זכרונות


1. דער חורבן־טאָג־בוך

ד״ר אַבא גפֿן
ד״ר אַבא גפֿן

גאַנץ קאַיאָר, דעם 22טן יוני 1941, האָט דײַטשלאַנד אַטאַקירט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַזוי ווי ליטע — שוין ווי אַ טייל פֿונעם לאַנד — האָט געגרענעצט מיט דײַטשלאַנד, איז זי די ערשטע באָמבאַרדירט געוואָרן. דעם 23סטן יוני האָט די דײַטשע אַרמיי אַריין מאַרשירט אין מײַן געבורטס־שטעטל סימנע און די מאַכט דאָרט איז איבערגעגאַנגען אין די הענט פֿון די פּראָ־דײַטשע נאַציאָנאַליסטן.

די ייִדן אין סימנע האָבן ממשיך געווען צו לעבן אין אַ רעלאַטיווער רויִקייט. אַלע זענען געבליבן אין זייערע הײַזער און די מענער האָט מען געשיקט אויף פֿאַרשיידענע נישט צו שווערע צוואַנג־אַרבעטן. אָבער דאָס איז געווען אַ רויִקייט פֿאַרן שטורעם. דאָס איז אַלץ געווען פּלאַנירט און אויסגערעכנט, כּדי נישט צו דערוועקן צווישן די ייִדן פֿאַרדאַכטן און מחשבֿות צום אַנטלויפֿן, און אַזוי שאַפֿן אַ לאַגע, אין וועלכער עס זאָל זײַן מעגלעך דורכפֿירן די גרויזאַמע פּלענער אָן שטערונגען.

דאָס איז קלאָר געוואָרן דעם 22סטן אויגוסט.

אַזוי ווי אין יעדן פּלאַץ, וווּ די דײַטשן זענען אַרײַן און אין די געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אַזוי אויך אין מײַן שטעטל סימנע, האָבן זיי אָנגעהויבן אַקציעס און סעלעקציעס. אַן אַקציע איז געווען אַן אָנגריף קעגן אַ גרופּע ייִדן אין אַ געוויסן טאָג און אין אַ געוויסן פּלאַץ. אַ סעלעקציע האָט געמיינט דאָס אויסקלײַבן בעת דער דאָזיקער אַקציע אַ טייל ייִדן צו דערמאָרדן. דעם 22סטן אויגוסט האָבן די ייִדן פֿון סימנע באַקומען אַ באַפֿעל, אַז אַלע מענער מוזן זיך צוזאַמענקלײַבן נעבן שטאָטראַט. האָבן זיך אַלע מענער דאָרט צוזאַמענגעקליבן. די ליטווישע נאָציאָנאַליסטן, אונטער דער אויפֿזיכט פֿון די דײַטשע סאָלדאַטן, האָבן אויסגעקליבן 100 מענער, זיי אויפֿגעלאָדן אויף דרײַ לאַסט־וואָגנס, וועלכע זענען אַוועקגעפֿאָרן אין דער ריכטונג פֿון ראַיאָן־שטאָט אַליטע. די 100 מענער זענען געווען יונגע און געזונטע, און זייער אַרויספֿירן פֿון שטעטל האָט שטאַרק אָפּגעשוואַכט אַ מעגלעכן ווידערשטאַנד מצד די ייִדן. מען האָט אונדז געזאָגט, אַז מען שיקט זיי צו אַרבעטן בײַ שאָסיי־ברוקירונג.

צווישן די הונדערט זענען געווען מײַן פֿאָטער מאיר (מאַקס) ווײַנשטיין און דער צווייטער ברודער, בנימין. זענען די איבעריקע דרײַ ייִנגערע ברידער — יאָסעלע און יהודהלע און איך — געבליבן מיט אונדזער מאַמען.

