אין ניו־יאָרק האָט זיך געעפֿנט די 61סטע גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון דער "יו־ען". ווי מ'האָט דערוואַרט פֿון פֿריִער, איז די הויפּט־סענסאַציע פֿאַרבונדן מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש און דעם איראַנישן פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעזשאַד. די קאָנפֿראָנטאַציע פֿון די צוויי נעגאַטיוו־פּאָפּולערע וועלט־פֿירער וואַקסט און נעמט אָן כּוח; אין דער נאָכמלחמהדיקער געשיכטע פֿון אַמעריקע, האָט נאָר פֿידעל קאַסטראָ דערגרייכט אַזאַ הויכן גראַד פֿון אומחן. און ס'האָט גענומען צענדליקער יאָרן, ביז פּרעזידענט ביל קלינטאָן האָט אים דערלאַנגט די האַנט; אין יאָר 2000 איז עס געשען און, שטעלט זיך פֿאָר, פּונקט אויף אַזאַ מין אַסיפֿה. אָבער אין דעם פֿאַל גלייבט זיך אָבער נישט, אַז די צוויי גדולים וועלן בײַ זייער פּרעזידענטשאַפֿט דערלעבן צו אַזאַ רירנדיקן מאָמענט, אַפֿילו ערגעץ אין די קולואַרן.
בלויז איין יאָר איז אַדורך, זינט אַמעריקע האָט אויף דער פֿאָריקער סעסיע פֿון דער גענעראַל־אַסאַמבלעע געפּרוּווט איבערצוצײַגן אירע אַליִיִרטע צו באַטראַכטן דעם איראַנישן "נוקלעאַר־ענין" אויפֿן זיכערהייט־ראַט און אײַנצופֿירן סאַנקציעס. שפּעטער מיט עטלעכע חדשים האָט אַמעריקע אויסגעפּועלט מע זאָל עס טאָן. דעם 31סטן אויגוסט האָט דער זיכערהייט־ראַט באַשטעטיקט, אַז טעהעראַן האָט איגנאָרירט דעם אולטימאַטום אָפּצושטעלן די נוקלעאַרע פּראָגראַם, וואָס ער האָט באַקומען סוף יולי. נאָך פֿאַר דעם, אין יוני, האָבן די זעקס מערבֿדיקע לענדער — פֿינף שטענדיקע מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראַט פּלוס דײַטשלאַנד — געמאַכט אַ פּרוּוו "אונטערצולייגן אַן איי" דער איראַנער "קוואָטשקע"; מע קאָן אַפֿילו זאָגן, אַז דאָס "איי" איז געווען ממש אַ גאָלדן איי: אַ גאַנצער פּאַק פֿון עקאָנאָמישע און טעכנאָלאָגישע להאָטעס. וואַשינגטאָן, פֿון זײַן זײַט, איז מסכּים געווען, אויב די תּנאָים וועלן אָנגענומען ווערן, צוצושטיין צו די פֿאַרהאַנדלונגען.
נאָך אַ ריי דיפּלאָמאַטישע קונצן און טריקן האָט איראַן זיך אויסגעפֿײַפֿט אויף די אַלע "גאָלדענע אייער" און איז געבליבן ווײַטער צו זיצן אויף איר "נוקלעאַרן סידעלע". די מעשׂה מיטן באַהאַנדלען און אָפּשטימען דעם נוקלעאַרן ענין אויף דעם זיכערהייט־ראַט איז שוין פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פֿאַרס, וואָס נאָר די באַטייליקטע אין דער פֿאָרשטעלונג מאַכן אַן אָנשטעל, אַז זיי וועלן, סוף־כּל־סוף, אָפּשפּילן דעם לעצטן אַקט. פֿון די פֿינף הויפּט־אַקטיאָרן, פּלאָנטערן רוסלאַנד און כינע זייערע ווערטער: אָט זאָגן זיי, אַז זיי זײַנען גרייט צו פֿאָדערן פֿון איראַן אויפֿצוהערן איר שפּילן זיך מיט פֿײַער. דערמיט אָנערקענען זיי פֿאַקטיש, אַז איראַן איז באַשעפֿטיקט מיט באַרײַכערן אוראַניום נישט נאָר פֿאַר אירע פֿרידלעכע צוועקן. אָבער אין דער זעלבער צײַט זײַנען זיי קעגן סאַנקציעס און רופֿן טעהעראַן צו אַ דיאַלאָג, ווייסנדיק דערבײַ, אַז איראַן האָט אַ גוט פֿײַפֿעלע.
פֿראַנקרײַך האָט בכלל געביטן דעם טעקסט פֿון איר ראָלע, און אָנהייב וואָך האָט דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט זשאַק שיראַק געמאָלדן, אַז קיין שום סאַנקציעס וועלן אין גאַנצן נישט זײַן!
וואָס זשע וועט יאָ זײַן? דערווײַל איז נאָר קלאָר, וואָס עס וועט זײַן אויפֿן באַנקעט, לכּבֿוד דער דערעפֿענונג פֿון דער 61סטער אַסאַמבלעע. דער איראַנישער פּרעזידענט אַכמאַדינעזשאַד האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט אויך פֿון דער פֿאַרבעטונג. מעגלעך, ווײַל אויף די אויסטערלישע ווײַנען און מאכלים שטייט נישט די פּאַסיקע השגחה, און זיי זײַנען פֿאַר אים נישט גענוג כּשר?