נישט געקוקט אויף דער זיגערישער רעדע פֿון דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט בײַם סוף פֿון דער צװײטער לבֿנונישער מלחמה, איז שוין הײַנט פֿאַר קיינעם קיין ספֿק נישט, אַז זי איז געװען פֿון אַלע שטאַנדפּונקטן אַ שװערער דורכפֿאַל. סײַ פֿון מיליטערישן, סײַ פֿון פּאָליטישן און — אויך פֿון סאָציאַלן אַספּעקט. משה אַרענס, אַ געװעזענער זיכערהייטס-מיניסטער (פֿון "ליכּוד"), האָט דאָס באַצײכנט, אין אַן אַרטיקל הײַנטיקע װאָך אין "הארץ", װי אַ קאַטאַסטראָפֿע.
אויף דער באַגעגעניש מיט איבער 70 "אלופֿים" — גענעראַלן פֿון צה"ל, סײַ פֿונעם אַקטיװן און סײַ פֿון רעזערװ-דינסט און פּענסיאָנירטע, װאָס עס האָט אין דער פֿאַרגאַנגענער װאָך צוזאַמענגערופֿן דער שעף פֿונעם גענעראַל-שטאַב, רבֿ-אלוף דן חלוץ, זענען אַרויסגערוקט געװאָרן זייער שאַרפֿע פֿאָרװוּרפֿן און באַשולדיקונגען קעגן אים און קעגן זײַנע פֿאָרגייער אין די לעצטע זעקס יאָר.
דאָס איז געװען די צװײטע רעזומירנדיקע באַגעגעניש פֿון דעם העכסטן אַרמײ-קאָמאַנדיר מיט די גענעראַלן פֿון צה"ל זינט דער לבֿנונישער מלחמה. אין דער ערשטער באַגעגעניש האָבן זיך באַטייליקט קרובֿ צו הונדערט גענעראַלן.
די זעקס הויפּט-טענות קעגן דער מלחמה-פֿירונג זענען געװען: 1) דאָס פֿארכאַפּן די צװײ ישׂראלדיקע סאָלדאַטן און דאָס דערהרגענען די פֿיר אַנדערע דורך דעם ≠"כעזבאָלאַ" איז געװען אַ האַרבער גרענעץ-אינצידענט, אָבער נישט גענוג אויף צו באַרעכטיקן דאָס אויסברייטערן אים צום פֿאַרנעם פֿון אַ מלחמה. במילא איז דער ציל צו באַפֿרײַען די פֿאַרכאַפּטע נישט געװאָרן דערגרײכט, בעת דער פּרײַז פֿאַר זייער באַפֿרײַונג װאַקסט אויס מיטן לויף פֿון דער צײַט. 2) די אַרמיי האָט נישט גענומען ערנסט די מאַסיװע באַװאָפֿענונג און באַפֿעסטיקונג פֿון "כעזבאַלאַ" "ממש אונטער דער נאָז", לענג־אויס דער צפֿונדיקער גרענעץ פֿון ישׂראל; 3) ס'איז נישט געװען קיין געהעריקע קאָאָרדינאַציע צװישן דעם אינפֿאָרמאַציע-דינסט און די אַנדערע מיליטערישע פֿאָרמאַציעס; אַנטקעגן די דערהײַנטיקטע לופֿט-מאַפּעס פֿונעם שטח בײַ די פֿליִער, זענען די סאָלדאַטן פֿון די יבשה-כּוחות אונטן געװען אויסגעשטאַט מיט פֿאַרעלטערטע מאַפּעס פֿון פֿאַר זעקס יאָר; 4) צה"ל איז נישט געװאָרן צוגעגרײט צו דער מעגלעכקייט פֿון אַ מלחמה, די געװער-מאַגאַזינען זענען געװען לרובֿ ליידיק, די אַרמיי האָט לעצטנס נישט דורכגעפֿירט קיין מיליטער־געניטונגען; 5) די קאָנצעפּציע פֿון פֿאַרמינערן די ראָלע פֿון די יבשה-כּוחות אין פֿאַרגלײַך צו דער קריגס-אַװיאַציע, איז געװען אַ פֿאַלשע; 6) די אָנפֿירונג פֿון דער מדינה האָט נישט געהאַט קיין קלאָרן ציל פֿאַר אָט דער מלחמה און האָט דעם שלום דערװײַטערט, און נישט דערנעענטערט.
