|
טראַיאַן פּאָפּאָוויטש |
|
די רומענישע אַנטיסעמיטן, בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, פֿלעגן אים רופֿן Jidovitul, וואָס מיינט, "זיך פֿאַרקויפֿט צו די ייִדן". אַליין אַן אַדוואָקאַט און "פּרימאַר"־מייאָר פֿון דער שטאָט טשערנאָוויץ, האָט ער געראַטעוועט פֿון דעפּאָרטאַציע קיין טראַנסניסטריע און אומברענג 20 טויזנט טשערנאָוויצער ייִדן. אַ ביסל מער, ווי אָסקאַר שינדלערס ליסטע פֿון ספּילבערגס פֿילם. דער העלדנטאַט פֿונעם "רומענישן שינדלער" איז באַקאַנט פֿון לאַנג, אָבער נאָר סוף 2008 האָט די שטאָט־מאַכט פֿון טשערנאָוויץ אָנגענומען אַ באַשלוס אויפֿצוהענגען אַן אָנדענקשילד לכּבֿוד פּאָפּאָוויטשן אויפֿן הויז נומ’ 6, זאַנקאָוועצקי־גאַס. מיט עטלעכע יאָר פֿריִער איז טראַיאַן פּאָפּאָוויטש אָנערקענט געוואָרן אין ישׂראל ווי איינער פֿון די חסידי־אומות־העולם, און זײַן דענקמאָל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ. פֿון דעסטוועגן, איז זײַן נאָמען ווייניק באַקאַנט דער עפֿנטלעכקייט.
און אָט איצט, נאָך 70 יאָר זינט יענע טראַגישע געשעענישן ווערט טראַיאַן פּאָפּאָוויטש ווידער דערמאָנט, אין שײַכות מיטן פֿילם, וואָס ווערט איצט פֿילמירט אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, וווּ די הויפּט־ראָלע פֿון טראַיאַן פּאָפּאָוויטש שפּילט דער באַרימטער האָליוווּד־אַקטיאָר דאָנסטין האָפֿמאַן. דעם פֿילם וועט מען, מעגלעך, זען נאָך הײַיאָר און דערווײַל הייסט ער "20,000".
יאָ, נישט גרינג, מיט לאַנגע פֿאַרדרייטע וועגן קומט צום מענטשן די אָנערקענונג, וואָס ער האָט פֿאַרדינט נאָך בײַם לעבן. טראַיאַן פּאָפּאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין 1892, אינעם בוקאָווינער דאָרף, וואָס הײַנט הייסט עס אודעשט, רומעניע. זײַן פֿאָטער איז געווען אַ דורותדיקער גלח. נאָכן פֿאַרענדיקן די גימנאַזיע האָט טראַיאַן פֿאָרגעזעצט זײַן לערע ווי אַ סטודענט פֿונעם יורידישן פֿאַקולטעט בײַם טשערנאָוויצער אוניווערסיטעט. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿאַרטיידיקט ער זײַן דיפּלאָם און הייבט אָן די קאַריערע פֿון אַן אַדוואָקאַט.
צום אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה פֿאַרנעמט ער שוין אַ הויכע פּאָזיציע ווי אַ טשינאָווניק און שטיצער פֿונעם פֿאַשיסטישן רעזשים, אין שפּיץ מיט מאַרשאַל יאָנאַ אַנטאָנעסקו (מיליטערישער דיקטאַטאָר פֿון רומעניע); אין די יאָרן 1941 און 1942 איז פּאָפּאָוויטש דער מייאָר פֿון טשערנאָוויץ און דווקא אויף דעם פּאָסטן זאָגט ער זיך אָפּ אויסצופֿירן דעם באַפֿעל צו דעפּאָרטירן די ייִדן פֿון דער שטאָט קיין טראַנסניסטריע, אַ ספּעציעל־געשאַפֿענע אַדמיניסטראַטיווע געגנט צווישן די טײַכן נעסטער און פּרוט. נאָך מער, ער האָט איבערצײַגט די מאַכט נישט צו טאָן דאָס און דערמיט געראַטעוועט די לעבנס פֿון אומשולדיקע מענטשן. טראַיאַן פּאָפּאָוויטש איז געשטאָרבן גלײַך נאָך דער מלחמה, אין 1946 און איז באַגראָבן אינעם קלויסטער־הויף פֿונעם דאָרף קאָלאַקו, סוטשאַווער געגנט. פֿונדעסטוועגן, האָט ער באַוויזן איבערצולאָזן געפּרעסטע דערינערונגען, וועלכע ער האָט אָנגערופֿן "ווידוי". איך האָב איבערגעזעצט פֿון רומעניש אייניקע אויסצוגן פֿון די דאָזיקע דערינערונגען און ברענג זיי דאָ ווײַטער.
