געזעלשאַפֿט
פֿון מישע כאַזין (באָסטאָן)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אלי וויזעל האַלט אָפּ זײַן לעקציע אין באָסטאָן
אלי וויזעל האַלט אָפּ זײַן לעקציע אין באָסטאָן
פֿאָטאָ: מאיר דוד

דער באַקאַנטער שרײַבער, געזעלשאַפֿטלעכער טוער, געווינער פֿונעם נאָבעל־פּרײַז פֿאַר שלום אלי וויזעל איז ממשיך אויך ווײַטער, נישט געקוקט אויף זײַן עלטער, צו פֿירן זײַן פּעדאַגאָגישע און וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט אינעם באָסטאָנער אוניווערסיטעט, ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון עטיק און רעליגיע. דווקא דאָרט, אין דעם חשובֿן אַקאַדעמישן לערן־אַנשטאַלט, איז פֿאָרגעקומען די דרײַטאָגיקע וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם 80־יאָריקן יוביליי פֿון אלי וויזעל.

צענדליקער געלערנטע פֿון אָנגעזעענע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס אין אַמעריקע, קאַנאַדע און ישׂראל האָבן זיך באַטייליקט אין דער אונטערנעמונג. די פֿילזײַטיקע שאַפֿונגען פֿון וויזעל זײַנען טיף באַטראַכט און אַנאַליזירט געוואָרן אין די אויפֿטריטן און רעפֿעראַטן. איך וועל דאָ ברענגען בלויז אייניקע בײַשפּילן פֿון די טעמעס: "אלי וויזעל ווי דער פֿאַרטײַטשער פֿונעם תּנ"ך", "אלי וויזעל און די רביישע מעשׂיות", אלי וויזעל און דער געוויסן פֿון דער וועלט"; וועגן זײַן בײַטראָג אינעם פֿאָרשן דעם חורבן־אייראָפּע, חסידות, תּלמוד, וועגן זײַן שרײַבערישער מײַסטערשאַפֿט און לערערײַ.

אלי וויזעל אַליין האָט וועגן דער קאָנפֿערענץ זיך אָנגערופֿן מיט הומאָר: "אַוודאי, ווערט גוט אויפֿן האַרצן ווען מע רעדט וועגן דײַן בוך... ס'איז אַ גאַנצער גן־עדן, ווען מע רעדט וועגן דײַנע ביכער... אָבער זיצן און אויסהערן דאָס אַלץ במשך פֿון דרײַ טעג — איז אַ שווערע עבֿודה..."

פֿאַרכאַפּט האָבן דעם עולם די רייד פֿונעם פֿאַרדינסטפֿולן פּראָפֿעסאָר בײַם קאָלומביער אוניווערסיטעט, דוד ווײַס־הליבֿני, וואָס לייענט דאָרט אַ קורס פֿון דער קלאַסישער ייִדישער ציוויליזאַציע. ער גופֿא איז געבוירן געוואָרן אין סיגעט, רומעניע און קען אלי וויזעלן נאָך פֿון די קינדער־יאָרן. צוזאַמען זײַנען זיי געגאַנגען אין חדר אַרײַן זיך אָנצונעמען שׂכל און חכמה.

דוד ווײַס־הליבֿני האָט צווישן אַנדערן, אָנגערירט די פֿראַגע, וואָס מע קאָן זי אָפֿט הערן בײַ זײַנע אויפֿטריטן וועגן חורבן: וווּ איז געווען גאָט, ווען די ריזיקע שחיטה איז געשען? ווי אַזוי האָט ער עס געקאָנט דערלאָזן, אויב ער עקזיסטירט טאַקע? דער חשובֿער פּראָפֿעסאָר האָט אָנגעהויבן זײַן ענטפֿער פֿון אַן אַלטער לעגענדע וועגן אַ כּלי. עס איז דאָ אַזאַ כּלי, וווּ עס רינען אַרײַן שוין דורות לאַנג די טרערן פֿון ייִדישן פֿאָלק — טרערן פֿון ליידן, רדיפֿות און אומקום... און נאָר דעמאָלט, ווען די דאָזיקע כּלי וועט זיך אָנפֿילן, וועט קומען דער משיח און, צוזאַמען מיט אים, די צײַט פֿון העכסטן יושר. אָבער די כּלי פֿילט זיך אָן זייער פּאַמעלעך, ווײַל אַ סך טרערן טרעפֿן נישט אין איר... אין דער טראַגישער צײַט פֿון חורבן איז פֿונעם אייבערשטנס אויג אַרויסגעפֿאַלן אַ ריזיקע טרער...

אַנדערש געזאָגט, גאָט האָט זיך נישט געמאַכט כּלא־ידע; ער אַליין האָט געפּראַוועט אַבֿלות נאָך די אומגעקומענע און געליטן ווייטיק צוליב דעם, וואָס דער מענטש האָט אויף אַזאַ שוידערלעכן אופֿן זיך באַנוצט מיט דער פֿרײַהייט וואָס ער, גאָט, האָט אים געשאָנקען.

