ליטעראַטור

ווען אין זײַן וויגעלע האָט אַ שמייכל געטאָן פֿונעם שלאָף דאָס קליינע עופֿעלע, פֿלעגט די ייִדישע באָבע זאָגן: "עס שפּילט זיך מיט אים דער מלאך..." און ווען דער קליינער איז, קיין עין־הרע, אונטערגעוואַקסן און האָט אַרויסגעוויזן עפּעס אַ חכמה, פֿלעגט די זעלבע באָבע אָנקוועלן: "עס האָט אים אַ קוש געטאָן דער מלאך!"

אַזאַ קינד איז, אַפּנים, אויך געווען דער גרויסער ייִדישער דיכטער שמואל האַלקין, וואָס אַלע אין שטעטל האָבן אים גערופֿן פּשוט — מוליע. וועגן איינעם אַ זעלטענעם קוש זײַנעם וויל איך דאָ ווײַטער דערציילן. נישט איין מאָל האָב איך געזען פֿאַר די אויגן דאָס בילד און נישט געקאָנט עס פֿאַרשטיין. צוריק גערעדט, וואָס דאַרף מען דאָ אַזוינס פֿאַרשטיין — אַ קוש... ס’איז גענוג אַרויסברענגען אויף דער צונג דאָס וואָרט, ווי איינער וועט אַ זיפֿץ טאָן, אַ צווייטער זיך צעשמייכלען, און בײַ אַ דריטן וועלן אַ בליץ טאָן די אויגן — אַ קוש!

וואָס שייך מיר גופֿא, בין איך גענייגט מער צו גלייבן די מומחים, וואָס טענהן, אַז אַ קוש טראָגט אין זיך דעם לעצטן אָפּקלאַנג פֿון גן־עדן־לשון. מעגלעך דערפֿאַר האָט מען אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט צוגעטראַכט די חגא, וואָס הייסט טאַקע אַזוי — "אַלוועלטלעכער טאָג פֿון קושן".

וועגן אַ קוש האָט מען בײַ אונדז געזאָגט, אַז עס וואָלט געווען אַן עבֿירה, וואָלט עס דער רבֿ נישט געטאָן; אַז ס’וואָלט געווען אַ סכּנה, וואָלט עס דער דאָקטער נישט געטאָן.

לאָמיר אָבער זיך אַריבערטראָגן אין די פֿופֿציקער יאָרן. מאָסקווע, לוביאַנקער־טורמע, וווּ טאָג און נאַכט גייען אָן די פֿאַרהערן איבער די אַרעסטירטע ייִדישע שרײַבער און געזעלשאַפֿטלעכע טוער — מער ווי צוואַנציק מענטשן. אַלע זײַנען זיי מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. נאָך נעכטן, בעת דער מלחמה, האָבן זיי געהאָלפֿן, דורך דעם וועלט־ייִדנטום, אָנצושטעלן פֿאַרבינדונגען מיט די אַליִיִרטע, זיי זאָלן וואָס גיכער צושטעלן זייער הילף דער רויטער אַרמיי. הײַנט באַשולדיקט מען זיי אין שפּיאָנאַזש, פֿאַרראַט, אין אַרבעטן פֿאַרן "דזשוינט" און צושטעלן געהיימע אינפֿאָרמאַציע צו די אימפּעריאַליסטישע אויסשפּיר־אַגענטורן.

לכתּחילה, לויטן פּלאַן פֿונעם "אויבעררעזשיסאָר" אין קרעמל, האָט געזאָלט פֿאָרקומען אַן אָפֿענער מישפּט איבער דער נײַער כוואַליע פֿון "שׂונאים פֿון פֿאָלק". לאַנגע וואָכן, חדשים און יאָרן זײַנען פֿאָרגעקומען אין די ווענט פֿון דער לוביאַנקע אויסמאַטערנדיקע "פּראָבעס" פֿון די ראָלעס, וואָס יעדער פֿון די אַרעסטירטע האָט געדאַרפֿט שפּילן. קיין מיטלען זיך צו דערשלאָגן צו זאָגן וואָס מע פֿאָדערט, האָט נישט אויסגעפֿעלט; זיי זײַנען געווען אויסגעפּרוּווט אויף אַ סך טויזנטער סאָוועטישע בירגער. פֿון דעסטוועגן, האָט די מאַכט זיך אָפּגעהאַלטן פֿון אַן אָפֿענעם טעאַטראַליזירטן מישפּט, מישטיינס געזאָגט; אָבער דעם פֿינאַל פֿון דעם אַנטיסעמיטישן פֿאַרס האָט עס נישט געביטן — 13 פֿאַראורטיילטע האָבן באַקומען טויטשטראָף און דעם 12טן אויגוסט 1952 האָט מען זיי צעשאָסן.

