באָריס דרוצע לייענט קאַפּיטלעך פֿון זײַן בוך אין דער ייִדישער ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען, קעשענעוו |
באָריס דרוצע איז אַן אינטעליגענט אינעם ערשטן דור. געבוירן אין אַ דאָרף, אין אַ פּויערישער שטוב, טראָגט ער אין זיך אַ טאַלאַנט, וואָס ס’איז צו דעם צוגעפּאַסט דער ייִדישער זאָג "וואָס אין דער קאָרט". ער שפּילט אויף עטלעכע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן; ער איז אַ באַגאַבטער שרײַבער און איבערזעצער, קאָמפּאָזיטאָר, אַן אַדוואָקאַט און, אויב ס’איז אײַך ווייניק, איז ער אַ טאַטע פֿון צען קינדער.
ס’איז כּדאַי דאָ באַלד צוצוגעבן, אַז אין אַלע זשאַנערס פֿון זײַן צעצווײַגטער ליטעראַרישער און מוזיקאַלישער טעטיקייט, ווי אויך אין זײַן יורידישער אַרבעט פֿאַרנעמט אַ צענטראַל אָרט די טעמע — ייִדן — זינט די ערשטע סימנים פֿון אַ ייִדיש לעבן אין בעסאַראַביע ביזן הײַנטיקן טאָג. וועגן דעם זאָגט עדות זײַן בוך (752 זײַטן) אויף רומעניש וואָס הייסט "אונטערן מגן־דוד מיט גאָט". ווי אַ מאָטאָ צו זײַן בוך, האָט דרוצע גענומען די ווערטער, געהערט פֿון זײַן זיידע, אַ פּשוטער פּויער, וואָס האָט דערלעבט ביז 100 יאָר: "רײַך איז דאָס לאַנד, וואָס איז פֿעיִק צו באַשיצן אירע ייִדן". געווידמעט האָט דער מחבר די מאָנומענטאַלע אַרבעט — זײַנע קינדער.
אינעם אַרײַנפֿיר צום בוך שרײַבט דרוצע, אַז אָפֿט קומט אים אויס, שפּאַצירנדיק מיט זײַנע קינדער, דורכצוגיין לעבן דעם דענקמאָל לזכּרון די אומגעבראַכטע בעסאַראַבער ייִדן אויף דער ירושלימער־גאַס, און שטענדיק דערציילט ער זיי עפּעס אַ געשיכטע וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדן און די מאָלדאַוואַנער, וועגן דעם חורבן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וועגן זײַנע אייגענע פֿרײַנד פֿון ייִדישן אָפּשטאַם.
דער מחבר איז אויפֿריכטיק איבערצײַגט אין דער וויכטיקייט פֿון זײַן טאָלעראַנט צו אַן אַנדער פֿאָלק, און וועגן דעם דערציילט ער אין זײַן בוך, וואָס דערמאָנט אַן אָנגעווייטיקטן ווידוי. און נאָך איין שטריך: דעם טעקסט פֿונעם בוך באַרײַכערן די בילדער פֿון דעם שרײַבערס טאָכטער, וועראָניקאַ, וואָס לערנט זיך אין אָטאַווע (קאַנאַדע) אויף אַרכיטעקטור און דיזײַן.
דער באַנד פֿון באָריס דרוצע נעמט אַרײַן אַ רײַכן מאַטעריאַל פֿון דערציילונגען, לידער, ליטעראַרישע עסייען, איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, היסטאָרישע נאָטיצן, געווידמעט די בעסאַראַבער ייִדן. ס’וואָלט אָבער געווען נישט ריכטיק צו מיינען, אַז דער ריזיקער טעקסט־פֿאַרנעם איז געווידמעט נאָר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון מאָלדאָווע, ווי אַ לאָקאַלע, נאַציאָנאַלע מינאָריטעט. מע קאָן זאָגן, אַז דער מחבר האָט געמאַכט אַ פּרוּוו צו שאַפֿן אַ קינסטלעריש־פּובליציסטיש בילד פֿון ייִדישן פֿאָלק. דעריבער ווערן אינעם בוך אײַנגעשלאָסן רירנדיקע קאַפּיטלען וועגן ישׂראל און ישׂראלים.
דרוצע שרײַבט, אַז צומאָל, נאָך זײַנע פּובליקאַציעס וועגן ייִדן, באַקומט ער פֿון די לייענער בריוו, וווּ מע ווײַזט אים אָן אויף דעם, אַז די ייִדן זעען בײַ אים אויס צו שיין און פֿאַרפּוצט; אַז ער איז נישט אָביעקטיוו און אַז אויך די ייִדן האָבן גענוג חסרונות. דרוצע דערקלערט עס דערמיט, וואָס זײַן אויפֿגאַבע איז געווען צו ווײַזן דאָס בעסטע און דאָס שענסטע אינעם כאַראַקטער און אין די גײַסטיקע אוצרות פֿונעם ביבלישן פֿאָלק.
