פּאָליטיק
‫אַן איראַנער־ייִדישער בחור דאַװנט שחרית אין אַ שיל אין טעהעראַן, דעם 6טן יולי 2006 ‬
‫אַן איראַנער־ייִדישער בחור דאַװנט שחרית אין אַ שיל אין טעהעראַן, דעם 6טן יולי 2006 ‬
Getty Images

פֿאַראַן ישׂראלים װאָס פֿאָרן אױף אַזעלכע ערטער, פֿון װעלכע עס איז שװער אַרױסצוקריכן מיטן לעבן. געװען צײַטן — אײדער מען האָט אונטערגעשריבן דעם שלום מיט ירדן — װען עס איז געװען אין דער מאָדע זיך אַרײַנצושמוגלען אַהין, כּדי באַזוכן און באַװוּנדערן פּעטראַ, די אַמאָליקע הױפּטשטאָט פֿון די נאַבאַטײער. געװען אױך אַזעלכע װאָס זענען געפֿאָרן מיט פֿרעמדע פּאַספּאָרטן אין כּלערלײ אַראַבישע מדינות. איצט דערװיסט מען זיך װעגן ישׂראלים װאָס שרעקן זיך נישט צו פֿאָרן קײן איראַן. פֿאַר װאָס טוען זײ דאָס? הלמאַי פֿאָרן זײ אַהין? מען איז דאָך אײַנגעשטעלט מיטן לעבן. װײסן זײ נישט, אַז די איראַנער זענען אונדזערע גרעסטע שׂונאים און װילן "אױסמעקן ישׂראל פֿון דער מאַפּע..?"

פֿאַראַן ישׂראלים װאָס באַזיצן אַן איראַנישן פּאַספּאָרט, אַזעלכן װאָס איז שױן פֿון לאַנג געװאָרן בטל און האָט נישט קײן װערט; אָדער אַזעלכן װאָס איז אין אָרדענונג, נאָר װען מען זעט אינעם אימיגראַציע־אַמט פֿון טעהעראַן דעם שטעמפּל "ישׂראל", באַציט מען זיך צום פּאַסאַזשיר װי צו אַ פֿאַרדעכטיקטן, װי צו אַן עװענטועלן שׂונא, אפֿשר אַ שפּיאָן, און עס הײבן זיך אָן די צרות...

פֿאַראַן ישׂראלים װאָס פֿאָרן זען די עלטערן, װעלכע זענען דאָרט געבליבן. אַנדערע װילן זיך באַקענען מיט אײניקלעך װאָס זענען אין צװישצײַט געבױרן געװאָרן, אָדער ליקװידירן דאָס פֿאַרמעגן װאָס מען האָט דאָרט איבערגעלאָזט. הכּלל, קײן סיבות פֿעלן נישט. װער װײסט, װיפֿל ישׂראלים עס זענען דאָרט פֿאַרבליבן און מען װײסט נישט, אַז זײ זענען אַהין געפֿאָרן און שמאַכטן אין די תּפֿיסות, װײַל מען לאָזט זײ נישט אַרױס? אַזעלכס איז זײער מעגלעך, נאָר נישט באַקאַנט. עס זענען אָבער פֿאַראַן אַזלעכע װאָס האָבן באַװיזן, נאָך כּלערלײ גילגולים און הילף פֿון קרובֿים, זיך אַרױסצורײַסן פֿון די נעגל פֿון די אַיאַטאָלאַס און װעגן זײ װילן מיר טײלן זיך מיט די לײענער פֿון "פֿאָרװערטס".