נישט געקוקט אויף דער זיגערישער רעדע פֿון דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט בײַם סוף פֿון דער צװײטער לבֿנונישער מלחמה, איז שוין הײַנט פֿאַר קיינעם קיין ספֿק נישט, אַז זי איז געװען פֿון אַלע שטאַנדפּונקטן אַ שװערער דורכפֿאַל. סײַ פֿון מיליטערישן, סײַ פֿון פּאָליטישן און — אויך פֿון סאָציאַלן אַספּעקט. משה אַרענס, אַ געװעזענער זיכערהייטס-מיניסטער (פֿון "ליכּוד"), האָט דאָס באַצײכנט, אין אַן אַרטיקל הײַנטיקע װאָך אין "הארץ", װי אַ קאַטאַסטראָפֿע.
אויף דער באַגעגעניש מיט איבער 70 "אלופֿים" — גענעראַלן פֿון צה"ל, סײַ פֿונעם אַקטיװן און סײַ פֿון רעזערװ-דינסט און פּענסיאָנירטע, װאָס עס האָט אין דער פֿאַרגאַנגענער װאָך צוזאַמענגערופֿן דער שעף פֿונעם גענעראַל-שטאַב, רבֿ-אלוף דן חלוץ, זענען אַרויסגערוקט געװאָרן זייער שאַרפֿע פֿאָרװוּרפֿן און באַשולדיקונגען קעגן אים און קעגן זײַנע פֿאָרגייער אין די לעצטע זעקס יאָר.
דאָס איז געװען די צװײטע רעזומירנדיקע באַגעגעניש פֿון דעם העכסטן אַרמײ-קאָמאַנדיר מיט די גענעראַלן פֿון צה"ל זינט דער לבֿנונישער מלחמה. אין דער ערשטער באַגעגעניש האָבן זיך באַטייליקט קרובֿ צו הונדערט גענעראַלן.
די פֿינף הויפּט-טענות קעגן דער מלחמה-פֿירונג זענען געװען: 1) דאָס פֿארכאַפּן די צװײ ישׂראלדיקע סאָלדאַטן און דאָס דערהרגענען די פֿיר אַנדערע דורך דעם "כעזבאָלאַ" איז געװען אַ האַרבער גרענעץ-אינצידענט, אָבער נישט גענוג אויף צו באַרעכטיקן דאָס אויסברייטערן אים צום פֿאַרנעם פֿון אַ מלחמה. במילא איז דער ציל צו באַפֿרײַען די פֿאַרכאַפּטע נישט געװאָרן דערגרײכט, בעת דער פּרײַז פֿאַר זייער באַפֿרײַונג װאַקסט אויס מיטן לויף פֿון דער צײַט. 2) די אַרמיי האָט נישט גענומען ערנסט די מאַסיװע באַװאָפֿענונג און באַפֿעסטיקונג פֿון כעזבאַלאַ "ממש אונטער דער נאָז", לענגאויס דער צפֿונדיקער גרענעץ פֿון ישׂראל; 3) ס'איז נישט געװען קיין געהעריקע קאָאָרדינאַציע צװישן דעם אינפֿאָרמאַציע-דינסט און די אַנדערע מיליטערישע פֿאָרמאַציעס; אַנטקעגן די דערהײַנטיקטע לופֿט-מאַפּעס פֿונעם שטח בײַ די פֿליִער, זענען די סאָלדאַטן פֿון די יבשה-כּוחות אונטן געװען אויסגעשטאַט מיט פֿאַרעלטערטע מאַפּעס פֿון פֿאַר זעקס יאָר; 4) צה"ל איז נישט געװאָרן צוגעגרײט צו דער מעגלעכקייט פֿון אַ מלחמה, די געװער-מאַגאַזינען זענען געװען לרובֿ ליידיק, די אַרמיי האָט לעצטנס נישט דורכגעפֿירט קיין מיליטער־געניטונגען; 4) די קאָנצעפּציע פֿון פֿאַרמינערן די ראָלע פֿון די יבשה-כּוחות אין פֿאַרגלײַך צו דער קריגס-אַװיאַציע, איז געװען אַ פֿאַלשע; 5) די אָנפֿירונג פֿון דער מדינה האָט נישט געהאַט קיין קלאָרן ציל פֿאַר אָט דער מלחמה און האָט דעם שלום דערװײַטערט, און נישט דערנעענטערט.
