קען דאָס טרינקען טיי אײַך באַשיצן קעגן די צוויי געפֿערלעכסטע חלאתן — מוח־אַטאַקן און ראַק? לויט אַ גרויסער שטודיע אין יאַפּאַן איז דער ענטפֿער סײַ יאָ, סײַ ניין: דאָס הייסט, עס קאָן פֿאַרקלענערן די ריזיקע פֿון אַ מוח־אַטאַק, אָבער נישט פֿון אַ ראַק.
די רעזולטאַטן דערקלערן, צום טייל, פֿאַר וואָס די יאַפּאַנער — גרויסע ליבהאָבער פֿון גרינער טיי — שטאַרבן אַ סך זעלטענער פֿון האַרץ־ און מוח־אַטאַקן ווי אַמעריקאַנער, אָבער מ׳איז נאָך נישט זיכער, צי דאָס איז די איינציקע סיבה.
די איצטיקע שטודיע האָט פֿינאַנצירט די יאַפּאַנישע רעגירונג און איז פּובליקירט געוואָרן פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך אינעם "זשורנאַל פֿון דער אַמעריקאַנער מעדיצינישער אַסאָציאַציע". זי טיילט זיך אָפּ פֿון די פֿריִערדיקע שטודיעס מיט דעם וואָס זי נעמט אַרײַן אַ סך מער מענטשן: עס האָבן זיך באַטייליקט אין איר 40,530 יאַפּאַנער, אין עלטער פֿון 40 ביז 79, און מע האָט זיי אָבסערווירט במשך פֿון 11 יאָר. מע האָט באַמערקט, אַז ווייניקער מענטשן וואָס טרינקען אַ סך גרינע טיי זענען געשטאָרבן פֿון האַרץ־ און מוח־אַטאַקן, אָבער וואָס שייך ראַק — זענען ביידע גרופּעס געווען גלײַך.
צוליב דעם וואָס טרינקען טיי איז פּאָפּולער בײַ אַלע עקאָנאָמישע קלאַסן אין יאַפּאַן, האָט די שטודיע אָפּגעוואָרפֿן די פֿריִערדיקע השערה, אַז די מענטשן וואָס טרינקען גרינע טיי זענען מער פֿאַרמעגלעך, און דערפֿאַר מער גענייגט צו אַ בעסערן געזונט־מצבֿ. פֿון דער אַנדערער זײַט האָט מען אַנטדעקט, אַז די טרינקער פֿון גרינער טיי עסן בטבֿע מער פֿרוכט און גרינסן — וואָס האָט אויך געקאָנט העלפֿן רעדוצירן די צאָל פֿאַלן פֿון אַ האַרץ־ און מוח־אַטאַק און ראַק.
אַן אַנדער וויכטיקער פּונקט איז, אַז די באַטייליקטע אין דער שטודיע זענען, בדרך־כּלל, געווען שלאַנקער ווי אַמעריקאַנער, און דערפֿאַר ווייסט מען נישט צי אַ שטודיע מיט אַ מער פֿאַרשידנאַרטיקער באַפֿעלקערונג וואָלט באַקומען די זעלבע רעזולטאַטן.
די יאַפּאַנישע וואָלונטירן האָבן אויסגעפֿילט פֿרעגבויגנס וועגן זייער טיי־טרינקען, זייער דיעטע, זייער באַנוץ פֿון אַלקאָהאָל און טאַבאַק, זייער וואָג, זייער סטאַטוס וואָס שייך בילדונג און פֿאַך, און ווי אַקטיוו זיי זענען. במשך פֿון 7 יאָר זענען 1,134 פֿון די באַטייליקטע געשטאָרבן פֿון אַ ראַק, און 892 — פֿון אַ האַרץ־ אָדער מוח־אַטאַק.
די פֿרויען, וועלכע האָבן אַלע טאָג געטרונקען 5 אָדער מער טעפּלעך גרינע טיי, זענען געשטאָרבן אויף 31% ווייניקער פֿון האַרץ־ אָדער מוח־אַטאַקן, ווי פֿרויען וואָס האָבן אַלע טאָג געטרונקען ווייניקער ווי 1 טעפּל; בײַ מענער איז דער חילוק געווען 22%.
די בעסטע רעזולטאַטן האָט מען געזען אין שײַכות מיט יענע מוח־אַטאַקן, וואָס אַנטוויקלען זיך צוליב אַ טראָמב. בײַ די פֿרויען וואָס טרינקען 5 טעפּלעך אַ טאָג איז די סכּנה פֿון שטאַרבן פֿון אַזאַ מוח־אַטאַק געווען אויף 62% ווייניקער! בײַ מענער — אַ ביסל ווייניקער אָבער אויך גאַנץ מערקווירדיק — 42%. די פֿאָרשער האָבן באַמערקט, אַז מער מענער ווי פֿרויען זענען געווען רייכערער, וואָס קאָן דערקלערן דעם אונטערשייד.
נאָך וואַסער, איז טיי פֿון אַלע מינים דאָס פּאָפּולערסטע געטראַנק אויף דער וועלט.