אַן אַנדער געלערנטער האָט באַמערקט, אַז צו פֿאַרטײַטשן די הייליקע ספֿרים בעת אלי וויזעל זיצט דערבײַ, איז דאָס זעלבע וואָס צו דערקלערן די רעלאַטיוו־טעאָריע פֿאַר אײַנשטיינען. פֿונדעסטוועגן, האָט מען דער טעמע צוגעטיילט גענוג אויפֿמערק.

אלי וויזעל האָט אָפּגעהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער "קרישטאָלנאַכט", דעם נאַצישן פּאָגראָם אין דײַטשלאַנד, אין יאָר 1938. די ריזיקע אוידיטאָריע, אויסגערעכנט אויף איבער טויזנט מענטשן, איז קליין געווען אַרײַנצונעמען די אַלע, וואָס האָבן געוואָלט הערן די רעדע פֿונעם יובילאַר. דעריבער איז פֿאַר זיי אויסגעטיילט געוואָרן אַ באַזונדער זאַל מיט אַ גרויסן עקראַן מע זאָל קאָנען זען און הערן דעם באַוווּסטן לעקטאָר.

דער אופֿן פֿון רעדן איז בײַ וויזעלן אַ פּשוטער און צוטריטלעכער. ער זיצט בײַם טיש, פֿאַר אים ליגן די בייגעלעך פּאַפּיר מיטן טעקסט פֿון זײַן רעדע, און ווי ס'האָט געזאָגט איינער פֿון די אָנטייל־נעמער, רעדט אלי וויזעל צום עולם, ווי אַ פֿאָטער רעדט צו זײַנע קינדער. אָדער ווי אַ ברודער ווענדט זיך צו זײַנען אַנדערע ברידער און שוועסטער. ער באַמיט זיך צו דערגרונטעווען זיך צום סאַמע אמת און זײַנע פֿאַרבאָרגענע טיפֿענישן. זײַן טאַלאַנט פֿון אַ שרײַבער און אַ פֿאָרשער גיסן זיך צונויף אין איין כּלי פֿון חכמה.

אלי וויזעל האָט באַטאָנט, אַז זײַן גאַנץ לעבן הערט ער נישט אויף זיך צו לערנען; ער לערנט זיך בײַ זײַנע לערער, בײַ זײַנע קאָלעגן, ווי אויך בײַ זײַנע סטודענטן. אַ סך פֿון זײַנע תּלמידים האַלטן אָן ענגע פֿאַרבינדונגען מיט זייער לערער. זײַן קולטור־טרעגערישער שליחות פֿאַרשפּרייט זיך אויסער די אַקאַדעמישע גרענעצן. אין באָסטאָן, למשל, האָט זיך געשאַפֿן אַ טראַדיציע, וואָס גייט שוין אָן נישט ווייניק יאָר: יעדן האַרבסט גיט פּראָפֿעסאָר וויזעל דרײַ לעקציעס פֿאַר יעדן ווער עס וויל אים הערן אין אַ געראַמער אוידיטאָריע פֿונעם שטאָטישן אוניווערסיטעט. די לעקציעס באַהאַנדלען וויכטיקע פּראָבלעמען פֿון יודאַיִק, ייִדישער קולטור און גײַסטיקן לעבן. זיי זײַנען זייער פּאָפּולער, באַזונדערס בײַ די אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

עס זײַנען נאָך דאָ מענטשן, וואָס געדענקען וויזעלס באַזוכן מאָסקווע אין 1965, ווען ער איז אויפֿגעטראָטן קעגן דעם מלוכישן אַנטיסעמיטיזם, פֿאַרטיידנדיק די "ייִדן פֿון שווײַגן". מיט יאָרן שפּעטער, אין 1999, איז אין באָסטאָן געגרינדעט געוואָרן די אַמעריקאַנער אַנטיפֿאַשיסטישע אַסאָציאַציע פֿון אימיגראַנטן, געקומען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דעמאָלט האָט דער פּרעזידענט פֿון דער אַסאָציאַציע, יוסף לאַכמאַן, פֿאַרבעטן אלי וויזעל צו קומען צו דער גרינדונג־קאָנפֿערענץ אויף איר אויפֿצוטרעטן. אלי וויזעל האָט זיך אָפּגערופֿן און איז געקומען, ווי אַן אייגענער צו זײַנע פֿרײַנד. פֿאַרן אויפֿטריט האָט ער געפֿרעגט בײַם עולם: "אויף וואָסער שפּראַך זאָל איך רעדן? אויף ענגליש אָדער ייִדיש?" דער ענטפֿער איז געווען — "ייִדיש!"

נישט ווייניק געוועזענע בירגער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען בײַגעווען אויף דער פֿײַערלעכער קאָנפֿערענץ איצט אין באָסטאָן. נאָך דעם ווי זי האָט זיך פֿאַרענדיקט האָט יוסף לאַכמאַן דערציילט וועגן איר אַרבעט אויף דעם אָרטיקן ייִדישן ראַדיאָ "ייִדישע שטימע".