פֿאַרשטייט זיך, אַז נישט אַלע האָבן אַרויסגערוקט די זעלבע טענות און די זעלבע באַשולדיקונגען. מען טאָר נישט פֿאַרגעסן, אַז אַ סך פֿון די גענעראַלן זענען אַלײן געװען פֿאַרגלויבט אין די זעלבע קאָנצעפּציעס פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון די פֿריִערדיקע מלחמות. אָבער די מערהייט פֿון זיי האָבן עפּעס אָפּגעלערנט פֿון יענע פֿאַרגאַנגענע מלחמות, און נישט װײניקע פֿון זיי האָבן זיך אָנגעשלאָסן צו דער פֿאָדערונג פֿון די ציװילע קריטיקער און פּראָטעסטירער צו נאָמינירן אַ מלוכישע אויספֿאָרש-קאָמיסיע מיט די סאַמע ברייטסטע פֿולמאַכטן, בראָש מיט אַ ריכטער און נאָמינירט פֿון דעם העכסטן געריכט (אין דעם פֿאַל איז געװאָרן אַרויסגערוקט די ביז גאָר פּרעסטיזשפֿולע פּערזאָן פֿון דעם אָפּטרעטנדיקן נשׂיא פֿון אייבערשטן געריכט, אַהרון ברק) — אין דער צײַט װען אָלמערט האָט זיך אײַנגעשפּאַרט און האָט טאַקע הײַנטיקע װאָך נאָמינירט אַזאַ אויספֿאָרש-קאָמיסיע, אָבער אין נאָמען פֿון דער רעגירונג.
עס איז אָבער כּדאַי אָנצוּװײַזן, אַז די איצטיקע רעגירונג איז "אַלט געװען" געציילטע פּאָר חדשים בעתן אויסברוך פֿון דער מלחמה. אײנע פֿון די אַספּעקטן, װאָס די קאָמיסיע וועט מוזן אויספֿאָרשן, װעט אויך זײַן דאָס אַחריות, װאָס פֿאַלט אויף די פֿריִערדיקע העכסטע אַרמײ-קאָמאַנדירן און זיכערהײטס-מיניסטאָרן און רעגירונגען בכלל, וועלכע האָבן געהערשט אין די לעצטע זעקס יאָר, זינט דעם אויפֿמאַרש פֿון אריאל שרון אויפֿן הר־הבית און דעם אויסברוך פֿון דער "על אַקסאַ"-אינטיפֿאַדע. און גראָד זיי — דער געװעזענער שעף פֿון שטאַב "רבֿ-אלוף" משה ("בוגי") יעלון (יאַאַלאָן) און שאול מופֿז (מאָפֿאַז), דער געװעזענער שעף פֿון שטאַב און דערנאָך זיכערהייט-מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון שרון, טראַנספּאָרט-מיניסטער אין דער איצטיקער רעגירונג — זײ זענען צװישן די שאַרפֿסטע קריטיקער פֿון אָט דער קאָמיסיע. יעלון האָט אַפֿילו, אין אַן אינטערװיו פֿאַרן "הארץ", באַשולדיקט אָלמערטן אין שיקן די סאָלדאַטן (אין די לעצטע דרײַ טעג פֿון דער מלחמה, װען עס זענען דערהרגעט געװאָרן 33 סאָלדאַטן) אין דער פֿון פֿאָרויס פֿאַרשפּילטער שלאַכט, צוליב פּאָפּוליסטישע נוצן; דער מיניסטער מופֿז האָט אין דער רעגירונג זיך אָפּגעהאַלטן פֿון שטימען פֿאַר דעם פּרעמיערס פֿאָרשלאַג װעגן דער װינאָגראַד-קאָמיסיע.