על־פּי־נס האָט די טויטשטראָף אויסגעמיטן דער דיכטער שמואל האַלקין. אַ טיפֿער ליריקער, אַ זינגער פֿון ליבע, האָט מען אים אין די פּאָעטישע קרײַזן גערופֿן ייִדישער פּעטראַרקע. צווישן זײַנע גרעסטע דערגרייכונגען איז געווען די איבערזעצונג פֿון שייקספּירס "קיניג ליר", אויפֿגעפֿירט אינעם מאָסקווער "גאָסעט", בראָש מיט שלמה מיכאָעלס. אַ היפּוך פֿון האַלקינען אויף דער פּאָעטישער גאַס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איז געווען איציק פֿעפֿער. אַ דיכטער אַ טריבון, מיט אָראַטאָרישע אינטאָנאַציעס, כאָטש אויך בײַ אים טרעפֿן זיך גענוג לירישע, האַרציקע לידער, וואָס זײַנען אָפֿט פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין זינגלידער, וואָס די ייִדישע יוגנט האָט ליב באַקומען.

פֿעפֿער איז געווען מער אַ געזעלשאַפֿטלעכער מענטש, און פֿאַרנומען וויכטיקע פּאָזיציעס סײַ אין דער שרײַבערישער אָרגאַניזאַציע און סײַ אינעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. צוזאַמען מיט מיכאָעלסן איז פֿעפֿער, אין 1943, געשיקט געוואָרן קיין אַמעריקע אויסצופֿירן אַ מלוכישע שליחות — צו דערציילן דער וועלט, וואָס די נאַציס טוען אָפּ מיט ייִדן אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעס.

איין קלייניקייט: שוין נישט איין יאָר, אַז איציק פֿעפֿער איז געווען אַ געהיימער מיטאַרבעטער אין די זיכערהייט־אָרגאַנען און געטראָגן דעם קאָנספּיראַטיוון נאָמען "זאָרין". ווי "זאָרין", איז ער צוגעשטעלט געוואָרן צו מיכאָעלסן בײַ זייער רײַזע קיין אַמעריקע און רעגולער, בײַ זײַנע טרעפֿונגען מיט די מיטאַרבעטער פֿון דער סאָוועטישער אַמבאַסאַדע אין אַמעריקע, אָפּגעגעבן זיי אַ באַריכט.

אין די סוף 1940ער יאָרן, בײַם צוגרייטן דעם אַנטיסעמיטישן פֿאַרס קעגן דער ייִדישער קולטור און געזעלשאַפֿטלעכע טוערס, האָט איציק פֿעפֿער, לויטן באַפֿעל פֿון זײַן נאַטשאַלסטווע אין די זיכערהייט־אָרגאַנען, מיטגעהאָלפֿן זיי אינעם צונויפֿשטוקעווען דעם בלוטיקן סצענאַר פֿונעם "מישפּט". אָבער אָנהייבן האָט ער געמוזט פֿון באַרעדן זיך אַליין. אויף אַזאַ אופֿן, זײַענדיק באַשולדיקט אין "נאַציאָנאַליזם", אין פֿאַרברעכערישע פֿאַרבינדונגען מיטן "דזשוינט" און דער אַמעריקאַנער אויסשפּיר־אַגענץ, האָט פֿעפֿער "אויסגעשפּילט" זײַן ראָלע פֿונעם הויפּט־פֿיגוראַנט אין דעם "פּראָצעס" און דערבײַ געגעבן באַווײַזן קעגן זײַנע פֿרײַנד, ייִדישע שרײַבער און קאָלעגן פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. שפּעטער האָט ער זיך פֿון זײַנע ווערטער אָפּגעזאָגט.