אַ 15־יאָריקער בחור, װעלכער האָט כּל־ימיו געלעבט אין טעהעראַן, האָט ממש געצװוּנגען דעם פֿאָטער אונטערצושרײַבן אינעם אָרטיקן אינערן־מיניסטעריום אַ דערלױבעניש אַרױסצופֿאָרן פֿון לאַנד און באַקומען אַ פּאַספּאָרט. דאָס איז געװען אין די צײַטן װען אַיאַטאָלאַ כאָמײני איז ערשט געקומען צו פֿאָרן קײן איראַן, נאָכן אָפּריכטן גלות אין פֿראַנקרײַך מיט 27 יאָר צוריק, װען די שׂינאה קעגן ישׂראל האָט זיך נאָך נישט צעפֿלאַקערט װי איצט. כאָמײני האָט אָבער באַװיזן צו פֿאַרװאַנדלען איראַן אין דער ערשטער איסלאַמישער רעפּובליק און דערקלערט: "הײַנט האָבן מיר דעראָבערט איראַן, און מאָרגן — די גאַנצע װעלט".

דער בחור איז פֿון איראַן געפֿאָרן קײן גריכנלאַנד און פֿון דאָרטן — קײן ישׂראל, װוּ עס האָט געלעבט אײנע פֿון זײַנע פֿיר שװעסטער. דאָ האָט ער געאַרבעט בײַ כּלערלײ צײַטװײַליקע באַשעפֿטיקונגען און הײַנט פֿאַרמאָגט ער אַ קלײן געװעלבל אין אַ פֿרומען קװאַרטאַל פֿון ירושלים, פֿון װעלכן ער ציט פּרנסה, פֿאַרקױפֿנדיק שטובזאַכן און אַ היפּשן טײל פֿון טאָג איז ער עוסק אין לערנען תּורה.

אין צװישן, זענען עולה געװען נאָך אַ שװעסטער און אַ ברודער. מיט די עלטערן אין איראַן פֿלעגט ער זיך פֿאַרבינדן טעלעפֿאָניש, נאָר די בענקשאַפֿט איז געװען גרױס און דאָס קאָן נאָר פֿאַרשטײן אַ זון, װעלכער לאָזט איבער אַלטע טאַטע־מאַמע אין דער פֿרעמד און װיל זײ זען.

דער בחור האָט אין אַ רענצל אַרײַנגעלײגט אַ ביסל װעש, טלית און תּפֿילין, אַ סידור און זיך געלאָזט אין װעג אַרײַן, מיטנעמענדיק מיט זיך צװײ פּאַספּאָרטן: דעם ישׂראלדיקן און דעם איראַנישן, װעלכער איז געװאָרן בטל.

פֿון ישׂראל איז ער אָפּגעפֿלױגן קײן סטאַמבול, טערקײַ, מיט דער שװאַרצער יאַרמלקע אױפֿן קאָפּ איז ער צוגעפֿאָרן אין דעם איראַנישן קאָנסולאַט. דאָרטן האָט ער געזאָגט צו אַ באַאַמטן, אַז "ער איז אַ ישׂראלי װאָס װױנט אין ירושלים און װיל אַ דערלױבעניש אַרײַנצופֿאָרן קײן טעהעראַן, װוּ עס לעבן זײַנע קראַנקע עלטערן". פֿאַר 400 דאָלאַר האָט ער זיך באַזאָרגט מיט אַ פֿליקאַרטע קײן טעהעראַן אַהין און צוריק, און זײַענדיק שױן אױפֿן אַעראָדראָם האָט אַ פֿאָרשטײער פֿונעם איראַנישן קאָנסולאַט אים אַנטקעגנגעטראָגן די דערלױבעניש אַרײַנצופֿאָרן קײן טעהעראַן, כּדי זיך באַגעגענען מיט זײַנע עלטערן. די טערקישע גרענעץ־פּאָליצײ האָט געשטעמפּלט דעם ישׂראלדיקן פּאַספּאָרט און דער בחור איז אײַנגעשטיגן אינעם עראָפּלאַן און זיך געגרײט צו דער נסיעה.