"איך טו עס אויפֿריכטיק און בין זיכער, אַז ס’איז אַ וויכטיקע זאַך!" — שרײַבט דער מחבר. עס פֿאַרדריסט אים, אַז אין פֿיל שטעטלעך און דערפֿער, וווּ עס האָבן אַ מאָל געוווינט ייִדן בשכנות מיט די מאָלדאַוואַנער, איז איצט נישט צו טרעפֿן קיין איין ייִד. הײַנט זײַנען די ערטער באַזעצט מיט מענטשן, וועלכע באַציִען זיך גלײַכגילטיק צו זייער אייגענער געשיכטע, צו די געבײַדעס פֿון געוועזענע שילן, וואָס ווערן צעשטערט און צו די פֿאַרלאָזטע ייִדישע בית־עולמס, פֿאַרוואַקסן מיט ווילדגראָז.
"שוואַרצע ליניעס" — אַזוי האָט דרוצע אָנגערופֿן דעם טייל פֿון בוך, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן די טראַגישע קאַפּיטלען פֿון ייִדישן לעבן אין מאָלדאָווע — זינט דעם קעשענעווער פּאָגראָם 1903 ביזן חורבן און סטאַלינס אַנטיסעמיטישע רעפּרעסיעס. דרוצע שרײַבט וועגן דעם אומקום פֿון די ייִדישע שרײַבער און דעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. ער דערמאָנט די אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע און ווי אַזוי זי האָט אָנגערירט זײַנע באַקאַנטע, וועלכע זײַנען אומגעקומען אין "גולאַג".
אינטערעסאַנט און האַרציק זײַנען באַשריבן די ייִדישע מענטשן פֿון זײַן געבוירן־שטעטל, טעלענעשט, אינעם טייל "קאַפּיטלען פֿון טעלענעשטער געשיכטע". דאָ איז די צײַט אויך צו דערציילן אַ ביסל די געשיכטע פֿונעם מחבר אַליין. באָריס דרוצע איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1955 אינעם דאָרף אינעשט, טעלענעשטער ראַיאָן. ווי געזאָגט, האָט ער זיך געלערנט אין טעלענעשט בײַם לערער קאָגאַן, אַ מיטגליד פֿון שרײַבער־פֿאַראיין; מחבר פֿון אַ צאָל פּראָזע־ביכער און פּאָעזיע־זאַמלונגען, דראַמאַטורג; איבערגעזעצט פֿון ייִדיש לידער פֿון דער דיכטערין ליובע וואַסערמאַן, מאָטל סאַקציער, יוסף קערלער און משה לעמסטער.
אַ באַזונדער אָרט אינעם בוך פֿאַרנעמט זײַן אָריגינעלע פּראָזע, פּאָעזיע און פּיעסן. זיי שטעלן צונויף אַ מין בוך אין אַ בוך. באַזונדערס וויל זיך אויסטיילן די נאָוועלע "מאַדאָנע פֿונעם דאָרף איניאַסקע", דערציילונגען "עטעל בעקער" און "דאָראָטעאַ", אָנגעזעטיקט מיט דראַמאַטיזם און מיטגעפֿיל.
צום באַדויערן, האָבן אַ סך פֿון זײַנע העלדן שוין פֿאַרלאָזט די וועלט און די אַנדערע זענען זיך צעפֿאָרן איבער דער וועלט. און ס׳איז פֿאַרשטענדלעך, די פּאָליטישע אומסטאַבילקייט פֿון מאָלדאָווע, דער אומזיניקער אופֿן פֿון פֿירן די באַלעבאַטישקייט טרײַבט די אָרטיקע אײַנוווינער צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד — מע זוכט אַ מער רויִק לעבן. דאָס בוך פֿון באָריס דרוצע איז אַ מין ענציקלאָפּעדיע פֿונעם בעסאַראַבער ייִדישן לעבן אין געשטאַלטן. לאָמיר אָנרופֿן אָנרופֿן זייערע נעמען: יחיאל שרײַבמאַן, יהודה־לייב צירעלסאָן, גיטע סטראַכילעוויטש (פּיאַניסטקע), זלאַטע טקאַטש (קאָמפּאָזיטאָרין), זינאָווי סטאָליאַר (מוזיקער־פֿאָרשער), אַנאַטאָל גוזשעל (שרײַבער) און אַנדערע. יעדער פֿון זיי פֿאַרדינט מע זאָל וועגן אים אָנשרײַבן אַ באַזונדער בוך, וואָס וועט בלי־ספֿק רירן די הערצער פֿון לייענער.