אַמעריקע

פֿאַראַכטאָגן דינסטיק האָט דער אָנגעזעענער האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, אין קיימברידזש, מאַסאַטשוסעטס, אויפֿגעטרייסלט די וועלט פֿון העכערער בילדונג אין אַמעריקע מיטן אַנאָנס, אַז אָנהייבנדיק פֿון סעפּטעמבער 2008, וועט ער מער נישט אָננעמען סטודענטן דורך אַ פֿריִערדיקן טערמין (early action). די פֿריִערדיקע שיטה איז במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר געוואָרן אַ זייער פֿאַרשפּרייטער אופֿן צו אַפּליקירן — באַקוועם סײַ בײַ די סטודענטן און זייערע משפּחות, סײַ בײַ די אוניווערסיטעטן אַליין.

געוויינטלעך, מוז אַ סטודענט אין זײַן לעצטן יאָר פֿון מיטלשול אַפּליקירן ביזן 1טן אָדער דעם 15טן יאַנואַר, און ביז אַפּריל ווייסט ער נישט, צי מע האָט אים אָנגענומען. טאָמער וויל ער עס וויסן וואָס גיכער, קען ער זיך אָנשליסן אין דער פּראָגראַם פֿון פֿריִיִקן אַרײַנטריט, אַפּליקירן אין סעפּטעמבער אָדער אָקטאָבער; דעמאָלט קאָן ער באַקומען דעם ענטפֿער פֿונעם קאַלעדזש ביז סוף־דעצעמבער.

אין די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן עקזיסטירן הײַנט צוויי שיטות פֿון דער פּראָגראַם. אין אַ סך פֿון זיי, ווי, למשל, בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, איז דאָ אַ תּנאַי: אויב אַ סטודענט אַפּליקירט בײַם פֿריִיִקן טערמין, מוז ער צו ערשט אונטערשרײַבן אַן אָפּמאַך, אַז אויב דער קאַלעדזש נעמט אים אָן, מוז ער זיך דאָרט לערנען; ער טאָר נישט שפּעטער באַשליסן, אַז ער וויל גיין אין אַ צווייטן קאַלעדזש. אַזאַ פּראָגראַם הייסט "פֿריִיִקער באַשלוס". אין האַרוואַרד, און אין געוויסע אַנדערע אוניווערסיטעטן, איז די פּראָגראַם מער ליבעראַל. אַפֿילו אויב דער סטודענט געפֿינט אויס פֿרי, אַז ער איז אָנגענומען געוואָרן, איז ער נישט "צוגעבונדן" צו אָט דעם קאַלעדזש.

די קאַלעדזשן האָבן ליב די־אָ פּראָגראַמען, ערשטנס, ווײַל אַזוי "פֿאַרכאַפּן" זיי די סטודענטן, וואָס ווילן זיך דאָרט טאַקע לערנען; און צווייטנס, גיט עס די אַרײַנטריט־באַאַמטע מער צײַט, במשך פֿונעם יאָר, צו באַטראַכטן יעדן אַפּליקאַנט באַזונדער. די אַמביציעזע סטודענטן, פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען צופֿרידן דערמיט, וואָס זיי געפֿינען אויס זייער פֿרי, צי זייער קאַלעדזש האָט זיי אָנגענומען, און זיי ווייסן אויך, אַז די סטודענטן וואָס אַפּליקירן פֿריִער האָבן אַ בעסערן שאַנס פֿון ווערן אָנגענומען. דערצו קענען די סטודענטן, וואָס געפֿינען אויס פֿרי, אַז מע האָט זיי אָנגענומען, פֿרײַער אָפּאָטעמען, און מער הנאה האָבן פֿון זייער לעצטן יאָר אין דער מיטלשול.

אַן אַרטיקל אינעם זשורנאַל "טײַם" (Time) פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט אַרויסגעהויבן עטלעכע אַנדערע סיבות, פֿאַר וואָס די פּראָגראַם איז פֿאַרשפּרייט צווישן די סטודענטן: בײַ געוויסע קאַלעדזשן געניסן די פֿרי־אָנגענומענע סטודענטן פֿון בפֿירושע באַלוינונגען. אין אַלמאַ־קאַלעדזש, מישיגען, למשל, גיט מען זיי די ערשטע ברירה אויסצוקלײַבן אַ צימער און אַ פּאַרקיר־אָרט. די קאַלעדזשן זאָגן זיי צו אַזוינע "צוקערלעך", כּדי צוצוציִען די סטודענטן, וואָס זענען זייער פֿעיִק, און וואָס קענען, אין ס׳רובֿ פֿאַלן, באַצאָלן דעם פֿולן פּרײַז פֿון שׂכר־לימוד, וואָס דערגרייכט הײַנט ביז 40,000$ אַ יאָר.

