חורבן
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער חזן יצחק שעפֿער זינגט בעת דער צערעמאָניע לזיכּרון דעם 70סטן יאָרצײַט פֿון
דער חזן יצחק שעפֿער זינגט בעת דער צערעמאָניע לזיכּרון דעם 70סטן יאָרצײַט פֿון
Getty Images

מיט 70 יאָר צוריק, אין דער נאַכט צווישן 9טן און 10טן נאָוועמבער 1938 איז אויסגעבראָכן אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך דער באַוווּסטער פּאָגראָם קעגן ייִדן מיטן נאָמען די "קרישטאָלנאַכט". אין פֿאַרלויף פֿון עטלעכע שעה זענען טויזנטער בתּי־כּנסת און ייִדישע געשעפֿטן געשעדיקט אָדער פֿאַרניכטעט געוואָרן, און ייִדן זענען דערמאָרדעט אָדער פֿאַרשיקט געוואָרן אין די קאָנצענטראַרציע־לאַגערן. די געשעעניש איז אָנגערופֿן געוואָרן מיטן נאָמען "קרישטאָלנאַכט" אין אָנבליק פֿון די מאַסן צעבראָכן גלאָז, וואָס די שפּליטערס האָבן באַדעקט די דײַטשע גאַסן.

די נאַצישע מאַכט־אָרגאַנען האָבן אָפֿיציעל דערקלערט, אַז דאָס איז געווען אַ ספּאָנטאַנער אויסבראָך פֿון דער באַפֿעלקערונג אין רעזולטאַט פֿונעם פֿאַקט, אַז אַ 17־יאָריקער יונגער־מאַן פֿון פּוילן מיטן נאָמען הערשל גרינשפּאַן האָט אין פּאַריז דורכגעפֿירט אַן אַטענטאַט איבער דעם דריטן סעקרעטאַר פֿון דער דײַטשער אַמבאַסאַדע.

דער דאָזיקער פּאָגראָם איז געווען דער הויך־פּונקט פֿון אָנגרײַפֿן קעגן ייִדן אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך נאָכן "אַנשלשוס", אין וועלכע עס האָבן זיך באַטייליקט אַלע עלעמענטן פֿון נאַצישן רעזשים. עס זענען דורכגעפֿירט געוואָרן אַלע טעכנישע און לעגאַלע צוגרייטונגען צו באַזײַטיקן די ייִדן פֿון עקאָנאָמישן און קולטורעלן לעבן און זיי איזאָלירן פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. גלײַכצײַטיק האָבן די נאַציס דערמוטיקט זייערע מיטגלידער צו באַפֿאַלן ייִדישע געשעפֿטן און בתּי־כּנסת.

דעם 28סטן אָקטאָבער 1938 זענען 17,000 ייִדן מיט פּוילישער בירגערשאַפֿט פֿאַרטריבן געוואָרן אין דער ריכטונג פֿון פּוילן. צווישן די דעפּאָרטירטע זענען אויך געווען די עלטערן פֿון הערשל גרינשפּאַן, וועלכער האָט דעמאָלט שטודירט אין פּאַריז און די טראַגישע לאַגע פֿון זײַן משפּחה האָט אים דערפֿירט צו דעם פֿאַרצווייפֿלטן נקמה־אַקט.

* * *

דער סעקרעטאַר פֿון דער אַמבאַסאַדע אין פּאַריז, פֿאָן ראַט, איז געשטאָרבן דעם 9טן נאָוועמבער נאָך מיטאָג. דעם זעלבן אָוונט, אויף אַ פֿאַרזאַמלונג אין מינכן, האָט געבעלס, מיט דער הסכּמה פֿון היטלערן, דערקלערט, אַז איצט איז געקומען די פּאַסיקע שעה צו קעמפֿן קעגן די ייִדן און האָט דערמיט באַשטעטיקט צו לאָזן אין גאַנג דעם נאָוועמבער־פּאָגראָם. עס זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן באַפֿעלן צו דערמוטיקן די באַגײַסטערטע דײַטשע מאַסן: בתּי־כּנסת זענען אָנגעצונדן און פֿאַרניכטעט געוואָרן, פֿענצטער פֿון די ייִדישע געשעפֿטן זענען צעבראָכן געוואָרן און די געשעפֿטן גופֿא זענען באַרויבט. אויך ייִדישע פּריוואַטע היימען זענען אָנגעגריפֿן געוואָרן און די אייגנטימער זענען אַטאַקירט געוואָרן. בײַ 30,000 ייִדן, ספּעציעל רײַכע און פּראָמינענטע, זענען אַרעסטירט און פֿאַרשיקט געוואָרן אין קאָנצענטראַציע־לאַגערן. די אָנגרײַפֿן קעגן ייִדן האָבן זיך אָפֿיציעל פֿאַרענדיקט דעם 10טן נאָוועמבער, אָבער אין אַ סך ערטער זענען זיי ווײַטער אָנגעגאַנגען אַ פּאָר טעג.