פֿאַקטיש האָט פֿעפֿער זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דער זעלבער פּאַסטקע, וועלכע מ’האָט אויפֿגעצוווּנגען צו שטעלן פֿאַר אַנדערע. זײַנע באַלעבאַטים פֿון לוביאַנקע האָבן אים אויסגענוצט און אַ פֿאַרפּײַניקטן, אָפּגעצאָלט מיט אַ קויל אין קאָפּ. אָבער אין דער זעלבער צײַט, ווען ס’האָט זיך נאָך געפֿירט די שעדלעכע אויספֿאָרשונג, איז פֿון אַמעריקע געקומען קיין מאָסקווע דער באַרימטער זינגער פּאָול ראָבסאָן. מיט מיכאָעלסן און פֿעפֿערן האָט ראָבסאָן זיך באַקאַנט אין ניו־יאָרק, און זיך מיט זיי גיך באַפֿרײַנדעט. ראָבסאָן, אַ גרויסער פֿרײַנד פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿלעגט אָפֿט קומען אַהין אויף גאַסטראָלן. אין 1952 האָט מען אים אַפֿילו צוגעטיילט די העכסטע סטאַלין־פּרעמיע. איז אָט, קומענדיק קיין מאָסקווע, האָט דער באַרימטער זינגער געוואָלט זיך טרעפֿן מיט זײַן אַלטן פֿרײַנד, איציק פֿעפֿער. בײַם אָנהייב האָט מען אים דערקלערט, אַז פֿעפֿער איז זייער פֿאַרנומען — ער שרײַבט מעמואַרן. אָבער ראָבסאָן האָט נישט נאָכגעגעבן. דערווײַל האָט ער געדאַרפֿט פֿאָרן זינגען אין סטאַלינגראַד, האָט מען אים צוגעזאָגט, אַז בײַ זײַן קומען צוריק, וועט ער זיך זען מיט פֿעפֿערן.

כּל־זמן ראָבסאָן האָט אַרויסגעוויזן זײַן קונסט פֿאַר די סאָוועטישע בירגער, האָט מען דערווײַל אין מאָסקווע "צוגעגרייט" צו דער טרעפֿונג דעם ייִדישן "זינגער פֿון יונגע קאָמיוניסטקעס", ווי מ’האָט גערופֿן פֿעפֿערן פֿאַר זײַנע ענטוזיאַסטישע פּראָלעטאַרישע לידער. באַגעגנט האָבן זיי זיך אינעם האָטעל, וווּ פֿעפֿער איז געבראַכט געוואָרן, באַגלייט פֿון זײַנע "לײַבהיטערס", אָנגעטאָן אין ציווילע קליידער.

ווען זיי זײַנען פֿאַרבליבן פּנים־אל־פּנים, האָט פֿעפֿער געפּרוּווט צו דערקלערן ראָבסאָנען זײַן איצטיקן מצבֿ; ער האָט אים מיט די פֿינגער געוויזן אַ גראַטע, ווי געזאָגט מיטן זשעסט: "דאָ געפֿין איך זיך איצט!" — און שאַרף אַ פֿיר געטאָן מיט דער האַנט איבערן האַלדז. קלאָרער צו זאָגן האָט מען שוין נישט געדאַרפֿט. זעט אויס, אַז ראָבסאָן האָט נישט פֿאַרשטאַנען קיין ייִדישן שטום־לשון, הגם אויף זײַנע קאָנצערטן אינעם גרעסטן מאָסקווער זאַל אויף טשײַקאָווסקיס נאָמען, האָט ער געזונגען דאָס באַרימטע פּאַרטיזאַנען־ליד "זאָג נישט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג". נאָך מער, ער האָט עס געווידמעט זײַנען פֿרײַנד, מיכאָעלסן און פֿעפֿערן, ווי אויך אַלע ייִדישע קעמפֿער קעגן פֿאַשיזם.

און דאָ קער איך זיך ווידער אום צום קוש, וואָס כ’האָב פֿון אים אָנגעהויבן מײַן דערציילונג. צווישן די אויספֿאָרשער אין דער לוביאַנקער טורמע האָט געשמט מיט זײַן טאַלאַנט אויסצושלאָגן באַווײַזן פֿון די אויסגעמוטשעטע אַרעסטאַנטן, דער אויספֿאָרשער קאָמאַראָוו. אין יענער נאַכט האָט ער אַרויסגעוויזן זײַנע סאַדיסטישע פֿעיִקייטן פֿאַרן דיכטער שמואל האַלקין, וואָס האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, אַז קיין שום שײַכות צום "דזשוינט" האָט ער קיין מאָל נישט געהאַט.