און דאָ ליגט טאַקע דער הונט באַגראָבן. ס׳רובֿ פֿון די סטודענטן, וואָס באַטייליקן זיך אין די "פֿריִיִקע אַרײַנטריט"־פּראָגראַמען, זענען ווײַסע, פֿאַרמעגלעכע יונגע לײַט, ווײַל די אָרעמערע משפּחות ווייסן בכלל ווייניק וועגן די אַרײַנטריט־ברירות, און קענען זיכער נישט אויספֿירן אָנצושטעלן פּריוואַטע קאַלעדזש־קאָנסולטאַנטן זיי צו געבן אַזוינע עצות, ווי עס טוען די מער פֿאַרמעגלעכע משפּחות. דערצו, שרײַבט "טײַם", האָבן די אָרעמערע מיטלשולן נישט גענוג געלט זומערצײַט אָנצושטעלן די עצה־געבער פֿאַר קאַלעדזש־ענינים, און דאָס איז אַ פּראָבלעם, ווײַל כּדי צוצוגרייטן אַן אַפּליקאַציע אויף סעפּטעמבער אָדער אָקטאָבער, מוז אַ סטודענט זיך באַראַטן מיט די עצה־געבער אין יולי און אויגוסט.

אין איר עדיטאָריאַל פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, האָט די "ניו־יאָרק טײַמס" (New York Times) געשריבן, אַז דער פֿריִיִקער באַשלוס דיסקרימינירט קעגן יענע סטודענטן, וועלכע נייטיקן זיך אין פֿינאַנציעלער הילף, ווײַל אַ נישט־פֿאַרמעגלעכער סטודענט קען נישט פֿאַרזיכערן דעם קאַלעדזש, אַז ער וועט זיך דאָרט לערנען, ביז ער פֿאַרגלײַכט נישט די סובסידיעס, וואָס פֿאַרשידענע קאַלעדזשן זאָגן אים צו; און ס׳רובֿ קאַלעדזשן לאָזן עס נישט וויסן ביז פֿרילינג. האַרוואַרד איז דווקא מער יושרדיק ווי אַ סך אַנדערע קאַלעדזשן, גיט צו די "טײַמס", דערמיט וואָס די פֿרי־אָנגענומענע סטודענטן מוזן נישט אינפֿאָרמירן האַרוואַרד ביזן ערשטן מײַ צי זיי וועלן אַהין גיין. "סײַ ווי, האָט האַרוואַרד ריכטיק געטאָן אָפּשאַפֿנדיק דעם ׳פֿריִען אַרײַנטריט׳, און מיר האָפֿן, אַז אויך די אַנדערע אינסטיטוציעס וועלן טאָן דאָס זעלבע; אָפּשאַפֿן אַ פּראָצעס, וואָס איז אין לעצטן סך־הכּל — אומיושרדיק."

אַן עדיטאָריאַל אין דער "באָסטאָן גלאָוב" (Boston Globe) פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, האָט אויך געלויבט האַרוואַרד (וואָס געפֿינט זיך, אַגבֿ, אין דער באָסטאָנער געגנט), אָבער געטענהט, אַז דאָס איז בלויז אַן אָנהייב: "דער פּרײַז פֿון אַ פּריוואַטן קאַלעדזש — $40,000 — איז אַ שטרויכלונג פֿאַר אַ סך משפּחות, אַפֿילו די וואָס פֿאַרדינען מער ווי $100,000 אַ יאָר... שטילערהייט, האָפֿן די קאַלעדזשן, אַז די באָבע־זיידע וועלן זיי אַרויסהעלפֿן. צום באַדויערן, האָבן ס׳רובֿ משפּחות נישט קיין פֿאַרמעגלעכע באָבע־זיידע."

