די קינדערלעך, בעת אַ טור פֿון דער "ייִדיש־פֿאַרם" |
הײַיאָר האָט מען, צום ערשטן מאָל אין דער 35־יאָריקער געשיכטע פֿון דער "ייִדיש־וואָך", אָפּגעהאַלטן די אונטערנעמונג מחוץ ניו־יאָרק. די יערלעכע געשעעניש, וווּ אַלע אַקטיוויטעטן במשך פֿון דער וואָך ווערן אָנגעפֿירט אין גאַנצן אויף ייִדיש, האָט זיך דאָס יאָר געטראָפֿן בײַם "פּערלסטאָון אָפּרו־צענטער" לעבן דער שטאָט באָלטימאָר, מערילאַנד.
דער באַשלוס צו פּראַווען די "ייִדיש־וואָך" אין באָלטימאָר האָט געהאַט אַ סך מעלות. ערשטנס, געפֿינט זיך דער "פּערלסטאָון צענטער" בשכנות מיט דער אָרגאַנישער פֿאַרם "קיים" [קאַיאַם], וווּ ס׳איז הײַיאָר פֿאָרגעקומען די ערשטע זומער־פּראָגראַם פֿון דער נײַער "ייִדיש־פֿאַרם" — אַ פּראָגראַם, אָנגעפֿירט פֿון ישׂראל באַס און נפֿתּלי איידלמאַן, וווּ די 12 יונגע פֿאַרמער האָבן דורכגעפֿירט אַלע אַקטיוויטעטן אויף ייִדיש. אַ דאַנק דער פֿאַרם, האָבן די "ייִדיש־וואָכניקעס" געקאָנט גיין אויף אַן אינטערעסאַנטן טור פֿון די פֿאַרשידענע גרינסן און אַנדערע געוויקסן, וואָס מע האָט דאָרט קולטיווירט, און די קינדערלעך האָבן געקאָנט הנאה האָבן פֿון די חנעוודיקע ציגעלעך און הינער, וואָס געהערן צו דער פֿאַרם.
דאָס אָרט איז אויך געווען פֿיזיש באַקוועמער ווי די פֿריִערדיקע לאָקאַלן. אינעם הויפּט־בנין זענען געווען אַ סך צימערן פֿאַר די פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן, און דאָס בעסטע פֿון אַלץ — אַ גרויסן האַנט־אַרבעט־און־קונסט צימער, וווּ די קינדערלעך האָבן זיך געטראָפֿן יעדן אינדערפֿרי אויף צוויי שעה. דאָרט האָבן זיי זיך באַטייליקט אין כּלערליי קונסט־פּראָיעקטן, און די קינדער, וואָס קענען שוין לייענען און שרײַבן, האָבן יעדן טאָג צונויפֿגעשטעלט אַ קינדער־צײַטונג, "ייִדיש־וואָך נײַעס", וואָס מע האָט אויפֿגעהאָנגען לעבן דעם עסזאַל, כּדי אַלע זאָלן עס קענען לייענען. צווישן די טעמעס: אינטערוויוען, ספּאָרט, קאָמיקס, און אַ וועטער־באַריכט.
אַ צווייטע מעלה פֿון באָלטימאָר איז וואָס במשך פֿון די לעצטע זעקס יאָר האָט די שטאָט זיך קונה־שם געווען ווי אַ קליינער, אָבער פֿאָרט וויכטיקער ווינקל פֿון ייִדישיזם: דרײַ לאַנג־יאָריקע "ייִדיש־וואָך"־משפּחות — די בערגערס, די קאַפּלאַנס און די מאָסעס — דערציִען זייערע קינדערלעך אויף ייִדיש אין באָלטימאָר, און אינעם אָרטיקן "דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט" געפֿינט זיך הײַנט די ביבליאָטעק פֿון ד״ר מרדכי שעכטער ע״ה — אַ זאַמלונג וואָס באַשטייט פֿון בערך 10,000 ייִדישע ביכער.
דריטנס, זענען הײַיאָר צוגעקומען אַ צאָל נײַע יונגע פּנימער פֿונעם מערילאַנד־וואַשינגטאָנער ראַיאָן, טאַקע דערפֿאַר וואָס די "ייִדיש־וואָך" איז פֿאָרגעקומען אַזוי נאָענט צו זיי. איינע פֿון די נײַע אָנטיילנעמער, סאָניאַ קרופּניקאָווע — אַ ביאָלאָגיע־סטודענטקע בײַם "אוניווערסיטעט פֿון מערילענד", וואָס האָט בדעה צו שטודירן מעדיצין — איז דערצויגן געוואָרן אין אַ רוסיש־רעדנדיקער שטוב, און קען אויך איטאַליעניש. זי זאָגט אָבער, אַז זי פֿילט זיך ספּעציעל נאָענט צו ייִדיש, און האָט דערפֿאַר שטודירט ייִדיש בײַ פּראָפֿ׳ מרים אײַזיקס אינעם "אוניווערסיטעט פֿון מערילאַנד". אויף דער פֿראַגע, צי זי וואָלט הײַיאָר געקומען אויף דער ייִדיש־וואָך, ווען מע וואָלט עס אָפּגעהאַלטן אין ניו־יאָרק, האָט זי מיט אַ שמייכל געענטפֿערט: "מסתּמא נישט. ס׳וואָלט פּשוט געווען צו קאָמפּליצירט, ווײַל עס הייבט זיך באַלד אָן דער נײַער שול־זמן."
