דעם 10טן סעפּטעמבער זענען געקומען קיין פּענסילווייניער אוניווערסיטעט אין פֿילאַדעלפֿיע סײַ חשובֿע פֿאָרשער, סײַ גוטע־פֿרײַנד אָפּצוגעבן כּבֿוד דעם פּראָפֿעסאָר און שרײַבער ד״ר שיקל פֿישמאַן צו זײַן 80סטן געבוירן־טאָג, אין דער פֿאָרעם פֿון אַ טאָג־לאַנגיקן סימפּאָזיום. דער אָרגאַניזיר־קאָמיטעט פֿון דער אונטערנעמונג איז באַשטאַנען פֿון פּראָפֿעסאָרן אין פֿילאַדעלפֿיע, ניו־יאָרק און דײַטשלאַנד, צווישן זיי דער ייִדיש־פֿאָרשער, ד"ר רחמיאל פּעלץ פֿון "דרעקסעל־אוניווערסיטעט".
בײַם סימפּאָזיום האָט מען געהערט אינטערעסאַנטע רעפֿעראַטן וועגן דעם מצבֿ פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן איבער דער וועלט. מע האָט אויך געהערט פּערזענלעכע זכרונות און אַקאַדעמישע לעקציעס, וועגן דער צענטראַלער ראָלע, וואָס שיקל פֿישמאַן האָט געשפּילט אין דעם אויפֿבויען דעם בנין, באַקאַנט ווי סאָציאָלינגוויסטיק. אין אַ צאָל קאָנטעקסטקן, וועגן וועלכע דער "פֿאָרווערטס"־לייענער וואָלט אפֿשר נישט געוווּסט, האָט מען געהערט, ווי שיקל פֿישמאַנס פֿאָרשונג האָט אינספּירירט פֿאַרשיידענע פֿעלקער אין די ווײַטסטע מקומות אויפֿצוהאַלטן זייער שפּראַך און קולטור.
אין אַ רירנדיקער צערעמאָניע האָבן די מיטגלידער פֿון אַ מאַאָרי־שפּראַך־רעדנדיקער משפּחה פֿון נײַ־זילאַנד געשאָנקען דעם בעל־שׂימחה אַ "שטעקן פֿון מזל". שיקל און געלע פֿישמאַן זענען מיט יאָרן פֿריִער געפֿאָרן קיין נײַ־זילאַנד צו העלפֿן און מוטיקן די מאַאָרי־רעדערס צו אָרגאַניזירן און שאַפֿן שולן, וווּ מע לערנט די שפּראַך. די שולן און שפּראַך־פּראָגראַמען האָט מען טאַקע אויפֿגעשטעלט און די 20־יעריקע טאָכטער פֿון דער משפּחה איז הײַנט גרייט צו ווערן אַ לערערין אין אַזאַ שול.
צו דער געלעגנהייט האָט מען אָפֿיציעל פֿאַרעפֿנטלעכט צוויי נײַע פּובליקאַציעס לכּבֿוד שיקל פֿישמאַן, אין וועלכע מומחים אין דער סאָציאָלינגוויסטיק שרײַבן וועגן דער וויכטיקייט פֿון פֿישמאַנס פֿאָרשונג און זײַן צושטײַער. פּראָפֿ׳ פֿישמאַן האָט געשלאָסן דעם סימפּאָזיום מיט זיינע אייגענע זכרונות.
באַגריסונג פֿונעם "פֿאָרווערטס" געהאַלטן בײַם פֿישמאַן־סימפּאָזיום
ווי עס באָווײַזט די צאָל און קוואַליטעט פֿון שיקל פֿישמאַנס געדרוקטע אַרטיקלען און ביכער, איז דער בעל־יובֿל נישט נאָר אַ צענטראַלע פֿיגור אינעם פֿעלד פֿון דער סאָציאָלינגוויסטיק, נאָר איינער פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע דענקער אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20סטן און 21סטן יאָרהונדערט.
