קולטור
פֿון מישע כאַזין (באָסטאָן)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דינה ווערני און אַריסטיד מאַיאָל, 1930
דינה ווערני און אַריסטיד מאַיאָל, 1930

סוף יאַנונאַר 2009, פֿינף טעג נישט דערלעבט צו איר 90סטן געבוירן־טאָג, איז אַוועק אין דער אייביקייט דינה ווערני, איינע פֿון די בולטסטע און דרייסטע פּערזענלעכקייטן צווישן פֿרויען פֿון 20סטן יאָרהונדערט. וואָס האָב איך פֿריִער געוווּסט וועגן איר? צום באַדויערן, זייער ווייניק. אין די צײַטן פֿון מײַן לעבן אין קעשענעוו, האָב איך צופֿעליק געהערט אַ טאַשמע, וואָס איז דעמאָלט בשתּיקה פֿאַרשפּרייט געוואָרן צווישן ענגע קרײַזן, אויף וועלכער איינע אַ זינגערין, דינה ווערני, זינגט האַרציק רוסישע תּפֿיסה־לידער. די דאָזיקע לידער אין איר אויספֿירונג זײַנען מיר אַזוי אײַנגעבאַקן געוואָרן אין האַרצן, אַז כ‘האָב אַפֿילו, פֿאַרלאָזנדיק אויף שטענדיק מאָלדאָווע, מיטגענומען די טאַשמע מיט זיך קיין אַמעריקע.

ווער איז געווען דינה ווערני און וואָס האָט זי אויפֿגעטאָן אין איר לעבן, וועגן דעם האָב איך זיך דערוווּסט ערשט נישט לאַנג צוריק, טאַקע נאָך איר טויט. דערמאָנונגען און קונסט־פֿאָרשונגען וועגן איר, אינטערוויוען און אַרטיקלען וועגן איר לעבן האָבן זיך באַוויזן אין "ניו־יאָרק טײַמס" און אין אַנדערע וויכטיקע אויסגאַבעס סײַ אין דער פּרעסע און סײַ אין דער טעלעוויזיע און ראַדיאָ.

דינה ווערני איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו דעם 25סטן יאַנואַר 1919, אין דער מוזיקאַלישער משפּחה פֿון יעקבֿ אײַבינדער, אַ פּיאַניסט; איר מומע איז געווען אין שטאָט אַ באַקאַנטע זינגערין. ווען דינה איז אַלט געווען 5 יאָר, האָבן די עלטערן פֿאַרלאָזט בעסאַראַביע און זיך באַזעצט אין פּאַריז.

דינה ווערני אויף דער עלטער
דינה ווערני אויף דער עלטער

ווי עס טרעפֿט זיך אָפֿט אין די אַרטיקלען, געווידמעט די פֿאַרשטאָרבענע פּערזענלעכקייטן, כאַפּן זיך אין זיי אַרײַן נישט ווייניק בלויזן און פֿאַרקריפּלונגען. אַזוי איז געשען אויך דאָס מאָל. עס ווערט, למשל, געזאָגט אין אייניקע פּובליקאַציעס, אַז דינה ווערני איז געבוירן געוואָרן "אָדער אין אָדעס, אָדער אין קעשענעוו", "אין אַ רוסישער פֿאַמיליע", און אַז איר אמתער פֿאַמילע־נאָמען איז געווען ווערניקאָוואַ. די פֿאַקטן אָבער שטויסן אָפּ די פֿאַלשע השערות. שוין גאָר עם־הארציש קלינגען די רייד וועגן דעם, אַז דינה איז אין דער עלטער פֿון פֿופֿצן יאָר געוואָרן די געליבטע פֿונעם גרויסן פֿראַנצויזישן סקולפּטאָר אַריסטיד מאַיאָל (1861—1944). זי האָט טאַקע אָנגעהויבן אין דער עלטער צו פּאָזירן פֿאַרן סקולפּטאָר, וואָס איז צו יענער צײַט אַלט געווען דרײַ און זיבעציק יאָר, נאָר געווען איז זי זײַן מוזע און פֿרײַנד ביזן סוף פֿון זײַן לעבן.