— און אויב ס’וועט זיך געפֿינען אַן עדות, וואָס וועט יאָ באַשטעטיקן אײַערע פֿאַרבינדונגען מיט די אַמעריקאַנער? — האָט אויסגעשריִען דער אויספֿאָרשער.

— אַזאַ עדות קאָן בכלל נישט זײַן... — האָט דער אַרעסטאַנט קוים אַרויסגעבראַכט אויף די צעבלוטיקטע ליפּן.

— אַזוי גאָר? וועל איך עס דיר דערווײַזן באַלד!

צוגעגאַנגען צום טעלעפֿאָן, האָט ער אַרײַנגעשריִען אינעם טרײַבל: "פֿירט אַרײַן פֿעפֿערן!"

די מעגושעמדיקע טיר האָט זיך מיט אַ סקריפּ געעפֿנט און, באַגלייט פֿון אַ סאָלדאַט, האָט אין דער קאַמער זיך אַרײַנגעשאַרט פֿעפֿער, שווער איבערגעשטעלט די אָנגעשוואָלענע פֿיס. האַלקין איז אויף דרײַ יאָר עלטער געווען פֿון פֿעפֿערן, אָבער אין דעם זיבן און פֿערציק־יאָריקן זקן האָט ער קוים דערקענט זײַן חבֿר, דעם שטענדיק ענערגישן פּאָעט און זעלבסטזיכערן פֿירער.

האַלקין האָט געקוקט אויף פֿעפֿערן און געזען זיך אַליין, ווי אין אַ שפּיגל פֿון זייער נעכטן און זייער הײַנט. קאָמאַראָוו האָט נערוועז אָנגעוויזן דעם סאָלדאַט אויף דער טיר. דעם אַרעסטאַנט פֿעפֿער וואָלט ער אַן אַנדערש מאָל געהאַלטן שטיין אויסגעצויגן, ווי אַ סטרונע, ווי ער טוט עס מיט אַנדערע פֿאַרברעכער, ביז זיי פֿאַלן נישט אַוועק חלשות; אָבער איצט האָט ער אים אַ וווּנק געטאָן מיטן קאָפּ אויפֿן טאַבורעט, אַנטקעגן האַלקינען.

— נו, באַשולדיקטער האַלקין, אויג אויף אויג מיטן באַשולדיקטן פֿעפֿער, זאָגט דעם אמת: איר זײַט דאָך ביידע געווען באַצאָלטע אַגענטן פֿון דער שפּיאָנען־אָרגאַניזאַציע "דזשוינט"?

האַלקין האָט טרוקן געענטפֿערט:

— איך בין נישט קיין באַשולדיקטער. איך בין — אַ פֿאַרדעכטיקטער...

— די פֿאַרדעכטיקטע דרייען זיך דערווײַל אַרום דאָרט, אין דרויסן, שטופּן זיך אין די קלייטן... — און קאָמאַראָוו האָט אָנגעוויזן מיט דער האַנט אויפֿן פֿענצטער, פֿאַרהאָנגען מיט גראָבע גאַרדינען. — יאָ, האַלקין, ריכטיק, איר זײַט נישט קיין באַשולדיקטער, איר זײַט שוין אַ פֿאַראורטיילטער. אָבער לאָמיר פֿאָרזעצן אונדזער אַרבעט. איך חזר ווידער איבער די פֿראַגע: פֿעפֿער איר באַשטעטיקט, אַז איר פּערזענלעך און שמואל האַלקין פֿלעגן איבערגעבן געהיימע אינפֿאָרמאַציע דער שפּיאָנען־אָרגאַניזאַציע "דזשוינט", און באַקומען פֿאַר דעם דאָלאַרן?

— יאָ, כ’באַשטעטיק, — האָט שטיל, נישט אויפֿהייבנדיק דעם קאָפּ, געענטפֿערט פֿעפֿער.

— העכער און דײַטלעך!

— יאָ, האַלקין און איך פֿלעגן איבערגעבן געהיימע אינפֿאָרמאַציע דעם "דזשוינט". מיר זײַנען ביידע געווען באַצאָלטע אַגענטן פֿון "דזשוינט".

— נו?! — האָט קאָמאַראָוו, אַ צופֿרידענער אַ קוק געטאָן אויף האַלקינען.