זײַנע למדישע, טיפֿע און, צו מאָל, אויפֿטרייסלענדיקע אַרטיקלען אין די צען יאָר וואָס ער דרוקט זיך חודשלעך אינעם "פֿאָרווערטס", האָבן געדעקט אַ ברייטע גאַמע טעמעס: שפּראַך אין דער געזעלשאַפֿט; וועגן וויכטיקע פּערזענלעכקייטן אין דער געשיכטע וואָס האָבן נאָך עפּעס וויכטיקס הײַנט אונדז צו זאָגן (י. ל. פּרץ, נתן בירנבוים, שמעון דובנאָוו, חיים זשיטלאָווסקי, האַנס באַוער, און אַנדערע); נאַציאָנאַליזם אַמאָל און הײַנט; שפּראַך־פּראָבלעמען אין נישט־ייִדישע געזעלשאַפֿטן; ווי אויך זײַנע באַטראַכטונגען וועגן זײַנע נסיעות איבער דער וועלט און אין אַמעריקע.
די ייִדישע קולטור־וועלט איז אים שולדיק אַ גרויסן דאַנק וואָס ער פֿאַרשפּרייט נײַעס וועגן מאַמע־לשון, וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש, און דעם עשירות פֿון ייִדיש. דער "פֿאָרווערטס"־לייענער געדענקט זײַנע אַרטיקלען וועגן דער נישט־ייִדישער וועלט, אין וועלכע ער דערציילט וועגן די שוועריקייטן וואָס אַנדערע לשונות פֿון דער וועלט גייען דורך. זײַן פֿאַרגלײַכיקע אַנאַליזן פֿון די פּראָבלעמען בײַם אויפֿהאַלטן אַ שפּראַך און קולטור אין עטנישע עדות זענען אַ נײַעס אין דער ייִדישער פּרעסע. אמת, עס זענען געווען און זענען פֿאַראַן אַנדערע ייִדישע לינגוויסטן, אָבער נאָר פּראָפֿ׳ פֿישמאַן האָט געבראַכט די טעמעס צו אַ ברייטערן עולם, געשריבן אין אַ נוסח וואָס איז סײַ פֿאָלקיש, פֿול מיט חכמה, סײַ דורכגעווייקט מיט זײַן אינטעלעקט.
די אַרטיקלען האָבן זיכער פֿאַרברייטערט די פּערספּעקטיוו פֿון ס׳רובֿ ייִדיש־רעדערס, וועלכע האָבן געטראַכט, אַז נאָר זיי לײַדן פֿון די דאָזיקע שפּראַך־פּראָבלעמען. אַ דאַנק ד״ר פֿישמאַנס אַרבעטן האָט דער ייִדישער קולטור־ציבור פֿאַרשטאַנען, אַז די ענינים רירן אָן די גאַנצע וועלט. דער מחבר האָט דעם לייענער געוויזן הן ווי די פּראָבלעמען זענען ענלעך צווישן אַלע פֿעלקער, הן ווי דער פֿאַל פֿון ייִדיש הײַנט איז אַ באַזונדערער אין געוויסע פּרטים. דאָס זענען נישט געווען סתּם טעאָרעשטיע אַרטיקלען נאָר שריפֿטן מיט אַ מיין, וואָס האָבן געדאַרפֿט האָבן אַ השפּעה אויפֿן מאָרגן פֿון מאַמע־לשון.
פּראָפֿ׳ פֿישמאַן האָט אין זײַנע עסייען אָפֿט אָנגערירט סענסיטיווע טעמעס, אַרטיקעלן וואָס פֿרעגן די פֿראַגע — וווּ האָבן מיר זיך טועה געווען? וואָס האָבן מיר געקענט טאָן בעסער, כּדי אויפֿצוהאַלטן די ייִדישע שפּראַך? די אַרטיקלען האָבן אויסגערופֿן רעאַקציעס אין דער פּרעסע און אין שמועסן אויף דער גאַס. ער האָט נישט אויסגעמיטן צו געבן אַ שטויס דעם וועלטלעכן סעקטאָר און אים אינספּירירט זיך אַרײַנצוטראַכטן אין דער וויכטיקייט פֿון טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט, ווי אַ טייל פֿון וועלטלעכקייט. למשל, לעצטנס האָט ער אַרויסגעהויבן דעם פּשוטן פֿאַקט, אַז כאָטש ס'איז אמת, אַז ס'איז אַ גרויסער שאָד וואָס די פֿרומע וועלט איז נישט באַקאַנט מיט די אוצרות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, קען מען לחלוטין נישט פֿאַרשטיין דאָס קלאַסישע ווערק, אָן א פֿאַרשטאַנד און קענטעניש פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט.