באַמערקט האָט זי דעם סקולפּטאָרס פֿרײַנד. אַ קליינוווּקסיקע, מיט שוואַרץ־סמאָלענע האָר, האָט דאָס מיידעלע אים דערמאָנט די פּאָעטישע געשטאַלט פֿונעם סקולפּטאָר. נאָך מער: דינה אַליין איז ווי געשאַפֿן געוואָרן לויט די עסקיזן פֿון אַריסטיד מאַיאָל. וועגן דעם מיידעלע האָט זיך דערוווּסט דער מײַסטער און געשיקט איר אַ קורץ בריוול: "מ‘האָט מיר געזאָגט, אַז אײַער אָנבליק דערמאָנט די סקולפּטורן פֿון מאַיאָל און ראָדען. כ‘וואָלט געווען צופֿרידן בלויז פֿון דער ענלעכקייט מיט רענואַרן".

בײַם אָנהייב האָט די שילערין זיך אָפּגעזאָגט צו פּאָזירן פֿאַרן מײַסטער; פֿונדעסטוועגן, האָט זי מסכּים געווען אַ פּרוּוו צו טאָן. שפּעטער וועט דינה אָנשרײַבן: "איך בין געקומען צו אים אויף איין טאָג, און פֿאַרבליבן שוין אויף צען יאָר". די ערשטע טעג האָט זי געאַרבעט, כּדי צו האָבן קעשענע־געלט; אָבער שפּעטער, האָט זיך צווישן דינה און דעם סקולפּטאָר אײַנגעשטעלט אַ גײַסטיקע פֿאַרבינדונג. די ערשטע צוויי יאָר האָט זי פּאָזירט אין די קליידער, נישט ווײַל זי האָט זיך געשעמט זיי אויסצוטאָן (צו יענער צײַט איז דינה געווען אַן אָפֿטע באַזוכערין פֿונעם נודיסטישן קלוב), נאָר מחמת אַזוי האָט געוואָלט דער מײַסטער. ס‘איז אים נישט נייטיק געווען זי אויסצוטאָן. מאַיאָל האָט איין מאָל אַ זאָג געטאָן: "ווען איך זע אַ מיידל, טו איך זי אויס מיט מײַן בליק און זע מאַרמאָר אונטער איר קליידל". די באַציִונגען צווישן דעם סקולפּטאָר און זײַן מאָדעל זײַנען געבליבן ציכטיק־ריין ביזן סאַמע אומקום פֿון מאַיאָל אין 1944.

דאָס בילד פֿון דער פּלאַטע, אויף וועלכער דינה ווערני זינגט רוסישע תּפֿיסה־לידער
דאָס בילד פֿון דער פּלאַטע, אויף וועלכער דינה ווערני זינגט רוסישע תּפֿיסה־לידער

"איין מאָל, ווען כ‘האָב געהאַלטן בײַם אַרויפֿקריכן אויף אַ מאַנדלבוים, — דערמאָנט זיך דינה, — האָט מאַיאָל זיך אויסגעדרייט צו מײַן טאַטן און אים געזאָגט: ׳איר האָט טאַקע געשאַפֿן זי, אָבער איך האָב זי צוגעטראַכט׳. ער פֿלעגט טענהן, אַז געמאָלט האָט ער מײַנע שטריכן נאָך צוואַנציק יאָר פֿאַר מײַן געבוירן ווערן". נאָך זײַענדיק אַ שילערין, איז מיט איר אינטערעסאַנט געווען צו שמועסן, שוין אָפּגערעדט, ווען זי האָט זיך אָנגעהויבן לערנען אין סאָרבאָן־אוניווערסיטעט. זי האָט נישט נאָר געפֿירט תּכליתדיקע שמועסן, נאָר אויך זיך גענומען מאַכן אַ סדר אין זײַן "קינסטלערישער ווירטשאַפֿט"; קלאַסיפֿיצירן זײַנע ווערק און הונדערטער עסקיזן. דינה איז געוואָרן די מאָדעל פֿאַר זײַנע בעסטע ווערק: "זיצנדיקע באָדמיידל", "לופֿט", "באַרג", "האַרמאָניע" און אַ סך אַנדערע סקולפּטורן, וואָס ראָדען האָט אָפּגעשאַצט ווי געניאַלע און דעם סקולפּטאָר אַליין אָנגערופֿן "דער געניאַלער מאַיאָל". מאַיאָל גופֿא, מאָלנדיק פּאָרטרעטן פֿון דינה, האָט זיך ווידער אומגעקערט צו מאָלערײַ, איבערגעריסן מיט יאָרן צוריק.