ווי געוויינטלעך זענען פֿאָרגעקומען אַקטיוויטעטן פֿון פֿאַרשידענע מינים: דער אַקטיאָר און רעזשיסאָר אָרון ריקמאַן האָט אָנגעפֿירט מיט אַ טעאַטער־וואַרשטאַט, וווּ די וואָלונטירן האָבן אויפֿגעטראָטן פֿאַרן עולם מיט אַ ריי קאָמישע אַמעריקאַנער סקיצעס פֿון די 1930ער און 40ער יאָרן; גיטל ווישוואַנאַט האָט אָנגעפֿירט מיטן לייענקרײַז, וווּ מע האָט הײַיאָר געלייענט חווה ראָזנפֿאַרבס פֿאַרכאַפּנדיקע נאָוועלע, "עדזשעס נחמה"; דער וויסנשאַפֿטלער שלמה־חיים כּהן האָט אָנגעפֿירט מיט אַ לעקציע וועגן כעמיע; צוויי דאָקטוירים, דודי רינגלבלום און שלמה בערגער, האָבן דערציילט וועגן די טעותן, וואָס דאָקטוירים — זיי אַרײַנגערעכנט — באַגייען פֿון צײַט צו צײַט, און ווי דאָס ווירקט עמאָציאָנעל אויף אַ דאָקטער; דער פֿראַנצויזיש־פּראָפֿעסאָר שימקע לעווין האָט אָנגעפֿירט מיט אַ שמועס וועגן די פּערזענלעכע איבערלעבונגען הײַנט פֿון ייִדן אין אייראָפּע, און די שרײַבערין פֿון די שורות האָט געוויזן דרײַ ייִדישע פֿילמען רעזשיסירט פֿון סטודענטן אין דער ירושלימער קינאָ־שול "מעלה", וואָס דער עולם האָט דערנאָך אַנאַליזירט, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם ליטעראַטור־פּראָפֿעסאָר מאַרק קאַפּלאַן.
ווי אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט רפֿאל פֿינקל אָנגעפֿירט מיט אַ וואַרשטאַט צו שאַפֿן אַ נײַ ייִדיש פֿאָלקסליד, און דאָס יאָר האָט מען אָנגעשריבן אַ הומאָריסטישע הימנע צו דער ייִדיש־וואָך; גיטל ווישוואַנאַט האָט דורכגעפֿירט דאָס "פֿרעג־געשלעג" — אַ פֿרעג־און־ענטפֿער־שפּיל — צו ערשט, מיט די קינדער, און דערנאָך מיט די דערוואַקסענע; און שבֿע צוקער האָט אָנגעפֿירט מיט דעם לערער־סעמינאַר, וווּ 10 ייִדיש־לערער, אַרײַנגערעכנט מאָטל גאָרדאָן פֿון פּעטערבורג, אַניק פּרימע־מאַרגולעס פֿון פּאַריז און חייקע־ברוריה וויגאַנד פֿון לאָנדאָן, האָבן זיך געטראָפֿן שעהען לאַנג יעדן טאָג, כּדי צו פֿאַרבעסערן זייערע פֿעיִקייטן אין דעם פֿאַך.
הײַיאָר איז צום ערשטן מאָל געקומען אַן אייגנאַרטיקע משפּחה: די לאָוענס, אַ געוועזענע חסידישע משפּחה פֿון מאָנטרעאָל, וואָס די עלטערן, שפֿרה און יוחנן, זענען לעצטנס געוואָרן געטרײַע ייִדישיסטן (זעט דעם "פֿאָרווערטס" פֿונעם 13טן מײַ 2011). דאָס פֿליסיקע חסידישע ייִדיש פֿון זייערע קינדער האָט זיכער געהאַט אַ פּאָזיטיווע השפּעה אויפֿן ייִדיש־רעדן בײַם ייִנגסטן דור, אָבער ווי שפֿרה האָט דערציילט, איז די השפּעה געווען אַ קעגנאַנאַנדיקע.
"די ׳ייִדיש־וואָך׳ איז געווען אַ געוואַלדיקע איבערלעבונג פֿאַר דער גאַנצער משפּחה," האָט שפֿרה באַמערקט. "מײַנע קינדער האָבן מיר געזאָגט, אַז ס׳איז געווען נאָך בעסער ווי ׳דיזני־לאַנד׳!"