די קעגנערשאַפֿט פֿון מיניסטער שאַול מופֿז דרינגט אַרויס, לויט דער הערשנדיקער טראַדיציע אין לאַנד, פֿון גאָר פּערזענלעכע מאָטיװן: װען ער האָט פֿאַרשפּילט אין די פּרײַמעריס ביבי נתניהו אין "ליכּוד", איז ער אַריבער אין "קדימה", װײַל שרון האָט אים צוגעזאָגט דעם אַמט פֿון דעם זיכערהייט-מיניסטער אין דער רעגירונג נאָך די װאַלן. אָלמערט האָט אָבער "געשאָנקען" דעם אַמט עמיר פּרצן פֿון "עבֿודה" אין די ראַמען פֿון דער קאָאַליציע-פֿאַרטיילונג. מופֿז קען אים די דאָזיקע עװלה נישט מוחל זײַן און איז זיך נוקם אויף דעם אופֿן.
אײניקע פֿון צװישן די גענעראַלן האָבן אַפֿילו אויסגעדריקט זײער אונטערשטיצונג פֿאַר דער פֿאָדערונג פֿון דער גרופּע הונגערשטרײַקנדיקע, אַז דער אָנפֿירנדיקער דרײַלינג פֿון דער מלחמה: דער פּרעמיער אהוד אָלמערט, דער זיכערהײט-מיניסטער עמיר פּרץ און דער שעף פֿון גענעראַל-שטאַב דן חלוץ — זאָלן דעמיסיאָנירן פֿון זייערע אַמטן אין נאָמען פֿון זײער מיניסטעריאַלער אַחריות.
* * *
די פּראָטעסט-באַװעגונג נאָך דער צװײטער לבֿנונישער מלחמה פֿון די 33 טעג קערט אונדז צוריק צו דער יום-כּיפּור-מלחמה פֿון פֿאַר 33 יאָר, װאָס אויך נאָך איר איז אונטערן דרוק פֿון די פּראָטעסטן געשאַפֿן געװאָרן די אַגראַנאַט-קאָמיסיע אויסצופֿאָרשן דעם דורכפֿאַל פֿון דער הערשנדיקער קאָנצעפּציע. אויך דעמאָלט איז די מיליטערישע אָנפֿירונג, אַזוי װי איצט, באַשולדיקט געװאָרן אין אַראָגאַנטישער פֿאַרריסנקייט און איבערגעטריבענער זעלבסטזיכערקייט (אַן אויספֿאָרש-קאָמיסיע איז געשאַפֿן געװאָרן אויך בעת דער ערשטער לבֿנונישער מלחמה, אָבער דעמאָלט איז דאָס געװען אין גאַנג פֿון דער מלחמה, און צוליב אַן אַנדערער סיבה).
דער קאַרדינאַלער אונטערשײד צװישן דער יום-כּיפּור-מלחמה און דער איצטיקער באַשטייט אָבער אין דעם, װאָס יענע מלחמה האָט אונדז דערנעענטערט צו אַ שלום, אין דער צײַט װען די איצטיקע האָט אונדז פֿון אים דערװײַטערט. זי האָט אַפֿילו ליקװידירט דעם אידעאָלאָגישן גרונט-מאָטיװ פֿאַר דעם װײַטערדיקן קיום פֿון דער הערשנדיקער פּאַרטיי, די "קדימה", אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אהוד אָלמערט — נאָך דעם װי ער האָט, אין רעזולטאַט פֿון דער מלחמה, אויפֿגעגעבן זײַן פּלאַן פֿון דער "התכּנסות", פֿון דער מאַסיװער עװאַקואַציע פֿון קאָלאָניסטישע זידלונגען אויפֿן מערבֿדיקן ברעג, אין יהודה און שומרון. אַפֿילו דאָס אויפֿלײזן די 104 אומגעזעצלעכע "פֿאָרפּאָסטנס", לויט דער רעקאָמענדאַציע פֿון דער נאָמינירטער שׂשׂון-קאָמיסיע איז צוליב דער מלחמה שוין געװאָרן פֿאַרגעסן, געװאָרן אָפּגעװישט פֿון דעם מלוכישן "סדר־היום".