מיך האָט געראַטעוועט פֿון טראַנספּאָרט מײַן פֿאָטער. אַז מיר זענען אָנגעקומען צו דער שטאָטראַט־געבײַדע און מען האָט אונדז אָנגעהויבן אויפֿשטעלן אין שורות, האָט מײַן פֿאָטער זיך געווענדט צו מיר און געזאָגט: "פֿאַרלאָז דעם פּלאַץ און גיי אַהיים. ביסט דאָך צוריקגעקומען פֿון קאָוונע, ביסטו נישט געווען דאָ, ווען מען האָט רעגיסטרירט די ייִדן פֿון שטעטל מיטן אַרײַנגיין פֿון די דײַטשן און נישט פֿאַרשריבן געוואָרן בײַ זיי — וועלן זיי דיך נישט זוכן. גיי דעריבער אַהיים, באַהאַלט זיך ביז דו וועסט זען, וואָס עס פּאַסירט".

איך האָב געפֿאָלגט מײַן פֿאָטער און נאָך אַ פּאָר שעה געזען דורכן פֿענצטער די דרײַ לאַסט־וואָגנס, פֿאַרבײַפֿאָרנדיק אונדזער הויז. אין די ערשטע האָב איך געזען דאָס לעצטע מאָל מײַן פֿאָטער און ברודער.

דעם ערשטן סעפּטעמבער איז פֿאָרגעקומען די צווייטע אַקציע און סעלעקציע. מיר האָבן באַקומען אַ באַפֿעל זיך ווידער צוזאַמענקלײַבן נעבן דעם שטאָטראַט. דאָס מאָל האָט מען אויסגעקליבן אַ גרופּע פֿון 16 מענטשן, צווישן זיי אויך יונגע און געזונטע פֿרויען, און אַרויסגעפֿירט קיין אַליטע. דאָס מאָל האָט מיך געראַטעוועט מײַן מאַמע, רוחמה ווײַנשטיין. זי האָט מיך נישט געלאָזן גיין צום שטאָטראַט און אַרײַנגעלייגט אין בעט ווי אַ קראַנקן.

ווען די נאַציאָנאַליסטן האָבן אָנגעהויבן גיין איבער די הײַזער צו זוכן מענטשן, וואָס האָבן זיך נישט געיאַוועט, איז געקומען צו אונדז איינער פֿון זיי, אַ גוט באַקאַנטער ליטווינער, וואָס האָט געאַרבעט אין מיל בײַ מײַן מוטערס פֿאָטער, מײַן זיידע יאָסל רובינשטיין.

ער איז אַרײַן אין שטוב און אָנגעפֿאַנגען זוכן און האָט מיך געפֿונען אין בעט. מײַן מאַמע האָט זיך געבעטן בײַ אים און אים געגעבן געלט און בגדים, און ער האָט מיך געלאָזן אין בעט און איז אַוועק.

דעם 10טן סעפּטעמבער האָבן די איבערגעבליבענע ייִדן אין שטעטל באַקומען אַ באַפֿעל זיך צוזאַמענקלײַבן ביז דרײַ אַ זייגער נאָכמיטאָג אין באַראַקן, אויסער דער שטאָט. אַ מין געטאָ. ס׳רובֿ איבערגעבליבענע זענען געווען אַלטע, קראַנקע, פֿרויען און קינדער און נאָר אַ פּאָר יונגע.

צוויי אַ זייגער נאָכמיטאָג האָב איך געזען דורכן פֿענצטער מײַן לערערין, צפּורה חסיד, אויף אַ וואָגן פֿול מיט זאַכן אויפֿן וועג צו די באַראַקן. בין איך אַרויסגעגאַנגען זי צו באַגריסן.

אַז איך האָב זי געפֿרעגט "וואָס מאַכסטו?", האָט זי מיר געענטפֿערט: "זייער גוט און מײַן געפֿיל איז וווּנדערבאַר. איך האָב זיך נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז איך וועל זיך פֿילן אַזוי גוט מאָמענטן פֿאַרן ווערן דעפּאָרטירט".

