך דעמאָלט מיט דײַן טאַטן אַזוי ביטער צעקריגט. איך ווייס אַליין ניט פֿאַר וואָס איז עס אונדז אַזוי געגאַנגען אין לעבן. אָבער ער האַט אַ קלאַפּ געטאָן מיט דער טיר, און שוין... אָט איז דײַן קוישל... גיב אים איבער אַ גרוס. פֿונדעסטוועגן, זײַנען מיר לאַנדסלײַט."

וועגן דעם, אַז דער טאַטע איז געשטאָרבן נאָך מיט אַ יאָר צוריק, האָב איך אים ניט געזאָגט.

כ׳בין שוין היפּש אָפּגעפֿאָרן פֿון ברײַטאָן-ביטש, ווען מיר איז פּלוצעם אײַנגעפֿאַלן: אפֿשר איז עס געווען אַן אַנדער דוד? צי דער זעלבער דוד, אָבער ער האָט מיך געהאַלטן פֿאַר אַ זון פֿון אַן אַנדער געוועזענעם בן-עיר זײַנעם? מיר איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז מײַן טאַטע זאָל אַ קלאַפּ טאָן מיט דער טיר. איך האָב דאָך אַ מאָל געהערט, ווי די מאַמע האָט אים — בײַם רעדן מיט עמעצן אויפֿן טעלעפֿאָן — אָנגערופֿן "אַ שמאַטע".

מיר דאַכט זיך צו מאָל, אַז ווערטער, אימאַזשן און געשעענישן ווערן פֿאַרשאָטן מיט שטויב. אַלץ טיפֿער און טיפֿער. אָבער גלײַך ווי אַ ווינט גיט פּלוצעם אַ בלאָז, און עפּעס אַ טייל פֿונעם זכּרון באַפֿרײַט זיך פֿון שטויב. ווי עס האָט זיך איצט באַפֿרײַט די רגע, ווען די מאַמע האָט מיך ניט געזען און גערעדט מיט עפּעס אַ מאַנצביל (כ׳האָב יאַקאָס דערפֿילט, אַז ס׳איז געווען אַ מאַנצביל). איך ווייס ניט פֿאַר וואָס, אָבער כ׳דערמאָן זיך גאַנץ אָפֿט וועגן דעם. אַפֿילו ווען דער ווינט בלאָזט פֿון אַ ריכטונג, וועלכע האָט קיין שום שײַכות ניט צו יענער רגע.