"וירא אליו השם" — און דער אייבערשטער האָט זיך באַוויזן צו אַבֿרהמען, אויפֿן דריטן טאָג נאָך זײַן ברית־מילה. דרײַ מלאָכים, אָנגעטאָן אין דער פֿאָרעם פֿון מענטשן, האָבן צוגעזאָגט דעם אורפֿאָטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, אַז אין אַ יאָר אַרום וועט ער מיט זײַן ווײַב, שׂרה, האָבן אַ זון.
ווען שׂרה, וועלכע איז דעמאָלט געווען 90 יאָר אַלט, האָט דערהערט די בשׂורה, האָט זי זיך צעלאַכט אין זיך, זאָגנדיק: ווי אַזוי קענען זיי האָבן אַ קינד אין אַזאַ עלטער? דער אייבערשטער האָט זי געטאַדלט פֿאַר אירע ספֿקות, און צוגעזאָגט, אַז די בשׂורה וועט זיכער מקוים ווערן. ווען דאָס ייִנגל איז געבוירן געוואָרן, האָט אַבֿרהם אים אָנגערופֿן יצחק — פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "צחוק", געלעכטער, בוכשטעבלעך — "ער וועט לאַכן".
שׂרה האָט געזאָגט, אַז דער אייבערשטער האָט איר פֿאַרשאַפֿן אַ "געלעכטער", ווײַל יעדער, וואָס וועט הערן וועגן יצחקס ניסימדיקן געבורט, וועט לאַכן מיט איר פֿאַר פֿרייד. דער מדרש זאָגט, אַז אין דעם טאָג זענען אַ סך עקרות טראָגעדיק געוואָרן, אַ סך קראַנקע מענטשן האָבן זיך אויסגעהיילט פֿון קראַנקייטן, און אַ גרויסע שׂמחה האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט.
די קבלה-ספֿרים דערקלערן אָבער, אַז יצחק רעפּרעזענטירט די מידה פֿון גבֿורה, פֿאַרבונדן מיט שטרענגקייט און פּחד. ווי אַזוי בינדט זיך אַזאַ מידה צונויף מיט שׂמחה און געלעכטער?
שפּעטער אין דער תּורה, האָט יעקבֿ דערקלערט זײַן פֿעטער, לבֿן, אַז ער האָט איבערגעלעבט 20 יאָר פֿון שווערער אַרבעט בײַ אים מיט דער הילף פֿון ג-ט, "פּחד-יצחק"; בוכשטעבלעך, קאָן דער דאָזיקער עפּיטעט פֿונעם אייבערשטן אָפּגעטײַטש ווערן ווי "דער פּחד וועט לאַכן".
בײַם סוף פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן דעם נסיון פֿון דער "עקידה". ווען יצחק איז אויפֿגעוואַקסן, האָט דער אייבערשטער געהייסן אַבֿרהמען צו שעכטן זײַן זון פֿאַר אַ קרבן; אַבֿרהם און יצחק, וועלכער האָט פֿרײַוויליק אָנגענומען זײַן גורל, און מסכּים געווען געהרגעט צו ווערן לשם-שמים, האָבן זיך געלאָזט אין אַ לאַנגן וועג צום הר-המוריה, דעם אָרט פֿונעם קומענדיקן בית-המקדש, זין גרייטנדיק צום שרעקלעכן ריטואַל, וועלכער איז געקומען אין סתּירה מיט זייער פֿריִערדיקער השׂגה פֿון ג-טלעכקייט.
דער אייבערשטער האָט פֿריִער צוגעזאָגט אַבֿרהמען, אַז זײַנע אייניקלעך וועלן קומען פֿון יצחק. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז טיף איז זײַן האַרצן האָט אַבֿרהם אָבינו געוווּסט, אַז די סתּירה צווישן דעם דאָזיקן צוזאָג און דעם עקידה-באַפֿעל וועט בײַם סוף געלייזט ווערן. פֿון דער צווייטער זײַט, ווי עס דערקלערט דער איזשביצער רבי, האָט ער באַקומען דעם באַפֿעל אויף אַ נישט אינגאַנצן קלאָרן אופֿן, און האָט געקאָנט געפֿינען אַ תּירוץ אים אָפּצוּוואַרפֿן.
אַבֿרהם האָט תּמיד מקיים געווען די מיצוות מיט אַ פֿולער כּוונה, דערפֿאַר איז די עקידה געווען פֿאַר אים אַ טאָפּלטער נסיון: ער האָט געמוזט אָפּטאָן אַ סתּירותדיקע מעשׂה און אָפּוואַרפֿן אַלע זײַנע ספֿקות. ער האָט פֿאַרלאָזט די גרענעצן פֿונעם געוויינטלעכן מענטשלעכן שׂכל, נישט קאָנענדיק לייזן די סתּירה על-פּי-שׂכל, און אויסגעפֿירט די עקידה-מעשׂה מיט אַ ריינער אמונה. אינעם לעצטן מאָמענט, ווען אַבֿרהם האָט שוין אויפֿגעהויבן זײַן האַנט מיט אַ מעסער, האָט אַ מלאך אים געהייסן זיך אָפּצושטעלן.
צוליב אַבֿרהמס און יצחקס אמונה און מסירת-נפֿש, האָט דער אייבערשטער זיי געבענטשט, אַז זייערע קינדער, די ייִדן, וועלן זיך פֿאַרמערן "ווי די שטערן אין הימל, און ווי די זאַמד בײַם ברעג פֿונעם ים"; דער פּחד פֿונעם טויט האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ גרויסער שׂמחה.
צוליב זייער מסירת-נפֿש, האָבן די אָבֿות איבערגעגעבן דעם ייִדישן פֿאָלק דעם כּוח אויפֿצונעמען די ג-טלעכע השגחה אין די שווערע מאָמענטן פֿונעם לעבן ווי "פּחד יצחק" — אַ פּחד, וואָס ווערט צום סוף פֿאַרוואַנדלט אין אַ געלעכטער. הומאָר און געלעכטער איז, בעצם, פֿאַרבונדן מיט פּאַראַדאָקסן. אין ס׳רובֿ טשיקאַווע וויצן שטעקן דווקא סתּירותדיקע און אוממעגלעכע זאַכן.
די סתּירות פֿונעם לעבן קאָנען אויפֿגענומען ווערן אויף צוויי אופֿנים — ווי אַ סיבה פֿאַר פּחד, אָדער פֿאַר געלעכטער. ווי מע זעט פֿון דער פּרשה, איז יצחקס געבורט געווען פֿאַרבונדן מיט צוויי מאָמענטן, ווען שׂרה האָט געלאַכט: צוערשט צוליב אַ ספֿק, און דערנאָך — צוליב אַ שׂמחה. יצחקס עקידה, ווי אַ "תּיקון" פֿון שׂרהס ספֿק, האָט געוויזן, אַז דער ג-טלעכער כּוח קאָן נישט בלויז איבערקערן די געזעצן פֿון פֿיזישער נאַטור, נאָר אַפֿילו די לאָגיק גופֿא. ווען מע דערנעענטערט זיך צו רוחניות, קאָנען די פּאַראַדאָקסן פֿונעם לעבן, וועלכע זעען צומאָל אויס ווי שרעקעדיקע און סתּירותדיקע, פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ קוואַל פֿון שׂמחה און ברכה.