* * *
דאָס איז געווען דעם 29סטן סעפּטעמבער, 1941. מ’האָט מיך אַרויסגערופֿן אויף אַ זיצונג וועגן דער ייִדישער געטאָ. דאָ, אין דער קאַנצעלאַריע פֿונעם גובערנאַטאָר האָבן זיך געפֿונען פֿאָרשטייער פֿון דער סיגוראַנצע (געהיים־פּאָליציי), פּאָליטישער פּאָליציי און דעם אַפּעלאַציע־געריכט. דער גובערנאַטאָר אַליין האָט געפֿאָדערט פֿון מיר כ’זאָל אים צושטעלן אַ פֿאָרשלאָג, ווי אַזוי די מוניציפּאַליטעט פּלאַנירט צו לייזן די פֿראַגע וועגן דער געטאָ. אין אַ גענויעם פֿאָרטראָג האָב איך דערציילט וועגן דעם באַזונדערן מצבֿ פֿון די ייִדן, וועגן זייער בײַטראָג אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער שטאָט, בפֿרט אין די עסטרײַך־אונגערישע צײַטן (טשערנאָוויץ איז ביזן יאָר 1918 געווען אַ טייל פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע — מ. כ.), וועגן זייער טעטיקייט אין קאָמערץ, אינדוסרטיע, מעדיצין, קונסט און יוריספּרודענץ און אַנדערע פֿעלדער פֿון אינטעלעקטועלער טעטיקייט. כ’האָב אויך באַטאָנט זייער געזעץ־פֿאָלגערישקייט, דורכאַנאַליזירט אַלע ריכטונגען אין זייער פּאָליטישן לעבן און אָנגעוויזן אויף דעם, אַז זיי, די ייִדן, אַרבעטן בדרך־כּלל מיט מיט דער מאַכט און האַלטן זיך בײַ דער רעגירונג־פּאָליטיק. צום סוף, בין איך אויפֿגעטראָטן קעגן דעם שאַפֿן די געטאָ.
איך האָב אַוודאי געוווּסט, אַז כ’בין שיִער נישט דער איינציקער, ווער עס טראַכט אַזוי, און אויס מורא, אַז מײַנע ווערטער קאָנען נאָר ערגער־מאַכן דעם מצבֿ, האָב איך געמוזט אייניקע זאַכן נאָכגעבן. מ’האָט מיר אינפֿאָרמירט, אַז די דײַטשן, דורך זייערע דיפּלאָמאַטישע פֿאָרשטייערשאַפֿטן האָבן געפֿאָדערט מע זאָל וואָס גיכער שאַפֿן די ייִדישע געטאָס; זיי האָבן אַפֿילו שוין צוגעשטעלט אַ פּאַסיקן פּלאַן. איך האָב עס דערוואַרט און באַלד פֿאָרגעשלאָגן מײַן אייגענעם פּלאַן פֿון שאַפֿן די געטאָ. דעם פּראָיעקט האָב איך איבערגעגעבן דעם גובערנאַטאָר. כ’האָב געוווּסט, אַז ער וועט אַרויפֿגעלייגט ווערן, צוזאַמען מיט אַנדערע דאָקומענטן, אויפֿן טיש צום מאַרשאַל אַנטאָנעסקו. איך בין זיכער געווען, אַז גראָד מײַן פּלאַן וועט באַשטעטיקט ווערן, ווײַל, ווי כ’האָב געהערט, איז דער מאַרשאַל גענייגט געווען צו מאַכן די סיסטעם נישט אַזאַ האַרבע, ווי די דײַטשן האָבן עס געוואָלט (אַגבֿ, ווען די געטאָ איז געשאַפֿן געוואָרן, האָט פּאָפּאָוויטש זיך דערשלאָגן, אַז די ייִדן זאָלן קאָנען זיך פֿרײַ באַוועגן איבער דער שטאָט, און שפּעטער — זיך אומקערן אין זייערע דירות — מ. כ.). חוץ דעם, האָב איך געהאַלטן, אַז די אַנטי־ייִדישע רעפּרעסיעס וועלן גאָר אין גיכן זיך אָפּשטעלן בכלל.
