אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרעזידענטישער וואַל-קאַמפּאַניע האָבן די צוויי הויפּט-צדדים געהאַט אַ סך אונטערשיידן. איינער פֿון זיי איז געווען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס דער דעמאָקראַטישער צד איז געווען מער אינטעליגענט, אין דעם אַלטן אייראָפּעיִשן זין פֿון דעם באַגריף. עס זײַנען דאָ ניט ווייניק דערקלערונגען פֿון "אינטעליגענטישקייט", אָבער איך וועל ברענגען די דעפֿיניציע, וועלכע עס האָט בשעתּו געגעבן הלל ראָגאָף, איינער פֿון די געוועזענע "פֿאָרווערטס"-רעדאַקטאָרן. ער האָט עס געטאָן אין זײַן אַרטיקל "די טראַגעדיע פֿון דער אינטעליגענץ", געדרוקט אין אונדזער צײַטונג דעם 24סטן אָקטאָבער 1920 (כ׳מאָדערניזיר דעם אויסלייג און — אַ ביסל — די לעקסיק):
...מוזן מיר קלאָר מאַכן די באַדײַטונג פֿון דעם וואָרט "אינטעליגענט", ווי עס ווערט פֿאַרשטאַנען אין אַ שטרענגן, באַגרענעצטן זין. אין דער אַלגעמיינער שפּראַך איז אַן אינטעליגענט יעדערער וואָס האָט אַ געוויסע בילדונג. עס געהערן צו דעם קלאַס אינטעליגענטן אַלע פּראָפֿעסיאָנעלע מענטשן, ווי דאָקטוירים, לאָיערס, אינזשענירן, ווײַל זיי האָבן דאָך דורכגעמאַכט געוויסע שטודיעס איידער זיי האָבן זייערע דיפּלאָמען באַקומען. אינטעליגענטן זײַנען אויך קינסטלער, דיכטער, מאָלער, זשורנאַליסטן, און דאָס גלײַכן. עס פֿאַרשטייט זיך, אַז אין דעם קלאַס זײַנען אײַנגעשלאָסן וויסנשאַפֿטלער, לערער אין שולן, פּראָפֿעסאָרן אין קאָלעדזשן אאַז׳׳וו.
אין דעם ענגן זין, אָבער, איז אַן אינטעליגענט אַ מענטש וואָס גיט זיך אָפּ אין גאַנצן מיט גײַסטיקער אַרבעט; אַ מענטש וועלכער לעבט אייגנטלעך אין דער וועלט פֿון געדאַנקען, וועלכער האָט ווייניק צו טאָן מיט דער פּראַקטישער זײַט פֿון דעם לעבן. אויף ענגליש רופֿן זיך די דאָזיקע מענטשן "אינטעלעקטשועלס". "אינטעלעקט" הייסט "מוח". "אינטעלעקטשועלס", אַזוי אַרום, הייסן מוח-מענטשן, מאַרך-מענטשן. [...] דאָס וואָס דער מענטש איז געבילדעט, גיט אים ניט קיין רעכט אויף דעם נאָמען "אינטעליגענט". ער מוז לעבן אין דער וועלט פֿון בילדונג, ער מוז תּמיד אָטעמען די לופֿט פֿון דער גײַסטיקער וועלט, צו זײַן באַרעכטיקט צו דעם דאָזיקן נאָמען.
איך האַלט, אַז אַלע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס", אומאָפּהענגיק פֿון זייער פֿאָרמעלער בילדונג, געהערן בלי-ספֿק צו דער קאַטעגאָריע אינטעליגענטן. וואָס נאָך, אַ חוץ ייִדישער אינטעליגענטישקייט, קען ציִען מענטשן צו אונדזער צײַטונג? דאָס הייסט, בפֿרט, אַז — אַפֿילו אָן אַן אויספֿרעג — קען מען זײַן זיכער אין דאָמינירנדיקע סימפּאַטיעס צו באַראַק אָבאַמאַ. די רעפּובליקאַנער האָבן די קאַמפּאַניע נעבעך פֿאַרשפּילט, קודם-כּל, אויף אַן אינטעלעקטועלן ניוואָ. טאָמער צווישן די ייִדישע וויילער האָבן דורכשניטלעך 78 פּראָצענט געשטימט פֿאַר אָבאַמאַ, קען מען אָננעמען, אַז דער דאָזיקער פּראָצענט איז, משמעות, העכער צווישן די "פֿאָרווערטס"-לייענער.