דערזען מײַן דערשטוינונג, האָט זי צוגעגעבן: "באַטראַכט מיך נישט, ביטע, ווי אַ משוגענע. מען גייט אונדז אַלעמען דערהרגענען, אַלעמען. מיר האָט עס געזאָגט דער גלח אַלעקסאַנדראָוויטש. ער האָט דערציילט, אַז די ייִדן אין מאַריאַמפּאָל האָט מען שוין דערמאָרדעט. מען האָט דערמאָרדעט קליינינקע קינדערלעך — און איך גלייב אים".

איך בין צוריק אַרײַן אין דער היים און עס דערציילט מײַן מאַמען. מײַן מאַמע האָט נישט געגלייבט, וואָס דער גלח האָט דערציילט. מערסטנס ייִדן האָבן נישט געגלייבט, וואָס מען האָט דערציילט וועגן די גרויזאַמקייטן פֿון די נאַציס. מײַן מאַמע האָט פּרובירט מיך באַרויִקן און געזאָגט, אַז מען וועט אונדז געוויס שיקן אויף פֿאַרשיידענע צוואַנג־אַרבעטן.

דער פּויער טשערקאָווסקי — אַ ליטווינער, וואָס איז געווען אונדזערער אַ פֿרײַנד — האָט איר דערציילט, אַז ער האָט געטראָפֿן אונדזער פֿאָטער אויף שאָסיי־אַרבעט קיין סוואָלק. זי איז דעריבער זיכער, אַז אויך אונדז וועט מען לאָזן לעבן.

דאָך האָט זי פּלוצלינג צוגעגעבן, אַז מיר און יאָסעלען וועט, אַ פּנים, זײַן ערגער, ווײַל מיר זענען ביידע יונג און געזונט, און מען וועט אונדז געוויס שיקן אויף שווערערע אַרבעטן. אָבער איר און יהודהלען, מײַן ייִנגסטן ברודערל, וועט עס אָנקומען לײַכטער, ווײַל יהודהלע איז נאָך אַ קינד און צוליב אים וועט מען זיך רעכענען אויך מיט איר. זי האָט פֿאָרגעשלאָגן, אַז יאָסעלע און איך זאָלן זיך דערווײַל באַהאַלטן בײַם פּויער סלאַוויצקי, אונדזער גוטן באַקאַנטן. און דאַן וועלן מיר באַשליסן, צי זיך אָנשליסן אָן זיי, אין די באַראַקן, אָדער ממשיך זײַן זיך צו באַהאַלטן.

מיט אַ שווערן האַרץ האָבן יאָסעלע און איך אָנגענומען דער מאַמעס פֿאָרשלאָג. מיר האָבן זיך געזעגנט מיט איר און מיט אונדזער קליין ברודערל און זענען אַוועק צו סלאַוויצקין. די מאַמע מיט יהודהלען זענען אַוועק אין די באַראַקן.

סלאַוויצקי האָט אונדז אויפֿגענומען זייער וואַרעמהאַרציק און געהייסן זיך באַהאַלטן אינעם שטרוי אין שײַער. נאָך אַ קורצער ווײַל איז געקומען צו אונדז יהודהלע. ער איז געקומען פֿון די באַראַקן אונדז זאָגן, אַז מײַנע חבֿרים, וועלכע האָבן זיך שוין צוזאַמענגעקליבן אין די באַראַקן, האָבן אים געשיקט מיר זאָגן, איך זאָל קומען אין די באַראַקן, ווײַל אויב מען וועט מיך געפֿינען זיך באַהאַלטנדיק, וועט מען מיך דערמאָרדן. יאָסעלע און איך האָבן נישט געוואָלט גיין אין די באַראַקן און מיר האָבן געבעטן אונדזער 12־יאָריק ברודערל, ער זאָל בלײַבן מיט אונדז.