ביז איצט זעט אױס דער ענין צו זײַן נאָרמאַל, נאָר די צרות האָבן זיך אָנגעהױבן בײַם אָנקומען אױפֿן פֿליפֿעלד אין טעהעראַן. דאָרטן האָט ער געװוּסט, אַז ער טאָר נישט װײַזן די פּאַספּאָרטן — נישט דעם איראַנישן, װעלכער איז געװען בטל און אַװדאי נישט דעם ישׂראלדיקן, װײַל דאָס שמעקט מיט סכּנת־נפֿשות.

דער בחור האָט באַמערקט װי אַזױ אַלע פּאַסאַזשירן גײען אַדורך דעם גרענעץ־קאָנטראָל, נאָר אים האָט מען פֿאַראָרדנט זיך אַװעקצושטעלן אין אַ װינקל און װאַרטן. פֿיר שעה איז ער דאָרט געשטאַנען ביז עס איז צו אים צוגעקומען דער דירעקטאָר פֿונעם אַעראָפּאָרט און אים געפֿרעגט פֿון װאַנען ער קומט?

"פֿון ישׂראל", איז געװען דער ענטפֿער און געװיזן די דורכפֿאָר־שײַן, װאָס ער האָט באַקומען פֿונעם איראַנישן קאָנסולאַט אין איסטאַמבול.

דער דירעקטאָר פֿונעם אַעראָדראָם האָט אױסגענוצט די געלעגנהײט, כּדי אָפּהאַלטן מיט אים אַ שמועס פֿון פּאָליטישן כאַראַקטער. ער האָט אים געפֿרעגט װאָס פֿאַר אַ מײנונג ער האָט װעגן אַריק שרון, װעגן אהוד אָלמערט, װעגן אַן עװענטועלן שלום מיט די פּאַלעסטינער אאַז״װ. דאַן האָט ער געבעטן אים איבערצוגעבן דעם ישׂראלדיקן פּאַס און דעם דורכפֿאָר־שײַן.

"דאָס קאָן איך אײַך נישט געבן", האָט ער געזאָגט, "װײַל זײ זענען די אײנציקע דאָקומענטן מײַנע, כּדי אַרױסצופֿאָרן פֿון איראַן", האָט ער געענטפֿערט, נאָר דער אָנגעשטעלטער איז באַשטאַנען אױף דער פֿאָדערונג צו קריגן די דאָקומענטן און געזאָגט ער זאָל זיך פּרעזענטירן אינעם אַעראָדראָם אין דרײַ װאָכן אַרום, װעט מען זײ אים אומקערן. דאַן האָט ער אים דערלאַנגט זײַנס אַ קאַרטל מיט זײַן נאָמען און טעלעפֿאָן־נומער.

װען ער האָט זיך אַהין פּרעזענטירט דרײַ װאָכן שפּעטער, האָט דער איראַנער געזאָגט: "קענסט פֿאַרגעסן אינעם פּאַספּאָרט. ער װעט בלײַבן בײַ אונדז". "ערשט דעמאָלט", זאָגט דער ישׂראלי, "האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז פֿון איראַן װעל איך מער נישט אַרױספֿאָרן אַ לעבעדיקער. דאָ װעט מען מיר באַגראָבן..."