דינה האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער שאַפֿונג פֿון מאַיאָל די יוגנטלעכע פֿרישקייט אין זײַנע לעצטע צען יאָר לעבן, און האָט פֿאַראייביקט זײַנע ווערק נאָך זײַן טראַגישן אומקום אין אַן אויטאָ־אַקצידענט. נאָכן טויט פֿונעם סקולפּטאָרס אַלמנה, קלאָטילדאַ, איז דינה, לויט דער צוואה, געבליבן די איינציקע פֿאַראָרדערין איבער זײַן שאַפֿערישער ירושה. דער מאָלער מאַטיס האָט איר געגעבן די עצה צו עפֿענען אַ גאַלעריע. דינה ווערני האָט אַרויסגעוויזן אַן אויפֿריכטיקע געטרײַשאַפֿט צום אָנדענק פֿונעם מײַסטער, און אַז דער שטויב פֿון צײַט זאָל נישט פֿאַרדעקן זײַנע שאַפֿונגען.

זי האָט זיך גענומען צו דער אַרבעט. קודם־כּל, האָט זי געזאָלט אויסקויפֿן די פֿריִיִקע אַרבעטן פֿונעם סקולפּטאָר, צעוואָרפֿן איבער פֿאַרשידענע קאָלעקציעס. ביסלעכווײַז האָט זי געקויפֿט זײַנען בילדער, געמאָלט אונטער אַ גרויסער השפּעה פֿון גאָגען; זײַן קעראַמיק, אויסגעשניצטע זאַכן, גאָבעלענען. און אַלץ אויף אירע אייגענע געלטער, נישט בעטנדיק בײַ דער מלוכה קיין גראָשן נישט. פֿאַרקערט, זי האָט נאָך געשענקט פֿראַנקרײַך אַ קאָלעקציע פֿון מאָנומענטאַלע סקולפּטורן, וואָס זײַנען אויסגעשטעלט אינעם טויִלרי־פּאַרק.

איבער זעכציק יאָר נאָכן טויט פֿון אַריסטיד מאַיאָל, איז דינה ווערני געווען די באַלעבאָסטע איבער זײַנע שאַפֿונגען. צוויי אירע זין, בערטאַן און אָליוויע, זײַנען געוואָרן אירע געטרײַע באַהעלפֿערס.

די דרײַ גענאָדן, 1938, בײַם "טויִעלרי־גאָרטן", פּאַריז
די דרײַ גענאָדן, 1938, בײַם "טויִעלרי־גאָרטן", פּאַריז

בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז מאַיאָל, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי קלאָטילדאַ, דער אַרפֿיסטקע וואַנדאַ לאַנדאָווסקי און דינה, אַרויסגעפֿאָרן פֿון פּאַריז און זיך באַזעצט אין דרום אינעם שטעטל באַניוס, בײַ די פּיריניי־בערג. דינה איז אין גיכן אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין דער אונטערערדישער באַוועגונג, פֿאַרבונדן מיט די אַנטיפֿאַשיסטן פֿון מאַרסיי. זי פֿלעגט העלפֿן די פּליטים זיך צו ראַטעווען פֿון די נאַציס און זיי אַריבערפּעקלען קיין שפּאַניע. פֿאַרשטייט זיך, אַז דינה פֿלעגט עס טאָן בשתּיקה, אַז מאַיאָל זאָל נישט וויסן; אָבער אירע פּלוצעמדיקע פֿאַרשווינדונגען און אָפֿטע פֿאַרשפּעטונגען צו די מאָלערײַ־סעאַנסן אין זײַן וואַרשטאַט, האָבן געבראַכט דעם אַלטן מײַסטער צום פֿאַרשטאַנד, וואָס עס קומט דאָ פֿאָר. מאַיאָל האָט עס איר נישט פֿאַרווערט; אַדרבא, ער האָט פֿאָרגעלייגט זײַן הילף. זינט דעמאָלט האָבן די פּליטים שוין געקאָנט איבערנעכטיקן אין זײַן וואַרשטאַט. ווי אַ געבוירענער אין די ערטער, האָט ער געוויזן דינהן אַ געהיימע סטעזשקע אין די בערג, און נישט ווייניק מענטשן האָבן זיך צוליב דעם געראַטעוועט.