אין אַן אָפֿיציעלן באַריכט צו דער צענטראַלע פֿון דער נאַצישער רעגירונג ווערט פֿעסטגעשטעלט, אַז אין דעם פּאָגראָם זענען פֿאַרברענט און פֿאַרניכט געוואָרן 815 געשעפֿטן, 29 גרויסע מאַגאַזינען און 171 הײַזער פֿון ייִדישע אייגנטימער, ווי אויך 267 בתּי־כּנסת. אין דעם זעלבן באַריכט ווערט אָנגעוויזן, אַז 36 ייִדן זענען דערמאָרדעט געוואָרן און 36 זענען געבליבן שווער פֿאַרוווּנדעט. שפּעטער האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די צאָל דערמאָרדעטע ייִדן איז געווען 91.

אין רעזולטאַט פֿונעם פּאָגראָם זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿאַרשיידענע אַדמיניסטראַטיווע און לעגאַלע פֿאַראָרדענונגען, כּדי צו פֿאַרפֿולקומען דעם פּראָצעס פֿון "אַריעניזירן" דאָס ייִדישע פֿאַרמעגן, צו פֿאַרשנעלערן די אויסוואַנדערונג פֿון ייִדן, פֿולשטענדיק צו איזאָלירן די ייִדן פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג און צו ליקווידירן די לעגאַלע קערפּערשאַפֿט וואָס רעפּרעזענטירט די ייִדן. די דאָזיקע פֿאַראָרדענונגען זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף אַ פֿאַרזאַמלונג דעם 12טן נאָוועמבער, וווּ גערינג האָט אָפֿיציעל געמאָלדן, אַז היטלער האָט אים באַפֿולמעכטיקט צו זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדן. דער שאָדן פֿון ייִדישן פֿאַרמעגן איז אָפּגעשאַצט געוואָרן אויף עטלעכע הונדערט מיליאָנען רײַכסמאַרק.

צווישן די עקאָנאָמישע פֿאַראָרדענונגען איז אויך געווען אַ שטראָף פֿון אַ מיליאַרד רײַכסמאַרק וואָס די ייִדישע קהילה האָט געדאַרפֿט באַצאָלן ווי אַן אַנטשעדיקונג פֿאַר דעם מאָרד פֿונעם דײַטשן דיפּלאָמאַט אין פּאַריז. די געלטער וואָס די ייִדישע אייגנטימער האָבן געזאָלט באַקומען פֿון די פֿאַרזיכערונגס־געזעלשאַפֿטן זענען קאָנפֿיסקירט געוואָרן דורך דער רעגירונג און די אייגנטימער זענען געוואָרן פֿאַרפֿליכטעט אַליין צו צאָלן פֿאַר די רעפּאַראַטורן פֿון די געשעדיקטע געשעפֿטן.

די מערבֿ־וועלט און די מערבֿ־פּרעסע האָבן שאַרף רעאַגירט אויף די ברוטאַלע געשעענישן פֿון דער "קרישטאָל־נאַכט". פּרעזיעדנט רוזוועלט האָט ווי אַ פּראָטעסט צוריקגערופֿן דעם אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין דײַטשלאַנד, אָבער די נאַצישע רעגירונג איז פֿון דעם נישט געווען באַאומרויִקט. אויך דײַטשלאַנד האָט צוריקגערופֿן איר אַמבאַסאַדאָר פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווײַל "אַמעריקע מישט זיך אַרײַן אין די אינערלעכע ענינים פֿון דײַטשלאַנד".

די "קרישטאָלנאַכט" איז געווען אַ ווענדפּונקט אין דער נאַצישער פּאָליטיק קעגן ייִדן. זי איז געווען דער אָנהייב אין אַ גרויסן פֿאַרנעם פֿון די ווײַטערדיקע רדיפֿות קעגן די ייִדן אין אייראָפּע.