אין צװישן האָט דער בחור זיך אױפֿגעהאַלטן בײַ זײַנע עלטערן און געזען װי אַזױ זײ לעבן: אין אָרעמקײט, קראַנק און אָן האָפֿענונג פֿון אַ לעבנס־פֿאַרבעסערונג. זײ האָבן אַפֿילו נישט געװאָלט הערן מכּוח די פּלענער אױסצוּװאַנדערן קײן ישׂראל. פֿינף שרעקלעכע חדשים זענען פֿאַרבײַ, ביז עס איז געלונגען דורך כּלערלײ װעגן און אומװעגן, צו אַנטלױפֿן פֿונעם כאָמײניסטישן גן־עדן. קודם־כּל, האָט ער זיך געדאַרפֿט באַזאָרגן מיט אַן אידענטיטעט־קאַרטע, פֿאַר װלעכער ער האָט באַצאָלט 100 דאָלאַר. קײנער האָט אים אָבער נישט געפֿרעגט װוּהין ער איז אַהינגעקומען אין משך פֿון 27 יאָר. דערנאָך האָט ער זיך געדאַרפֿט באַזאָרגן מיט אַ באַפֿרײַונגס־צעטל פֿון מיליטער. דאָס האָט געדױערט דרײַ חדשים צײַט און דערפֿאַר האָט ער באַצאָלט 200 דאָלאַר. אַנדערע 500 דאָלאַר האָט ער געסילוקט, כּדי קריגן אַן אַרױספֿאָר־דערלױבעניש. אַלע האָבן אים געװאָרנט, אַז "ס׳איז אַ שאָד די צײַט און דאָס געלט, װײַל פֿון איראַן װעט ער נישט אַרױס אַ לעבעדיקער". דער בחור האָט אָבער נישט אױפֿגעהערט צו זאָגן תּהילים און דער נס איז געשען. מען האָט אים דערלױבט אַרױסצופֿליִען קײן סטאַמבול. דאָרטן האָט מען שױן געװוּסט װעגן אַלץ װאָס ס’איז מיט אים געשען און דאָס — אַ דאַנק די װענדונגען פֿון דער משפּחה אין ישׂראל, פֿון דער סוכנות און פֿונעם אױסערן־מיניסטעריום, װעלכע האָבן אַלץ געטאָן — אָן זײַן װיסן — כּדי מען זאָל אים אַרױסלאָזן. דער בחור האָט באַקומען אַ ישׂראלדיקן פּאַס, צוריקגעקומען אַהײם.

זײַענדיק שױן אױפֿן אַעראָדראָם אין לוד, האָט ער געקושט די ערד. צו זײַנע קרובֿים האָט ער געזאָגט: "קײן איראַן פֿאָר איך נישט מער. דאָס איז פֿאַר מיר געװען אַ קאָשמאַר. נישטאָ נאָך אַזאַ גאָלדן לאַנד װי ישׂראל", האָט ער געהאַלטן אין אײן איבערחזרן צו די קרובֿים און פֿרײַנד װאָס זענען געקומען אים אָפּװאַרטן.

ערשט אין דער לעצטער צײַט דערװיסט מען זיך װעגן צענדליקער ישׂראלים װאָס פֿאָרן קײן איראַן, האָבן אױסצושטײן צרות, נאָר האַלטן זיך אָפּ צו דערקלערן אין דער עפֿנטלעכקײט מכּוח די שװערע איבערלעבונגען זײערע.

נישט בלױז פֿאָרן ישׂראלים קײן איראַן. פֿאַראַן הונדערטער איראַנישע ייִדן װאָס קומען קײן ישׂראל צו באַזוכן זײערע משפּחות און װעגן דעם האָט מען נישט געװוּסט. זײ װילן זען צי עס זענען פֿאַראַן אױסזיכטן זיך דאָ אײַנצואָרדענען. אין איראַן זענען נאָך געבליבן 25,000 ייִדן, כּמעט אַלע האָבן קרובֿים אין ישׂראל, דײַטשלאַנד אָדער אַמעריקע.

ס׳איז אינטערעסאַנט, װאָס אין ישׂראל האָט מען נאָך קײנעם נישט באַשטראָפֿט צוליב פֿאָרן קײן איראַן און עס איז נישט באַקאַנט צי ישׂראלים שמאַכטן אין איראַנישע תּפֿיסות.

די רעגירונג און סוכנות װאָרענען "נישט צו פֿאָרן קײן איראַן", נאָר דאָס העלפֿט נישט און מיר פֿרעגן: װאָס דאַרף געשען, כּדי ייִדן זאָלן אױפֿהערן צו פֿאָרן אַהין?