די "גלאָוב" שרײַבט ווײַטער, אַז געוויסע קאַלעדזשן האָבן לעצטנס געפּרוּווט זיך צופּאַסן צו אָט דער רעאַליטעט. האַרוואַרד נעמט נישט קיין שׂכר־לימוד בײַ די עלטערן, וואָס פֿאַרדינען ווייניקער ווי $60,000, און יעל־אוניווערסיטעט טוט דאָס זעלבע פֿאַר משפּחות, וואָס פֿאַרדינען ווייניקער ווי $45,000. דערצו האָט פּרינסטאָן־אוניווערסיטעט אין 2001 אויפֿגעהערט אַרײַנרעכענען די הלוואָות (וואָס מע מוז צוריקצאָלן מיט פּראָצענט) אין דער פֿינאַנציעלער הילף פֿאַר משפּחות, און געהעכערט די סומע פֿון זייערע סובסידיעס (מתּנות, וואָס מע דאַרף נישט צוריקצאָלן). דער ציל: אַז אַ נישט־פֿאַרמעגלעכער סטודענט זאָל קאָנען גראַדויִרן אָן שום חובֿות. "אויב מיר ווילן פֿאַרשטאַרקן אין אַמעריקע די אַקאַדעמישע רעזולטאַטן, און במילא איר עקאָנאָמיע, וואָלט עס געדאַרפֿט ווערן אַ נאַציאָנאַלע פּריאָריטעט צו מאַכן די קאַלעדזשן פֿינאַנציעל מער צוטריטלעך," שרײַבט די "גלאָוב".

די "קריסטשען סײַענס מאָניטאָר" (Christian Science Monitor) הייבט אַרויס אַן אַנדער חסרון בײַ די פּראָגראַמען: "אַ סך מיטלשול־סטודענטן האָבן פֿאַרגעסן דעם אמתן מיין פֿונעם פֿריִיִקן אַרײַנטריט. זיי שליסן זיך אָן אין דעם ווײַל אַלע זייערע פֿרײַנד טוען עס, אָדער כּדי צו געניסן פֿון אַ סטראַטעגישער פֿאָרהאַנט. זיי האָבן פֿאַרגעסן, אַז דער ציל פֿון די פּראָגראַמען איז אַרויסצוהעלפֿן זיי צו געפֿינען דעם קאַלעדזש, וואָס איז צום בעסטן צוגעפּאַסט צו זייערע אייגענע אינטערעסן און באַדערפֿענישן."

ווי די אַנדערע צײַטונגען, שרײַבט די "מאָניטאָר", אַז די גרעסטע פּראָבלעם מיטן "פֿריִיִקן אַרײַנטריט" איז, וואָס עס ווײַזט אַ פּרעפֿערענץ פֿאַר פֿאַרמעגלעכע סטודענטן. "די קאַלעדזשן דאַרפֿן אַרויסווײַזן אַ מאָראַלישע פֿירערשאַפֿט, כּדי צו פֿאַרגרעסערן די פֿאַרשידנאַרטיקייט פֿון די סטודענטן וואָס לערנען זיך דאָרט, בפֿרט וואָס שייך דעם סאָציאָ־עקאָנאָמישן פֿאַקטאָר. בלויז 6% פֿון די אָרעמסטע אַמעריקאַנער באַקומען אַ קאַלעדזש־דיפּלאָם ביז זיי דערגייכן 24 יאָר — אַ פּראָצענט, וואָס האָט זיך כּמעט נישט געביטן זינט די 1970ער. כּדי צוצוציִען יענע סטודענטן וועלן די קאַלעדזשן מוזן אויסטיילן מער פֿינאַנציעלע הילף, און שיקן מער רעפּרעזענטאַנטן צו די אָרעמע מיטלשולן." האַרוואַרד האָט שוין טאַקע אַליין דערקלערט, אַז דורך דעם וואָס זייער פּערסאָנאַל וועט מער נישט דאַרפֿן אַרבעטן אויף די פֿריִיִקע אַפּליקאַציעס, וועלן זיי האָבן מער צײַט אין האַרבסט אַרומצופֿאָרן איבער די אָרעמערע מיטלשולן.

ס׳רובֿ עקספּערטן פֿילן, אַז די נטיה צו אַפּליקירן אין די קאַלעדזשן אַלץ פֿריִער און פֿריִער האָט שוין ממש דערגרייכט אַ "משוגעת". לויט אַ באַריכט פֿון דער "נאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון עצה-געבער פֿאַר קאַלעדזש-ענינים", דערלויבן 68% פֿון די אַמעריקאַנער קאַלעדזשן די סטודענטן צו אַפּליקירן פֿאַרן 1טן סעפּטעמבער. 25% פֿון די קאַלעדזשן וועלן אָננעמען די סטודענטן אַפֿילו איידער דער זומער האָט זיך געענדיקט.