|
די ייִדן פֿון דער טשערנאָוויצער געטאָ ראַמען די גאַסן, זומער 1941 |
|
צען טעג זײַנען דורכגעגאַנגען רויִק. דעם 9טן אָקטאָבער האָב איך זיך דערוווּסט, אַז די ייִדן, וואָס זײַנען ביז אַהער קאָנצענטרירט געווען אין די לאַגערן פֿון די שטעטלעך סטאָראָזשינעץ, וויזשניץ, וואַשקאָווצי און לוזשאַן וועלן אַרויסגעשיקט ווערן אין דער ריכטונג צום נעסטער. דעם 10טן אָקטאָבער איז פּונקט אַזאַ ידיעה אָנגעקומען פֿון דרום־בוקאָווינע. מער פּרטים האָב איך נישט געהאַט. די רייד איז געגאַנגען, אַז די ייִדן זײַנען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון זייערע שטיבער און ווערן אָפּגעהאַלטן אין ספּעציעלע זאַמלפּונקטן. אינעם זעלבן טאָג האָט מען מיך אַרויסגערופֿן צום גובערנאַטאָר און געהייסן פֿאַרגרעסערן דאָס אויסבאַקן ברויט. מ’האָט געהאַלטן, אַז די אַרויסגעשיקטע ייִדן וועלן דאַרפֿן האָבן צו פֿיר לעבלעך ברויט.
בײַם גובערנאַטאָר האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער באַשלוס וועגן מאַסן־דעפּאָרטאַציעס איז שוין אָנגענומען געוואָרן. דעמאָלט האָב איך זיך אויך דערוווּסט וועגן די פּרטים. לויטן באַפֿעל, איז דאָס געבליבענע האָב־און־גוטס אַריבערגעגאַנגען אין רשות פֿון דער מלוכה; די זאַכן, וואָס די ייִדן האָבן מיטגענומען, וועלן אויך קאָנפֿיסקירט ווערן; די ייִדן מוזן אָפּגעבן דאָס גאַנצע געלט וואָס זיי האָבן, און ווײַטער וועט מען זיי אַרויספֿירן צו די גרענעץ־שטעטלעך אָטעק און מאַרקולעשט. פֿון דאָרטן — קיין טראַנסניסטריע.
דערוויסנדיק זיך וועגן דעם אַלעמען, בין איך ממש פֿאַרגליווערט געוואָרן, ווי אַ שטיין. כ’האָב נאָר געקאָנט אַרויסשטאַמלען: "הער גובערנאַטאָר, ווי נידעריק זײַנען מיר געפֿאַלן!" דער גובערנאַטאָר האָט געענטפֿערט: "וואָס קאָן איך טאָן? דער מאַרשאַל האָט אַזוי פֿאַראָרדנט, און איר זעט דאָ פֿאָרשטייער פֿונעם גענעראַל־שטאַב". בײַגעווען זײַנען דער גענעראַל טאָפּאָר און קאָלאָנעל פּעטרעסקו פֿונעם גענעראַל־שטאַב. פֿיר זײַנען מיר געווען. יענע אומגלויבלעכע דראַמאַטישע סצענע שטייט מיר ביז איצט פֿאַר די אויגן.
איך בין געוואָרן אויסער זיך, וואָס איז אין תּוך געווען גאָר נישט קיין אָנגענומענע סיטואַציע. דער גובערנאַטאָר האָט פֿאָרט פֿאָרגעשטעלט די מאַכט פֿון אַנטאָנעסקו. איך האָב אים דערמאָנט וועגן אונדזער אַחריות פֿאַר דער היסטאָריע, וועגן קולטור און מענטשלעכקייט, טראַדיציאָנעלער רומענישער גוטקייט, גערעדט וועגן באַרבאַרישקייט, אַכזריות, פֿאַרברעכנס און בושה. כ’האָב נישט געזשאַלעוועט קיין אַרגומענטן, פּרוּוונדיק צו באַגרינדן די אומנאָרמאַלקייט פֿון די שרעקלעכע מעשׂים. כ’האָב אים אַ וואָרף געטאָן אין פּנים: "הער גובערנאַטאָר, די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע, וועלכע האָט געבראַכט דער וועלט רעכט און פֿרײַהייט, האָט אָפּגענומען די לעבנס בײַ אַן ערך 11 טויזנט 800 מענטשן. און איצט בלויז איין שפּאַן טיילט אײַך אָפּ פֿון דעם אָפּשיקן צום טויט 50 טויזנט מענטשן".