אָבער יהודהלע האָט זיך אָנגעשפּאַרט; "איך מוז צוריקגיין אין די באַראַקן. דער מאַמען וועט זײַן בעסער, אויב איך וועל זײַן מיט איר". מיר האָבן זיך געזעגנט מיט קושן און ער איז אַוועק.

גלײַך נאָך דעם ווי יהודהלע האָט פֿאַרלאָזן דעם שײַער איז געקומען סלאַוויצקי און אונדז געבעטן פֿאַרלאָזן דעם פּלאַץ. ער האָט געטענהט, אַז אין די באַראַקן ווייסן איצט אַלע ייִדן, וווּ מיר באַהאַלטן זיך און זיי וועלן נישט קענען אויסשטיין די פֿאָרשונגען. זיי וועלן אויפֿדעקן, וווּ מיר זענען און זײַן לעבן איז איצט אין געפֿאַר. איך האָב זיך געבעטן בײַ אים ער זאָל אונדז כאָטש לאָזן זײַן אין שײַער ביזן אָוונט.

מיר האָבן זיך געגרייט צו פֿאַרלאָזן דעם שײַער, און דעמאָלט האָב איך באַשלאָסן צו שרײַבן אַ טאָגבוך אין העברעיִש. דרײַ יאָר האָב איך געפֿירט דעם טאָגבוך. איך האָב געהאַלטן אַ קאַלענדאַר און יעדן פֿרימאָרגן פֿאַרצייכנט, אַז מיר האָבן איבערגעלעבט נאָך אַ טאָג. איך האָב טאָג־טעגלעך פֿאַרנאָטירט, וואָס עס האָט מיט אונדז פּאַסירט.

די געשיכטע פֿון יעדן ניצול־געוואָרענעם פֿון חורבן איז אַ וועלט פֿאַר זיך און האָט אירע אויסשליסלעכע עלעמענטן. אַז איך רעזומיר מײַן געשיכטע, געפֿין איך אין איר דרײַ הויפּטזעכלעכע געשעענישן, וועלכע איך האָב ביזן הײַנטיקן טאָג נישט געפֿונען אַלע צוזאַמען בײַ קיין איין אַנדער לעבן־געבליבענעם.

ערשטנס, איך האָב נישט נאָר זיך געראַטעוועט, נאָר אויך געהאָלפֿן זיך צו ראַטעווען מײַן ברודער און נאָך צען ייִדן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון קאָוונער געטאָ און געקומען אין סימנער סבֿיבֿה. אין מײַן גרופּע איז געווען נאָך אַ מיידל, אָבער מען האָט זי, ליידער, געכאַפּט און דערמאָרדעט. די אַלע אַנדערע האָבן דערלעבט צו דער באַפֿרײַונג.

ווי אַזוי בין איך דערגאַנגען צו שאַפֿן אַ גרופּע?

אַז יאָסעלע און איך האָבן פֿאַרלאָזט דעם פּויער סלאַוויצקי, זענען מיר געקומען צו אונדזערן אַ באַקאַנטן פּויער באָגדאַנאָוויטש, וועלכער האָט אונדז דערלויבט זיך באַהאַלטן אין זײַן שײַער. זײַנעדיק דאָרט, האָבן מיר געהערט, דעם 12טן סעפּטעמבער, מיט אונדזערע אייגענע אויערן די דערשיסונג פֿון די סימנער ייִדן אין קאָלעסניקער וואַלד, וווּ מיר פֿלעגן גיין ל״ג בעומר ווי שילער און מיטגלידער פֿון יוגנט־באַוועגונגען.