די יונגע לײַט באַטייליקן זיך אין אַ פֿוסבאָל־מאַטש אויף דער ייִדיש־וואָך |
דער טאַטע, יוחנן, האָט אויך צוגעצויגן אַ ממשותדיקן אינטערעס בײַ די ייִדיש־וואָכניקעס. אָפֿט מאָל במשך פֿון דער וואָך איז ער געשטאַנען, אַרומגערינגלט מיט אַ גרופּע צוהערער, בעת ער האָט, אין אַ היימישן ייִדיש, אויסגעטײַטשט אַ הלכישן ענין אָדער קריטיקירט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער הײַנטיקער חסידישער געזעלשאַפֿט. בײַ אַ טייל פֿון די צוהערער האָט עס אויסגעזען אַ ביסל שווער צו פֿאַרשטיין זײַנע רייד, צוליב די אָפֿטע לשון־קודשדיקע טערמינען וואָס ער האָט געניצט, אָבער די מענטשן, וואָס קענען זיך יאָ אויס אויף די קליינע אותיולעך, האָבן שטאַרק הנאה געהאַט.
די גרעסטע, און זיכער די אַקטיווסטע גרופּע אויף דער ייִדיש־וואָך איז באַשטאַנען פֿון די יונגע־לײַט צווישן 15 און 35 יאָר. בײַ יעדן מאָלצײַט אין עסזאַל האָבן זיי פֿאַרנומען בערך 4 טישן — מיט אַנדערע ווערטער, כּמעט 40 זיץ־ערטער. יהודית וואַלעצקי, די דירעקטאָרין פֿון דער ייִדיש־וואָך, האָט, אַוודאי, געטאָן די מערסטע אַרבעט, אָבער אַ סך פֿון די יונגע לײַט האָבן אויך צוגעהאָלפֿן. אַ טייל האָבן געאַרבעט ווי אויפֿפּאַסער פֿון די קליינע קינדער, און אַנדערע האָבן געהאָלפֿן מיט דער טעכנישער אַרבעט.
עטלעכע טעג האָבן די יונגע לײַט — סײַ די בחורים, סײַ די מיידלעך — אָנטיילגענומען אין אַ פֿוסבאָל־מאַטש אינעם גרויסן גרינעם פֿעלד, הגם צוליב דער בלאָטע האָבן אַ טייל פֿון זיי געשפּילט באָרוועסערהייט — מסתּמא נישט קיין קלוגער געדאַנק אין אַ ספּאָרט, וווּ מע קאָפּעט די פּילקע אָפֿט מאָל מיט די פֿיס. איין באָרוועסער שפּילער האָט זיך טאַקע צעקלאַפּט אַ פֿוספֿינגער, און געמוזט דערפֿאַר פֿאַרלאָזן די שפּיל.
די לעצטע נאַכט האָט מען געשלאָסן די "ייִדיש־וואָך" מיט אַ לאַגער־פֿײַער, וווּ מע האָט צוגעברוינט שניי־קישעלעך איבערן פֿײַער און שעהען לאַנג — אָן די געזאַנג־ביכער — געזונגען ייִדישע לידער פֿון כּלערליי מינים: קינדער־לידער, יום־טובֿ לידער, בונדישע לידער, טעאַטער־לידער, די לידער פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און פֿון דער פּלאַטע "וואַסערל" — און דער עיקר: די נײַע הימנע פֿון דער ייִדיש־וואָך, וואָס מע האָט איבערגעחזרט איין מאָל און נאָך אַ מאָל, ביז מע האָט עס שוין געקענט אויף אויסנווייניק. זיצנדיק אַרום דעם פֿײַער זענען די קליינע קינדער אײַנגעשלאָפֿן אין שויס אָדער אויפֿן אַקסל פֿון די עלטערן, און די גרעסערע "קינדער" האָבן זיך אײַנגענורעט נעענטער איינער צום צווייטן, וויסנדיק אַז נאָך אַ ייִדיש־וואָך קומט צו אַ סוף, און מע וועט דאַרפֿן וואַרטן נאָך אַ יאָר ביז מע וועט ווידער קענען פֿאַרברענגען אַ וואָך לאַנג אין איינעם...
ווידעאָס פֿון דער ייִדיש־וואָך אַראָפּצולאָדן:
אַ הומאָרעסקע וואָס מע האָט אויסגעשפּילט אויף דער ייִדיש־וואָך 2011. די אַקטיאָרן: (פֿון רעכטס) שלום בערגער, מאַרק קאַפּלאַן, אורן ריקמאַן און דודי רינגלבלום
די "ייִדיש־וואָך הימען", קאָמפּאָנירט אויפֿן וואַרשטאַט "לאָמיר שאַפֿן אַ פֿאָלקסליד", אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון רפֿאל פֿינקל