עס איז שױן אַן אײַנגעשטעלטע טראַדיציע פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ, זיך צו טרעפֿן, אין אײנעם פֿון די טעג פֿאַר ראָש־השנה, מיט זײַנע הונדערטער ידידים־פֿרײַנד, פֿאַר אַ הרמת־כּוסית, הײבן אַ כּוס און זיך װינטשן אײנער דעם צװײטן אַ לחײם, אַ גוט־יאָר, אַ שנה־טובֿה.
אַזאַ פֿײַערלעכע באַגעגעניש איז פֿאָרגעקומען דאָנערשטיק, דעם 7טן סעפּטעמבער, װען הונדערטער פֿרײַנד פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" פֿון תּל־אָבֿיבֿ און אַנדערע שטעט אין ישׂראל, האָבן פֿאַרבראַכט אַן אײַנגענעמען יום־טובֿדיקן פֿרימאָרגן אין דעם זאַל פֿון דער ביבליאָטעק א"נ פֿון פֿעליציאַ בלומענטאַל אױף ביאַליק־גאַס, לעבן די ביוראָען פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער".
דער זאַל איז געװען פֿול מיט פֿרײַנד און סימפּאַטיקער, בלױז אַ טײל פֿון די טױזנטער װאָס דער "ייִדישפּיל־טעאַטער" האָט באַװיזן זיך אײַנצושאַפֿן אין לױף פֿון זײַנע געלונגענע פֿאָרשטעלונגען, סײַ אין לאַנד גופֿא, סײַ אין דער גאָרער װעלט, װוּ ער איז אױפֿגעטראָטן מיט זײַנע גאַסטראָלן.
דעם דאָזיקן פֿאַקט האָט טאַקע אונטערגעשטראָכן שמואל עצמון, דער גרינדער און לײטער פֿונעם טעאַטער, אין זײַנע קורצע װאַרעמע אַרײַנפֿיר־װערטער. ער האָט דערמאָנט דעם לעצטן טורנע פֿון טעאַטער דעם זומער, װאָס איז געװען זײער אַ געראָטענע, פֿול מיט באַגײַסטערונג און עמאָציאָנעלע איבערלעבונגען.אין דער קינסטלערישער טײל פֿון דער פּראָגראַם האָט שמואל עצמון פֿאָרגעשטעלט עטלעכע יונגע אַרטיסטן פֿונעם גרױסן טעאַטער־אַנסאַמבל, װעלכע האָבן מיט געניטער בינע־קונסט אױסגעפֿירט אַ פּראָגראַם פֿון לידער און רעציטאַציעס װאָס האָט פֿאַרשאַפֿט דעם עולם גרױס פֿאַרגעניגן און נחת־רוח. די דאָזיקע יונגע גרופּע אַרטיסטן האָט בכּבֿודיק רעפּרעזענטירט דעם גאַנצן אַנסאַמבל פֿון "ייִדשפּיל־טעאַטער" בײַ דער יום־טובֿדיקער אימפּרעזע אין דעם פֿרימאָרגן.
די גרופּע איז באַשטאַנען פֿון העלענאַ יאַראַלאָװאַ, אירמאַ סטעפּאַנאָװאַ, מאָניקאַ װאַרדימאָן און ישׂראל טרײסטמאַן. בײַ דער פּיאַנע האָט זײ אַקאָמפּאַנירט לענאַ קאָפּעלאָװיטש.
אַריה פֿירסטענבערג, סעקרעטאַר פֿון דער "ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט" אין ירושלים, אַ הײסער סימפּאַטיקער און ליבהאָבער פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער", האָט באַגריסט אין נאָמען פֿונעם גאַנצן עולם שמואל עצמונען, דעם טעאַטער־אַנסאַמבל און די טעאַטער־אַדמיניסטראַציע פֿאַרן צוגרײטן און אױספֿירן שײן און געמיטלעך די דאָזיקע יערלעכע באַגעגעניש.
צום סוף האָט שמואל עצמון געװוּנטשן אַלעמען אַ גוט, פֿרײלעך און געזונט יאָר, אַ יאָר פֿון הצלחה פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין ישׂראל און אין זײַנע אָפֿטע גאַסטראָלן אין אױסלאַנד.