נאָך דער אַקציע האָט זיך אויך באָגדאַנאָוויטש דערשראָקן און אונדז געהייסן פֿאַרלאָזן זײַן פּלאַץ. נישט האָבנדיק וווּ צו גיין, זענען מיר אַרײַן אין אַ שײַער פֿון אונדזערן אַ קרובֿ, וואָס איז איבערגעגעבן געוואָרן צו אַ ליטווינער, וואָס האָט בײַ אים געאַרבעט. לאַנג האָבן מיר דאָרט נישט געקאָנט זײַן און זענען אַרויס פֿון שטעטל אויפֿן וועג צו אַ באַקאַנטן פּויער אין אַ דאָרף נישט ווײַט פֿון שטעטל. אויפֿן וועג האָבן מיר צופֿעליק געטראָפֿן אין אַן אַנדער דאָרף אַ פּויערטע, וואָס האָט געקאָנט אונדזער פֿאָטער ע״ה, און זי האָט מסכּים געווען אונדז אויפֿצונעמען אויף אַ פּאָר טעג. פֿון די פּאָר טעג זענען מיר בײַ איר אָפּגעווען 9 חדשים.

נאָך די 9 חדשים האָבן מיר געמוזט אויך זי פֿאַרלאָזן און ביזן סוף מלחמה וואַנדערן פֿון פּויער צו פּויער, פֿון דאָרף צו דאָרף, פֿון פֿעלד צו פֿעלד און פֿון וואַלד צו וואַלד. אין די דאָזיקע וואַנדערונגען האָב איך געטראָפֿן פּויערים, וואָס האָבן מיר דערציילט, אַז בײַ זייערן אַ שכן אָדער אַ קרובֿ באַהאַלטן זיך ייִדן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון דער קאָוונער געטאָ. געוויס, האָב איך גלײַך באַזוכט די דאָזיקע ייִדן, וועלכע האָבן מיר דערציילט, אַז זיי זענען דערגאַנגען צו זייערע פּויערים אין גאַנצן צופֿעליק און מוזן נאָך אַ וואָך צוויי פֿאַרלאָזן די ערטער. זיי האָבן געבעטן בײַ מיר צו העלפֿן זיי.

איך האָב עס זיי צוגעזאָגט און געהאַלטן וואָרט. כ׳האָב זיי באַזאָרגט אַלעמען מיט פּלעצער בײַ די פּויערים, מיט וועלכע איך האָב זיך באַפֿרײַנדעט אין פֿאַרלויף פֿון מײַנע וואַנדערונגען.

אַ חוץ די עלף ייִד אין מײַן גרופּע, האָט מיר אַ פּויער אויך דערציילט, אַז אין הויז פֿון אַ גלח אין אַ געוויסן דאָרף באַהאַלטן זיך צוויי ייִדישע מיידלעך פֿון שטעטל לאָזדיי, וועלכע איך האָב דווקא געקאָנט פֿון פֿאַר דער מלחמה. בין איך גלײַך אַוועק זיי באַזוכן. אַז דער גלח האָט מיר געעפֿנט די טיר און איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אים, ווער איך בין, איז ער געוואָרן בלייך ווי קאַלך און געלייקנט יעדן קאָנטאַקט מיט ייִדישע מיידלעך. אַז דער סיכסוך צווישן אונדז איז דערגאַנגען ביז הויכע טענער, האָט זיך פּלוצלינג געעפֿנט אַ פֿאָרהאַנג און עס איז אַרײַן איינע פֿון די צוויי שוועסטער — ג.ק. זי האָט מיך דערקענט און געבעטן איך זאָל מער צו איר נישט קומען. זי וויל מער פֿון ייִדישן גאָט נישט הערן. זי און איר שוועסטער האָבן אָנגענומען די קריסטלעכע רעליגיע נאָך דעם ווי דער ייִדישער גאָט האָט געלאָזן דערמאָרדן זייערע עלטערן, ברידער און שוועסטער.