דינה האָט געהאָלפֿן פֿרעמדע מענטשן צו אַנטלויפֿן פֿון די מערדער, אָבער איר אייגענעם טאַטן האָט זי פֿאַרלוירן; ער איז דעפּאָרטירט געוואָרן, צום ערשטן קיין דראַנסי, און דערנאָך — קיין אוישוויץ, וווּ ער איז אומגעבראַכט געוואָרן דעם 12טן דעצעמבער 1943, אויך כּמעט אין זײַן געבוירן־טאָג.

און דאָך, פֿון וואַנען האָבן זיך גענומען צו איר די רוסישע תּפֿיסה־לידער? אין די 60ער יאָרן איז דינה ווערני געווען אויף אַ באַזוך אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אַרויסווײַזנדיק אַן אינטערעס צו דער שאַפֿונג פֿון די קינסטלער־אַוואַנגאַרדיסטן; אייניקע פֿון זיי, וואָס האָבן געליטן פֿון דער מאַכט, האָט זי אַרויסגעהאָלפֿן, ווי זי האָט עס געטאָן אין די מלחמה־צײַטן. טאַקע דעמאָלט האָט דינה דערהערט פֿון די רעהאַביליטירטע געוועזענע אַרעסטאַנטן, די רוסישע תּפֿיסה־לידער, וואָס האָבן זי ממש פֿאַרכאַפּט. זי האָט געוווּסט, אַז קיין שירה פֿון די דאָזיקע לידער טאָר זי נישט פֿאַרשרײַבן, ווײַל אַלע העפֿטן מיט די טעקסטן וועט מען בײַ איר צונעמען אויף דער גרענעץ. האָט זי פֿאַרגעדענקט די לידער, זיי אויסגעלערנט אויף אויסנווייניק. שוין אין פּאַריז האָט זי "אויסגעגאָסן די נשמה" פֿאַר אירע פֿרײַנד און געמאַכט אַ פּלאַטע, וואָס האָט זיך אומגעקערט קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און געהיים פֿאַרשפּרייט געוואָרן, ווי אַ סך אַנדערע פֿאַרבאָטענע זאַכן דורך דעם "סאַמאיזדאַט".

די לופֿט (1939), אינעם "סקולפּטור־פּאַרק", האָלאַנד
די לופֿט (1939), אינעם "סקולפּטור־פּאַרק", האָלאַנד

דאָס זײַנען בלויז שפּליטערס פֿון איין קעשענעווער ייִדישער משפּחה. ס‘וואָלט זיך אַוודאי געוואָלט וויסן מער וועגן אירע מיטגלידער. אפֿשר האָבן די לאַנדסלײַט פֿאַרהיט אין זייערע פֿאַמיליע־געשיכטעס דערמאָנונגען וועגן דער משפּחה אײַבינדער. נישט לאַנג פֿאַר דינהס טויט, זײַנען צו איר געקומען צוויי יונגע אַמעריקאַנער פֿרויען. צו יענער צײַט האָט זי זיך שוין באַוועגט נאָר אין איר רעדערשטול, אָבער פֿאַרהיט אַ קלאָרן שׂכל. בײַם געזעגענען זיך האָט די אַלטיטשקע זיי געזאָגט: "איר מוזט זוכן גליק אין לעבן. פֿאַלט נישט בײַ זיך. קוקט אינעם מאָרגן מיט האָפֿענונג".