כ’האָב אָנגעוויזן אויף דעם גענעראַל טאָפּאָר און קאָלאָנעל פּעטרעסקו און געזאָגט: "אָט די הערן, צוזאַמען מיט דראַגאָמיר ניקולעסקו, וועלן דאָ אָפּטאָן זייער בלוטיק געשעפֿט און זיך פֿאַרנעמען פֿון בוקאָווינע; אָבער איר וועט דאָ פֿאַרבלײַבן און פּערזענלעך מוזן געבן אַן ענטפֿער. איר האָט נישט קיין רעכט צו לאָזן אין געפֿאַר אַפֿילו אַן איין און איינציק מענטשלעך לעבן... דערמיט ווילט איר אַרײַן אין דער געשיכטע?"
מ’האָט מיך אויסגעהערט שטיל, אָן אַ באַוועגונג. נאָך אַ היפּשער פּויזע האָט דער גובערנאַטאָר געזאָגט: "הער פּאָפּאָוויטש, מײַנע הערן, עס פּײַניקן מיך די זעלבע געפֿילן, פֿון דעסטוועגן, געפֿינען זיך דאָ די מענטשן, וואָס וועלן קאָנטראָלירן, אַז דער באַפֿעל זאָל זײַן אויסגעפֿירט פּינקטלעך..." זײַנע ווערטער האָט איבערגעריסן דער קאָלאָנעל פּעטרעסקו: "הער מייאָר, ווער וועט שרײַבן די געשיכטע — די ייִדישע אויסוואָרפֿן? איך בין געקומען אַהער אויסצוּוואָרצלען דאָס ווילדגראָז פֿון דער שטאָט און איר ווילט זיך קעגנשטעלן?" איך האָב אים שאַרף אָפּגעענטפֿערט: "הער קאָלאָנעל, לאָזט מיך אַליין האַלטן אַן אויג אויף מײַן גאָרטן. וועגן דעם וואָס עס קומט איצט פֿאָר, וועלן שרײַבן נישט די ייִדן, די געשיכטע געהערט נישט צו זיי, — וועגן דעם וועלן שרײַבן די היסטאָריקער פֿון דער גאַנצער וועלט".
בשעת־מעשׂה איז אינעם צימער אַרײַנגעגאַנגען דער גענעראַל וואַסילע יאָנעסקו. ער האָט אויסגעזען פֿאַרצאָרנט, דערדריקט, מיט אַ פֿאַרשוואַרצט פּנים. ער איז צוגעגאַנגען צום גובערנאַטאָר און אים געזאָגט: "טוט עס נישט, הער גובערנאַטאָר. ס’איז אַ גרויסע זינד. שוין בעסער וואָלט געווען, ווען איך קום אין גאַנצן נישט אין בוקאָווינע, כּדי נישט זײַן אַן עדות פֿון דער גרויזאַמקייט". דעם גובערנאַטאָר האָבן די ספֿקות באַהערשט. ער האָט געבעטן אים צו געבן אַ ביסל צײַט אָנצונעמען דעם ענדגילטיקן באַשלוס. איך האָב אים פֿאַרלאָזט צוזאַמען מיט יאָנעסקו. ווען מיר האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט מיט די טרעפּ, האָט ער מיר געזאָגט: "איך האָב זיך קאַטעגאָריש אָפּגעזאָגט עס צו טאָן און געבעטן צוצושטעלן אַ שריפֿטלעכן באַפֿעל, אָבער זיי האָבן זיך אָפּגעזאָגט. דאָס הייסט, אַז זיי האָבן נישט קיין שריפֿטלעכע אינסטרוקציעס. זיי זאָגן, אַז באַפֿעלן פֿון אַזאַ מין זײַנען נאָר מינדלעכע, אַז דערנאָך זאָלן נישט בלײַבן קיין שום אָנווײַזונגען דערויף. טראַיאַן, לאָמיר פּרוּוון צורעדן דעם גובערנאַטאָר דאָס נישט צו טאָן. אַזוי וועט אונדזער געוויסן בלײַבן ריין. איך וועל נאָך רעדן מיט אים נאָך מיטאָג. איך האָף, אַז ער וועט ענדערן זײַן באַשלוס."