איך האָב איר געזאָגט, אַז עס איז קיין זין נישט אָננעמען די רעליגיע פֿון די, וואָס האָבן דערמאָרדעט אירע עלטערן, ברידער און שוועסטער, אָבער זי האָט איבערגעחזרט, אַז זי וויל מער נישט הערן פֿון קיין ייִדן און ייִדנטום און בעט מיך מער איר נישט צו באַלעסטיקן. פֿאַר מײַן אַוועקגיין האָט זי מיך געבעטן קיינעם נישט דערציילן, וווּ זי באַהאַלט זיך. איך האָב זי פֿאַרלאָזט און זיך מער וועגן איר נישט אינטערעסירט.

אין די זיבעציקער יאָרן, שוין זײַענדיק אַ באַאַמטער אינעם אויסערן־מיניסטעריום, האָב איך באַקומען אין ביוראָ אַ טעלעפֿאָן פֿון אַ פֿרוי ג.ק., וועלכע האָט געבעטן זיך טרעפֿן מיט מיר וועגן אַ פּערזענלעכן ענין.

איך האָב זי אויפֿגענומען און דאָס איז געווען די זעלביקע ג.ק., וועלכע האָט מיך אַרויסגעטריבן פֿונעם גלחס הויז. זי איז געקומען מיך בעטן זי אַנטשולדיקן פֿאַר איר אויפֿפֿירונג יענע נאַכט. זי האָט מיר דערציילט, אַז נאָך דער מלחמה זענען זי און איר שוועסטער צוריקגעקומען צום ייִדנטום, עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל אן אויפֿגעשטעלט כּשרע ייִדישע משפּחות. זי האָט מיר אויך געזאָגט, אַז זי האָט מיך געזוכט די אַלע יאָרן, אָבער מײַן נאָמען איז דאַן געווען ווײַנשטיין, און איצט איז מײַן נאָמען גפֿן. איז עס איר אָנגעקומען זייער שווער מיך צו געפֿינען. מײַנע חשובֿע לייענער קענען שוין פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס איך גיב נישט אָן די פֿולע נעמען פֿון די צוויי שוועסטער.

די צווייטע הויפּטזעכלעכע געשעעניש אין מײַן חורבן־געשיכטע איז דאָס, וואָס איך האָב געפֿירט אַ טאָגבוך דרײַ יאָר אין העברעיִש. מײַן טאָגבוך איז דער איינציקער פֿולער טאָגבוך אין דער העברעיִשער שפּראַך און דערפֿאַר — צוליב זײַן היסטאָרישן ווערט און באַדײַטונג — האָט "יד ושם" באַשלאָסן אים צו רעסטאַוורירן, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ער האָט זיך פּובליקירט ווי אַ בוך און איז איבערגעזעצט געוואָרן אין פֿינף שפּראַכן: ענגליש, פֿראַנצייזיש, דײַטש, שפּאַניש און פּאָרטוגעזיש.

אין מאָנאַט מערץ הײַנטיקס יאָר האָט דער וואַשינגטאָנער חורבן־מוזיי זיך געווענדט צו "יד ושם" נאָך אַ קאָפּיע פֿון מײַן רעסטאַוורירטן טאָגבוך. "יד ושם" האָט באַוויליקט און זיי איבערגעשיקט די קאָפּיע. אין אַ בריוו, וואָס איך האָב באַקומען אין אויגוסט פֿונעם מוזיי אין וואַשינגטאָן, שרײַבט מען מיר, אַז מען מאַכט אים צוטריטלעך פֿאַרן עולם. אַזוי אַז מען קען איצט זען מײַן אָריגינעלן טאָגבוך אין ירושלים און אין וואַשינגטאָן אַן עקזאַקטע קאָפּיע, פֿאַרוואַנדלט פֿון צעוואָרפֿענע צעטעלעך אין אַ נאָזטיכל אין אַ בוך פֿון 25 בענדער.

פּרעמיער־מיניסטער מנחם בעגין האָט מיר געשריבן: "עס איז וויכטיק, אַז דער יונגער דור זאָל לייענען דײַן בוך".