"ס׳איז גלײַך ווי אַ בחור וואָלט באַשלאָסן שוין אין האַרבסט, וואָסער מיידל צו פֿאַרבעטן אויפֿן גראַדויִר־באַל, אַפֿילו אויב דער באַל קומט נישט פֿאָר ביז סוף־פֿרילינג!" האָט דערקלערט קען פֿאַקס, דער פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט פֿאַר אַרײַנטריט־ענינים בײַ דער אַסאָציאַציע. "ווען מע געפֿינט דאָס ריכטיקע מיידל, וויל מען זי אויסכאַפּן. איך פֿאַרשטיי, פֿאַר וואָס מע כאַפּט זיך צו, אָבער אַ סך מאָל טראַכט איך, ס׳וואָלט מסתּמא כּדאַי געווען צו נעמען מער צײַט, צו באַטראַכטן אַלע אַנדערע ברירות."

די אַסאָציאַציע איז טאַקע אַזוי באַזאָרגט וועגן דעם פֿענאָמען, אַז זי האָט שוין געלאָזט וויסן: בײַ איר לאַנדישער קאָנפֿערענץ, אָנהייב־אָקטאָבער, וועט זי אָפּשטימען, צי מע זאָל טאַקע פֿאַרווערן בײַ אירע איבער 2,000 מיטגליד־קאַלעדזשן די מער עקסטרעמע פּראָגראַמען פֿון פֿריִיִקן אַרײַנטריט. אויב די אַסאָציאַציע וועט עס אָבער נישט אָננעמען, וועלן די אַנדערע אוניווערסיטעטן נאָכטאָן, וואָס האַרוואַרד האָט געטאָן? צי וועט האַרוואַרדס באַשלוס גורם זײַן אַ דאָמינאָ־עפֿעקט?

דערווײַל זעט עס אויס, אַז נישט. קאַרל מ. פֿורסטענבורג, דער אָננעם־דעקאַן פֿונעם אָנגעזעענעם "דאַרטמאָט־קאַלעדזש", האָט געזאָגט, אַז זײַן קאַלעדזש האָט ביז איצט יאָ געפּועלט בײַ אַ צאָל אָרעמע און מינאָריטעטן־סטודענטן צו אַפּליקירן בײַם פֿריִיִקן טערמין. און דער פּרעזידענט פֿון יעל־אוניווערסיטעט, ריטשאַרד לעווין, האָט געזאָגט, אַז ער איז נישט זיכער אַז אָפּשאַפֿן דעם פֿריִיקן אַרײַנטריט וועט אַרײַנברענגען מער אָרעמע אָדער מינאָריטעטן־סטודענטן. דער בעסטער אופֿן זיי צוצוציִען, האַלט ער, איז דורך צוזאָגן זיי ממשותדיקע פֿינאַנציעלע הילף.

וואָס שייך די אַנדערע, נישט־אַזוי־באַקאַנטע קאַלעדזשן, איז דאָ נאָך אַ גרעסערער ספֿק, צי זיי וועלן אָפּשאַפֿן אַזוינע פּראָגראַמען. אין איר עדיטאָריאַל פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, שרײַבט "יו־עס־איי טודיי" (USA Today): "האַרוואַרד און די אַנדערע עליט־קאַלעדזשן דאַרפֿן זיך נישט זאָרגן וועגן קריגן גענוג אַפּליקאַנטן, ווײַל 80% פֿון די סטודענטן וואָס ווערן אָנגענומען אין האַרוואַרד, זאָגן, אַז זיי ווילן גיין אַהין. אָבער יענע קאַלעדזשן וואָס זענען נישט אַזוי זיכער, אַז זיי וועלן קריגן גענוג סטודענטן — און וואָס האָבן ווייניקער געלט־קוואַלן אויסצוניצן — וועלן מסתּמא נישט אָפּשאַפֿן זייער פֿריִיִקע אַרײַנטריט־פּראָגראַם, אַפֿילו אויב זיי האַלטן, אַז ס׳איז אומיושרדיק; אָן די גאַראַנטירטע סטודענטן, קען זייער מצבֿ נאָך ערגער ווערן."

פֿונדעסטוועגן, איז גוט וואָס האַרוואַרד האָט געוויזן דעם מאָראַלישן וועג, שרײַבט "יו־עס־איי טודיי": "די ׳פֿריִיִקער אַרײַנטריט׳־פּראָגראַמען האָבן זיך צעוואָקסן ווי ווילדגראָז, און די הויך־ראַנגיקע קאַלעדזשן דאַרפֿן זײַן צווישן די, וואָס וועלן זיי אַ ביסל אונטערשנײַדן."