איך וויל ניט זאָגן דערמיט, אַז די סימפּאַטיקער פֿונעם צד-שכּנגד זײַנען, חס-וחלילה, ווייניקער אינטעלעקטועל. פֿאַרקערט, זיי זײַנען אפֿשר אין דעם זין אַפֿילו שטאַרקער, ווײַל זיי האָט זיך אײַנגעגעבן צו דערזען אין דער רעפּובליקאַנישער פּראָגראַם עפּעס אַזוינס, וואָס די ייִדישע מערהייט האָט ניט באַמערקט צי ניט פֿאַרשטאַנען. עס קען זיך דאָך מאַכן, אַז אין אַ צײַט אַרום וועלן זיי דעם רובֿ זאָגן: "איצט זעט איר, מיר האָבן דאָך אײַך געוואָרנט!"
אַזאַ פּאָזיציע האָט, אַגבֿ, אָנגענומען דער קאָנסערוואַטיווער זשורנאַל Commentary. אין זײַן פֿרישן פּירסום לייענען מיר: "איצט, ווען די נײַע פּאָליטישע תּקופֿה הייבט זיך אָן, וועט דער סאַמע דינאַמישער אַמעריקאַנער זשורנאַל זײַן אויף דער וואַך." און מע לייגט פֿאָר אַ יאָר-אַבאָנעמענטן אין גאַנצן פֿאַר $12.95 — ביליק ווי באָרשט. אפֿשר ווײַל שטייענדיק (אויף דער וואַך) איז גרינגער און ביליקער צו שרײַבן, איידער צו טאָן עס זיצנדיקערהייט?
ווי אַ דעמאָגראַפֿישע גרופּע, האָבן די ייִדן פֿאַרנומען צווישן די אָבאַמאַ-שטיצער דאָס צווייטע אָרט, נאָך די אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנער. מע האָט ניט אַפֿילו אַזוי ברייט אונטערגעהאַלטן דזשאָן קערי מיט פֿיר יאָר צוריק, און אַ העכערער פּראָצענט פֿון ייִדישע וויילער מיט אַכט יאָר צוריק דערקלערט מען מיט דזשאָ ליבערמאַנס וויצע-פּרעזידענטישער ראָלע.
הײַיאָר האָט סענאַטאָר ליבערמאַן געשפּילט דווקא אַ מאָדנע ראָלע. זײַנע אַרומפֿאָרענישן צוזאַמען מיט מאַק׳קיין איז שווער צו פֿאַרשטיין. סײַדן בײַ אים איז געווען אַ רעמאָנט אין דער היים און ער האָט פּשוט ניט געהאַט וווּ צו נעכטיקן. צי האָט מען דערמיט געפּרוּווט צוציִען ייִדישע שטימען? אָבער נאָך אין יולי חודש האָבן די אויספֿרעגן געוויזן, אַז דער אַמעריקאַנער ייִדישער עולם האָט גאָר ווייניק געהאַלטן פֿון סענאַטאָר ליבערמאַן. איצט רעדט מען וועגן זײַן אָרט אין דער דעמאָקראַטישער פֿראַקציע און מע איז ניט זיכער, צי ער קען עס אָפּהיטן.
מיט ליכט דאַרף מען זוכן אָבאַמאַ-ענטוזיאַסטן אין דער סבֿיבֿה פֿון רוסיש-רעדנדיקע ייִדן, בפֿרט צווישן דעם עלטערן דור. צווישן זיי צירקולירט אַזאַ באָבע-מעשׂה: אַז באַראַק אָבאַמאַ וועט בײַ זיי צונעמען אייניקע בענעפֿינטן, כּדי עס אָפּגעבן די "שוואַרצע". דערצו האָט די רוסיש-ייִדישע מעדיאַ געהאַלטן אין איין שרעקן — און שרעקט נאָך אַלץ — מיט סאָציאַליזם, מאַרקסיזם און אַנדערע "איזמען" אין דער אידעאָלאָגיע, וועלכע עס פּריידיקט, כּלומרשט, דער נײַער פּרעזידענט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַ מענטשלעכער פּראָדוקט פֿון דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט האָט אַ גאַנץ שטאַרקע נטיה צו ראַסיזם.
וואָס שייך מיר, בין איך זייער דאַנקבאַר באַראַק אָבאַמאַ, ווײַל צוליב דעם האָב איך באַקומען אַן אומדערוואַרטע מתּנה — מײַן איידעם האָט מיר אָנגעקלונגען, כּדי זיך טיילן מיט זײַנע עמאָציעס און פֿרעגן וועגן מײַנע. די טאָכטער האָט מיר דערנאָך געזאָגט, אַז איר מאַן האָט אַפֿילו געלאָזט אַ טרער, ווען ער האָט דערהערט די רעזולטאַטן. צווישן אונדז גערעדט, זײַנען מײַנע אויגן אויך געווען פֿײַכט.