נאָבעל־פּרײַז־לאַורעאַט אלי וויזעל האָט מיר געעצהט: "דײַן בוך איז רירנדיק און דערשיטערנדיק. מען דאַרף אים פֿאַרשפּרייטן אין אַלע שפּראַכן".

די דריטע הויפּטזעכלעכע געשעעניש אין מײַן חורבן־געשיכטע איז, אַז איך האָב זוכה געווען אויסצופֿירן מײַנע נדרים — נקמה צו נעמען פֿאַרן פֿאַרגאָסענעם ייִדישן בלוט. און וועגן דעם אינעם ווײַטערדיקן קאַפּיטל.

(‫המשך קומט) ‬


פֿאַר אונדזערע לײענער פֿון "פֿאָרװערטס" װעט דער נאָמען פֿון ד״ר אַבא גפֿן זײַן באַקאַנט. איך האָב װעגן אים געשריבן אין אײנעם פֿון מײַנע "בריװ פֿון ירושלים", װאָס איז דערשינען הײַיאָר, דעם 7טן אַפּריל, אין דער "שפּאַנענדיקע געשיכטע פֿון אַ דרײַפֿאַכיקן ישׂראל־שפּיאָן". פֿאַר די טױזנטער פֿון די שארית־הפּליטה־ייִדן, װעלכע זענען געװען נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה אין די פּליטים־לאַגערן אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך, װעט דער נאָמען אַבא װײַנשטײן, הײַנט ד״ר אַבא גפֿן, זיכער דערװעקן אַלטע זכרונות, װען זײ זענען, נאָך אַ לאַנגן און ריזיקאַלישן װעג, אָנגעקומען אומלעגאַל קײן ארץ־ישׂראל, אַ דאַנק דער הילף פֿון דער "בריחה"־אָרגאַניזאַציע אין זאַלצבורג, עסטרײַך, מיט װעלכער עס האָט דאַן אָנגעפֿירט דער יונגער, ענערגישער אַבא װײַנשטײן.

120,000 פּליטים זענען דורכגעגאַנגען דורך דעם זאַלצבורגער פּונקט. צװײ מאָנאַטן פֿאַרן פּראָקלאַמירן די ייִדישע מדינה אין 1948, איז דער העלדישער אַבא אָנגעקומען אַלײן אומלעגאַל צו די ברעגן פֿון ארץ־ישׂראל. נאָך צװײ יאָר אַרבעט אין חיפֿהר פּאָרט איז ער באַשטימט געװאָרן ווי אַ מיטגליד פֿון ישׂראלס געהײם־דינסט אין רױם, װאָס איז שפּעטער פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין דער געהײם־אָרגאַניזאַציע, באַקאַנט װי דער "מוסד", און אַבא גפֿן איז געװען איר שעף.

גלײַכצײַטיק, האָט ער אין רױם שטודירט אױף דעם דאָרטיקן אוניװערסיטעט און באַקומען דעם דאָקטאָר־טיטל אין פּאָליטישע װיסנשאַפֿטן. מיטן צוריקקומען פֿון רױם האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אינעם דינסט פֿון אױסערן־מיניסטעריום פֿון ישׂראל, װוּ ער האָט אין לױף פֿון 31 יאָר אױסגעפֿילט פֿאַרשײדענע דיפּלאָמאַטישע פֿונקציעס, צװישן זײ — דירעקטאָר פֿון דעם הױפּט־ביוראָ, פּאָליטישער ראַטגעבער פֿון אױסערן־מיניסטער א״אַנד.

אין די ייִדישע תּפֿוצות געדענקט מען נאָך זיכער ד״ר אַבא גפֿן װי דעם דינאַמישן, פֿרײַנדלעכן סעקרעטאַר אין דעם ישׂראל־קאָנסולאַט אין לימאַ, פּערו, װי דעם ראַטגעבער אין דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, װי גענעראַל־קאָנסול פֿון ישׂראל אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, און װי דעם אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל אין רומעניע. אומעטום האָט ער אָנגעבונדן ענגע, פֿרײַנדלעכע קאָנטאַקטן מיט די דאָרטיקע קהילות, װאָס האָבן געשטאַרקט דעם בונד צווישן די דאָרטיקע ייִדן מיט מדינת־ישׂראל.