אָבער — דעם גרעסטן קרבן פֿון דעם לבֿנונישן דורכפֿאַל האָט דאָס מאָל געליטן די "סאָציאַלע אַדזשענדע", די גרויסע סאָציאַלע איבערקערעניש, װאָס איז אַדורכגעפֿירט געװאָרן מיטן נצחון פֿון עמיר פּרץ אין די פּאַרטיייִשע פּרײַמעריס און מיטן איבערנעמען דורך אים די פֿירערשאַפֿט אין דער אַרבעט-פּאַרטיי, די "עבֿודה" מיט אַ יאָר צוריק.
דאָס איז נישט געװען קײן לאָקאַלע איבערקערעניש אין דער פּאַרטיי. כאָטש זײַן נצחון אין די פּרײַמעריס האָט נישט צוגעגעבן דער פּאַרטיי קײן מאַנדאַטן אין דער כּנסת — פֿאַרקערט, זי האָט אַפֿילו פֿאַרלוירן דרײַ פֿון אירע פֿריִערדיקע 22 מאַנדאַטן — האָט ער אָבער אויסגעברייטערט און אויסגעשפּרײט די סאָציאַלע "אַדזשענדע" אויף אַלע פּאַרטייען, אויף דער גאַנצער געזעלשאַפֿט און האָט גורם געװען אַ סאָציאַלע איבערקערעניש מיט נײַע פּריאָריטעטן אויפֿן סדר-היום פֿון דער מדינה.
דער אויסברוך פֿון דער לבֿנונישער מלחמה האָט די דאָזיקע סאָציאַלע אַדזשענדע אַכזריותדיק צעשמעטערט. צו דער ספּעציעלער סעסיע פֿון דער כּנסת, װאָס איז גערופֿן געװאָרן אויף הײַנטיקער װאָך צו באַהאַנדלען דעם דערשיטערנדיקן מלוכיש-סטאַטיסטישן באַריכט װעגן דער אָרעמקייט, װאָס איז געשטיגן מיט איבער 30 פּראָצענט — זענען געקומען אין דער כּנסת 58 פֿון די 120 דעפּוטאַטן, פֿון זײ האָבן בלויז 39 זיך באַטייליקט אין דער פּלענאַרער זיצונג — די רעשט זענען געבליבן אין דרויסן: אין בופֿעט-זאַל און אין די קולואַרן. פֿון די מיניסטאָרן האָבן בלויז דרײַ זיך באַטייליקט אין דער סעסיע.
* * *
למעשׂה איז אָט די "סאָציאַלע אַדזשענדע" געשטרויכלט געװאָרן אויף אַן אויסגעקלוגלטן אופֿן שוין בײַם סאַמע אָנהייב דורך דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט — עמיר פּרצעס פּאַרטנער און פֿאַרבינדעטן, מיט װעמען ער האָט זיך געקליבן אַדורכצופֿירן די "סאָציאַלע איבערקערעניש" — אין דער נײַער קאָאַליציע-רעגירונג, װאָס אָלמערט האָט אויפֿגעשטעלט שוין אָן שרונען, כאָטש אונטער זײַן שאָטן, נאָך די װאַלן צו דער 17טער כּנסת.