איך בין אַוועק אין דער מוניציפּאַליטעט. דאָרט האָט שוין אויף מיר געוואַרט אַ גרופּע פֿאָרשטייער פֿונעם ייִדישן קהל. דעם 12טן אָקטאָבער בין איך פֿאַרבעטן געוואָרן צום גובערנאַטאָר צו דער פֿאַרזאַמלונג פֿון אַלע העכסטע טשינאָווניקעס. עס זײַנען בײַגעווען די פֿירער פֿון אַלע דעפּאַרטאַמענטן. מיר האָבן שוין אַלע געוווּסט וועגן דעם באַשלוס פֿונעם גענעראַל־גובערנאַטאָר צו דעפּאָרטירן אַלע ייִדן. דער גובערנאַטאָר האָט געוואָלט וויסן, וואָס מיר טראַכטן וועגן דעם און אויסהערן אונדזערע פֿאָרשלאָגן. נישט וויכטיק, ווער פֿון די בײַגעוועזענע האָט געשטיצט דעם באַשלוס, און ווער — נישט. מע דאַרף אָבער באַטאָנען דעם פֿאַקט, אַז קיינער האָט נישט געוואַגט זיך אַרויסצוזאָגן קעגן די טווּנגען, וועלכע האָבן געהאַט אַזאַ טראַגישן סוף פֿאַר דער געשיכטע פֿון אונדזער פֿאָלק.
איך האָב בפֿירוש אַרומגערעדט די ייִדישע פּראָבלעם, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין דער איצטיקער סיטואַציע; און כ’האָב אונטערגעשטראָכן, אַז מיר זײַנען אַ קליין פֿאָלק און טאָרן זיך נישט אונטערגעבן צו דעם שרעקלעכן געפֿיל פֿון מענטשן־האַס. בפֿרט, אַז די ייִדן האָבן אַ סך בײַגעטראָגן אין אַלע אַספּעקטן פֿון אונדזער לעבן. איך האָב פּראָטעסטירט און געבעטן צו זײַן ברייטהאַרציק צו די מענטשן, וועלכע האָבן זיך געשמדט, צו פֿאַרטיידיקן די הויכגעבילדעטע ייִדן, ווי אויך די טוער פֿון קונסט. געפֿאָדערט איבערצוקוקן דעם באַשלוס לגבי די פּענסיאָנערן, אָפֿיצירן, מלחמה־וועטעראַנען. געפֿאָדערט צו מאַכן אַן אויסנאַם פֿאַר דאָקטוירם, אינזשענירן, אַרכיטעקטן וכּדומה.
ווי אַ רעזולטאַט, האָט דער גובערנאַטאָר זיך צוגעהערט צו אייניקע מײַנע פֿאָרשלאָגן און מיר געהייסן צוצוגרייטן אַ ליסטע פֿון די ייִדן, וועלכע, לויט מײַנע קריטעריעס, האָבן פֿאַרדינט אַן אָנערקענונג. די דאָזיקע ליסטע וואָלט געדאַרפֿט באַשטיין פֿון 100־200 מענטשן מאַקסימום. איך האָב פֿאַרלאָזט די זיצונג מיט אַ געפֿיל, אַז די אָרטיקע טשינאָווניקעס קוקן אויף מיר ווי אויף אַ מענטש, וועלכער האָט זיך פֿאַרקויפֿט צו די ייִדן.
דרײַ טעג — דעם 12טן, 13טן און 14טן אָקטאָבער — האָט מען זיך געגרייט אָפּצושיקן די עשאַלאָנען מיט ייִדן. מײַנע פֿרײַנד ווייסן, אַז איך בין נישט פֿון די יעניקע, וואָס גיבן זיך אַזוי פּשוט אונטער. די "ווידוי" איז נישט קיין אָרט צו באַשרײַבן די אַלע מיטלען, וועלכע איך האָב געלאָזט אין גאַנג, כּדי צו באַווירקן דעם ווילן פֿונעם מאַרשאַל אַנטאָנעסקו; וויכטיק איז, אַז מײַנע באַמיִונגען זײַנען נישט אַוועק אומזיסט.
מיטאָג, דעם 15טן אָקטאָבער האָב איך געוואַרט צוזאַמען מיטן גענעראַל יאָנעסקו און גענעראַל־קאָנסול שעלהאָרן אינעם אויפֿנעם־צימער פֿונעם גובערנאַטאָר. די טיר האָט זיך אויפֿגעעפֿנט, און מאַיאָר מאַרינעסקו האָט אונדז געזאָגט: "ס’איז גוט, הערן, וואָס איר זײַט דאָ. דער גובערנאַטאָר האָט שוין געפֿרעגט אויף אײַך." מיר זײַנען אַרײַנגעגאַנגען צום גענעראַל קאַלאָטעסקו, וועלכער האָט אונדז מיטגעטיילט: "איך האָב ערשט גערעדט מיטן הער מאַרשאַל. ער האָט דערלויבט צו לאָזן אין שטאָט טשערנאָוויץ 20 טויזנט ייִדן".