זײַן װאַרעמע פּערזענלעכקײט, זײַן באַשײדנקײט און זײַן פֿאָלקסטימלעכער ליטװישער ייִדיש, האָבן אים געמאַכט פּאָפּולער צװישן די ייִדישע מאַסן, װעלכע האָבן זיך באַצױגן צו אים װי צו אַן "אײגענעם", צוטריטלעכן רעפּרעזענטאַנט פֿון דער "ייִדישער מדינה אין די תּפֿוצות". ד״ר אַבא גפֿן איז געװען דערפֿאָלגרײַך אין שאַפֿן נאָענטע קאָנטאַקטן מיט די אָפֿיציעלע מלוכישע און פּאָליטישע אינסטאַנצן און מיט זײערע אָנפֿירער, װעלכע האָבן געבראַכט װיכטיקע דיפּלאָמאַטישע נוצן פֿאַר דער ייִדישער מדינה.

נאָך דעם װי ער איז אַרױס אױף פּענסיע אין 1985 איז אַבא גפֿן אין לױף פֿון גאַנצע צען יאָר געװען דער הױפּט־רעדאַקטאָר פֿון יאָרבוך פֿון די אָפֿיציעלע דאָקומענטן פֿון אױסערן־מיניסטעריום. ער האָט פּובליקירט אַכט בענדער, אין װעלכע ער האָט דאָקומענטירט די פֿאַרשײדענע תּקופֿות פֿון זײַן פּערזענלעכן לעבן, זײַנע דערפֿאַרונגען און אָפּשאַצונגען פֿון געשעענישן אין ישׂראל, אין דער ייִדישער און דער אַלגעמײנער װעלט בכלל.

ד״ר אַבא גפֿן װױנט מיט זײַן משפּחה אין ירושלים. זײַן פֿרוי, פֿרידע גפֿן, (פֿון דער הײם שמולאָװיטש), שטאַמט פֿון לידע; זײ האָבן דרײַ קינדער, נײַן אײניקלעך און צװײ אוראײניקלעך.

ער איז שטאַרק באַליבט בײַ די מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים, װוּ ער טרעט אָפֿט אױף מיט זײַנע אינטערעסאַנטע און באַלערנדיקע לעקציעס.

* * *

אין אַ לענגערן, פֿרײַנדלעכן שמועס האָב איך אים פֿאָרגעשלאָגן צו טײלן זיך מיט די טױזנטער לײענער פֿון "פֿאָרװערטס" מיט אַ צאָל פֿון זײַנע העכסט אינטערעסאַנטע און שפּאַנענדיקע איבערלעבונגען, עפּיזאָדן פֿון זײַן רײַכער און פֿאַרצװײַגטער לעבנס־געשיכטע, װאָס שילדערן װיכטיקע היסטאָרישע געשעענישן אין זײַן פּערזענלעכן לעבן, װי אױך אין דער געשיכטע פֿון אונדזער פֿאָלק און אונדזער מדינה, אין װעלכע ער האָט אױסגעפֿילט װיכטיקע פֿונקציעס.

ער האָט מײַן פֿאָרשלאָג גערן אָנגענומען. איך בין זיכער, אַז מיר װעלן עס לײענען מיט גרױס אינטערעס און נײַגער. דרך־אַגבֿ, ד״ר גפֿן איז אַלײן שױן עטלעכע יאָר אַן איבערגעגעבענער און געטרײַער לײענער פֿון אונדזער צײַטונג. כּל־הכּבֿוד!

מרדכי דוניץ (ירושלים)