עמיר פּרץ, דער פֿריִערדיקער מנהיג פֿון דער הסתּדרות, האָט זיך געשטעלט פֿאַר זײַן ציל צו זײַן דער "בולדאָזער" פֿון אָט דער סאָציאַלער איבערקערעניש. ער האָט אָבער אויך געװוּסט, אַז דער װעג צו דער פּרעמיערשאַפֿט פֿירט דורך איינעם פֿון די דרײַ װיכטיקסטע מיניסטעריומס: זיכערהייט, אויסערן אָדער פֿינאַנצן. דאָס אויסערן-מיניסטעריום איז שוין געװען באַזעצט פֿון ציפּי לבֿני (ליװני), װעלכע געניסט פֿון דער גרעסטער פּאָפּולאַריטעט אין דער "קדימה"-פּאַרטיי און אויסער איר; דאָס פֿינאַנץ-מיניסטעריום האָט אָלמערט בשום אופֿן נישט געװאָלט אָנטרויען דעם אָנהענגער פֿון אַ סאָציאַליסטישער װירטשאַפֿט, בעת ער אַלײן איז אַ הײסער אָנהענגער פֿון טאַטשעריזם. איז פֿון די דרײַ געבליבן פֿרײַ נאָר דאָס זיכערהייט-מיניסטעריום, כאָטש שרון האָט עס בשעתּו געהאַט צוגעזאָגט פֿאַר שאול מופֿזן.
דער געװעזענער אַרמײ-קאָמאַנדיר און קריגס-מיניסטער האָט געהאַלטן, אַז דער אַמט איז צוגעשניטן און אָנגענײט ספּעציעל פֿאַר אים — סײַ אין זכות פֿון זײַנע מיליטערישע קװאַליפֿיקאַציעס און סײַ אין זכות פֿון זײַן אָרעמער קינדהײט אין איראַן, זײַן געבורטלאַנד. אין זײַנע אויפֿטריטן אין דער װאַל-קאָמפּאַניע ערבֿ די פּרײַמעריס אין "ליכּוד" האָט מופֿז אַפֿילו געװישט די טרערן פֿון זײַן פּנים, װען ער האָט דערצײלט װעגן זײַן שװערער קינדהײט. אָבער — דער גורל און די קאָאַליציע-פֿאַרטיילונג, האָבן רעזערװירט דעם אַמט פֿאַר דעם מנהיג פֿון "עבֿודה", װעלכער האָט זיך אָפּגעזאָגט איבערצונעמען דאָס מיניסטעריום פֿון װױלשטאַנד, װאָס האָט געװײנטלעך געהערט צום ש"ס. נאָר דאָס מאָל האָט עס געװאַרט — און עס װאַרט נאָך אַלץ — אויף דעם פֿאָרשטײער פֿון דגל התּורה, װעמען ער האָט עס צוגעזאָגט נאָך פֿון פֿריִער.
אָבער — װער זאָגט עס, אַז עמיר פּרץ האָט דעם מאָנאָפּאָל אויף װױלשטאַנד און אויף דער סאָציאַלער אַדזשענדע? דאָס לאַנד איז דאָך פֿול מיט פֿילאַנטראָפּישע גאָרקיכן פֿאַר אָרעמע־לײַט און זײער צאָל מערט זיך און פֿאַרדרײַפֿאַכט זיך אין אַ געװאַלדיקן טעמפּאָ, אַזוי אַז אויך אהוד אָלמערט האָט אָנגעהויבן גיין און זיך לאָזן פֿאָטאָגראַפֿירן װי ער מישט און פֿאַרזוכט די זופּ פֿון דעם גרויסן קעסל, און אָט זיצט ער אויף דער באַנק צװישן צװײ קבצנים און פּאָסמאַקעװעט זיך מיט די מאכלים פֿאַר די אָרעמעלײַט... און עמיר פּרץ װאַרפֿט אָפּ די טענות פֿון זײַנע נישט פֿאַרגינערישע חבֿרים אין דער פּאַרטיייִשער אָנפֿירונג, װעלכע באַצװײפֿלען זײַנע מיליטערישע קװאַליפֿיקאַציעס. זײ באַקלאָגן זיך אויף אים הלמאַי ער, דער "גענעראַל פֿון שלום און פֿון װױלשטאַנד", װי ער האָט זיך באַצײכנט בײַם מיקראָפֿאָן — דער "בולדאָזער" פֿון דער סאָציאַלער אַדזשענדע, װעלכער האָט איבערגעקערט דעם נאַציאָנאַלן סדר היום פֿון דער מדינה, האָט זיך געלאָזט צורעדן צו זאָרגן פֿאַר דער זיכערהייט, צו װעלכער עס האָבן פּרעטענדירט די אמתדיקע פּאַרטיייִשע "בטחוניסטן" — דער געװעזענער זיכערהייט-מיניסטער בנימין בן-אליעזר און דער גענעראַל מתן וילנאי, װעלכער איז געקומען פֿון צה"ל, עמי אילון פֿון שב"כּ און אהוד יתּום — פֿונעם "מוסד".