עס וואָלט געווען אַן אומיושר צו באַטראַכטן די דאָזיקע אַנאַליזן נאָר ווי קריטיק. ריכטיקער וואָלט געווען זיי צו פֿאַרשטיין ווי אַ זאָרג פֿאַר דער וועלטלעכער סבֿיבֿה, זי זאָל נישט אין גאַנצן אָפּגעשוואַכט ווערן, ווײַל זי האָט אַזוי פֿיל צו געבן דעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק. פֿישמאַן שרײַבט, אַז פּונקט ווי די פֿרומע ייִדן האָבן מיט אַ הונדערט יאָר קריק זיך געפֿילט "אין גלות בײַ ייִדן", (נתן בירנבוימס אַן אויסדרוק), האָט דאָס רעדל זיך געגעבן אַ דריי און הײַנט זענען די וועלטלעכע ייִדן אין אַ סכּנה פֿון זײַן "אין גלות". נישט קיין קריטיק ליגט הינטער די ווערטער, נאָר א רוף צו דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, כּדי קיינער זאָל זיך נישט פֿילן אויסגעשלאָסן. דאָס געפֿיל פֿון אהבֿת־ישׂראל וויל ער אַרויסהייבן; דאָס ייִדישע פֿאָלק זאָל זיך שטאַרקן דורכן פֿאַראייניקן זיך, קיינער זאָל זיך נישט פֿילן אין גלות.
דעריבער איז פּראָפֿ׳ פֿישמאַן נישט בלויז אַ וויסנשאַפֿטלער, נאָר אַ נבֿיאישער אַקטיוויסט, וואָס וויל אויפֿהאַלטן די קולטור. זײַנע וואָרצלען ליגן טיף אין דער ייִדישער קולטור פֿון זײַן היים אין פֿילאַדעלפֿיע און זענען פֿאַרטיפֿט געוואָרן אין ניו־יאָרק. דאָרטן האָט ער און זײַן פֿרוי געלע געגרינדעט די "אַהרן און סאָניע פֿישמאַן־פֿונדאַציע", אַ נאָמען נאָך זײַנע טאַטע־מאַמע, כּדי צו שטיצן פּראָיעקטן מיט אַ שײַכות צו אַנטוויקלען ייִדיש־רעדנדיקע יוגנט, ווײַל נאָר מיט אַ יונגן דור קען די שפּראַך פֿון אַ פֿאָלק האָבן אַריכת־ימים. אַ מוסר־השׂכּל וואָס איז בולט בײַ די חסידישע קרײַזן, און וואָס דער וועלטלעכער סעקטאָר דאַרף זיך לערנען.
מיט דעם זינען, זענען זיי געווען די ערשטע זיך אַרײַנצוציִען אויף ביינברידזש־עוועניו אין בראָנקס, אַקעגנאיבער דער "שלום־עליכם ייִדישער פֿאָלקשול 21", און וווּ אַנדערע משפּחות האָבן זיך ארײַנגעצויגן כּדי די קינדער זאָלן אויפֿוואַקסן רעדנדיק ייִדיש איינער מיטן אַנדערן. די קינדער זענען טאַקע געבליבן אַקטיוו אין דער ייִדישער קולטור־וועלט און פֿאַרנעמען הײַנט אָנפֿירנדיקע פּאָזיציעס. זײַן השפּעה אויף דער ייִדישער קהילה און דער ייִדישער און נישט־ייִדישער וויסנשאַפֿט וועט מען נאָך פֿילן דורות לאַנג.