וואָס האָט געקאָנט טראַכטן אין די געציילטע סעקונדעס דער דיכטער? אין אַזאַ רגע ווערט דער הימל צעשפּאָלטן און די ערד גייט אַוועק פֿון אונטער די פֿיס; אַ רגע, ווען דער חבֿר פֿאַרראַט דיך, און דער יושר מיט דער לעצטער האָפֿענונג — ווערן דערשטיקט... און אפֿשר, האָט זיך אין דער רגע, דורך דעם חושך פֿון מענטשלעכער נישטיקייט דורכגעריסן דער געדאַנק וועגן די ליידן, וואָס איין מענטש קאָן פֿאַרשאַפֿן אַ צווייטן מענטש, ווען ער איז פֿאַנאַטיש פֿאַרגלייבט אינעם כּוח פֿון אַן אידעאָלאָגיע, אָדער אַ קליקע, אָדער דער מאַכט?

האַלקין האָט געקוקט אויף דעם פֿאַרפּײַניקטן מענטש, אַ צעבראָכענעם, אַ דערדריקטן... שוין זשע איז דאָס זײַן חבֿר, איציק פֿעפֿער, וואָס האָט אַמאָל אָנגעשריבן: "שלאָף, מײַן קינד, פֿאַרמאַך די אויגן,/ טונקלער ווערן בערג,/ ס’איז אַן אָדלער דורכגעפֿלויגן,/ זײַן זאָלסטו ווי ער..."

האַלקין האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿונעם אָרט, צוגעגאַנגען צו פֿעפֿערן און אים אַ קוש געטאָן אין זײַן פּליך.

דער אויספֿאָרשער קאָמאַראָוו, איז אַ ווײַלע געזעסן אַ פֿאַרציטערטער און פּלוצעם האָט אים ווי אונטערגעוואָרפֿן.

— אויפֿהערן! זיצן! — האָט ער אויסגעשריִען מיט אַ פֿאַרקרימט פּנים.

אויפֿן אַנדערן טאָג האָט דער אויספֿאָרשער קאָמאַראָוו ראַפּאָרטירט זײַן נאַטשאַלסטווע וועגן דעם געשעענעם.

דער גענעראַל האָט שטיל אויסגעהערט דעם ראַפּאָרט און אַ פֿאַרחידושטער געפֿרעגט:

— ווי אַזוי אַ קוש געטאָן?

— זיך אויפֿגעהויבן און אַ קוש געטאָן פֿעפֿערן אין קאָפּ.

— אַ שיינע זאַך, — האָט דער גענעראַל זיך צעשמייכלט, — פֿאַר אַזאַ קוש, קאָן מען פֿאַרלירן די פּאַגאָנעס...

און דאָך, זײַנען די ראַפּאָרטן וועגן דעם "קוש" זיך געטראָגן אַרויף אין די הויכע פֿענצטער, פֿון איין אינסטאַנץ צו אַן אַנדערער, ביז זיי זײַנען סוף־כּל־סוף אָנגעקומען צום "אויבעררעזשיסאָר" פֿונעם גאַנצן ספּעקטאַקל. ווי זײַן שטייגער איז, האָט ער נישט אײַליק איבערגעפֿרעגט:

— זאָגט איר, הייסט עס, אַ קוש געטאָן בײַם צונויפֿפֿירן זיי פּנים־אל־פּנים? און יענער האָט אים גמסרט מיט די ביינער. אויסגעשריבן אים אַ קוויטל אויף יענער וועלט?

דער גענעראַל האָט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ אויף "יאָ".

— האַלקינס ענין, — האָט באַשלאָסן דער "אויבעררעזשיסאָר", — פֿירן באַזונדער. אָפּטיילן פֿון די ציוניסטישע רעדלפֿירער.

שפּעטער האָט מען וועגן שמואל האַלקינס "קוש" גערעדט, אַז ס’איז געווען נישט אַנדערש, ווי אַ צייכן פֿונעם מלאך־המושיע, וואָס קומט צו הילף אין שווערע מאָמענטן. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט שמואל האַלקין נאָך זעקס יאָר קאַטאָרגע אין "גולאַג", זיך אומגעקערט קיין מאָסקווע אַ לעבעדיקער, נאָר אַ קראַנקער און גאָר אין גיכן געשטאָרבן.

וואָס שייך דעם קוש פֿונעם ייִדישן פּעטראַרקע, וועט ער פֿאַר דורות לאַנג פֿאַרבלײַבן אַ סוד, ווי עס פּאַסט טאַקע פֿאַרן לעצטן אָפּקלאַנג פֿונעם גן־עדן־לשון.

פֿון רוסיש — בערל קאָטיק