אויך צו די פֿינאַנצן און צום "װױלשטאַנד", אויב אָלמערט װאָלט אים צו זיי צוגעלאָזט, האָט פּרץ געהאַט אין דער פּאַרטיי גאַנץ ערנסטע ריװאַלן, בראָש מיטן פּראָפֿעסאָר בראַװערמאַן פֿון באר שבֿע-אוניװערסיטעט, װעלכער באַטראַכט זיך פֿאַר דעם אײנציקן פּאַטראָן פֿון דער סאָציאַלער אַדזשענדע. די צאָל ריװאַלן און קאָנקורענטן װאָלט געװען מסתּמא נאָך גרעסער, װען שמעון פּערעס, חיים רמון און דליה איציק װאָלטן נישט אַריבערגעלאָפֿן אין "קדימה", מיטשלעפּנדיק אַהין מיט זיך די שטימען פֿון די אַלטע מפּא"יניקעס, אַ זיבן-אַכט מאַנדאַטן פֿון "עבֿודה".
אויף די אַלע נישט-פֿאַרגינערישע טענות פֿון זײַנע חבֿרים אין דער פּאַרטיייִשער אָנפֿירונג און אויסער איר, האָט פּרץ אין זײַן רעדע דערקלערט, אַז ער איז שטאָלץ צו זײַן "אַ גענעראַל פֿון שלום", און אַז די פּראָפֿעסיאָנעלע גענעראַלן פֿון מלחמה זאָלן װערן גענעראַלן פֿון סאָציאַלן װױלשטאַנד.
שײנע רײד. אָבער "די רעשטלעך פֿון דער דאָזיקער קאָנצעפּציע זענען איצט צעשפּרייט אויף די פֿעלדער פֿון די שלאַכטן אין לבֿנון" — װי עס שרײַבט אהוד אשרי אין זײַן רעצענזיע פֿון דעם אײַנדרוקספֿולן דאָקומענטאַרן פֿילם, װאָס איז געװיזן געװאָרן הײַנטיקע װאָך אין דער ישׂראלדיקער טעלעװיזיע. אין די פּובליק-טעסטן זענען עמיר פּרץ און די אַרבעט-פּאַרטיי געװאָרן נישט רעלעװאַנט. אין דער פּאַרטיי רײַסט מען זיך אַרום, די אָרעמקייט איז צעטומלט, פֿילט זיך פֿאַרלוירן, זי לויפֿט צוריק צום "ליכּוד".
די גרויסע היסטאָרישע איבערקערעניש, װאָס האָט אַרויסגעהויבן די סאָציאַלע אַדזשענדע, איז געװאָרן אַ פֿאַרבײַגייענדיקער עפּיזאָד אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל. זי ליגט אַ צעשמעטערטע אויף די חורבֿות פֿון די קאַטיושעס אין גליל און פֿון די שלאַכטן אין לבנון.
דער גרויסער דורכפֿאַל פֿון דער לבֿנונישער מלחמה האָט געבוירן נישט קיין קלענערן דורכפֿאַל פֿון דער סאָציאַלער װיזיע.
תּל-אָבֿיבֿ, ערבֿ ראָש־השנה תשס"ז