האָט איר, אפֿשר, באַמערקט אַזאַ פֿענאָמען: אַן ערנסט בוך, וואָס האָט אַ דירעקטן שײַכות צו ייִדיש (למשל, אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אַ באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער), באַמערקט מען, בדרך-כּלל, ניט אַפֿילו אין דער ייִדישער (דאָס הייסט, "דזשויִש") פּעריאָדיק. אָבער ווען עס באַווײַזט זיך אַ בוך פֿון ייִדישע וויצן (ייִדיש איז דאָך funny!), צי אַ בוך, וווּ ייִדיש ווערט אויסגענוצט בלויז ווי אַ מין טעאַטער-דעקאָראַציע, — אַזאַ סחורה ווערט גלײַך אונטערגעכאַפּט, אַרומגערעדט און געלויבט.
גיט נאָר אַ קוק אויף די איבערזעצונגען, וואָס גייען אַרויס גאַנץ רעגולער און גאָר ניט זעלטן זײַנען זיי געמאַכט אויף אַ גוטן צי, לכל-הפּחות, נישט-קשהדיקן ניוואָ. געמאַכט אַזוי, אַז ס׳איז ראוי, דאַכט זיך, צו האָבן אַ היפּש ביסל לייענער. און דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, גוט. שלעכט איז אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: די איבערזעצונגען ציִען צו צו זיך אַ נישטיקע צאָל לײַט. נאָר יחידי-סגולה זײַנען פֿאַראינטערעסירט צו קויפֿן זיי אָדער צו באָרגן זיי אין אַ ביבליאָטעק. כ׳בין אַפֿילו ניט זיכער, צי די צאָל לייענער פֿון די איבערזעצונגען איז גרעסער פֿון דער צאָל לייענער פֿון ביכער אויף ייִדיש. הקיצור, די איבערזעצונגען גייען אַרויס ווי עפּעס צאַצקעס, וואָס מע צעגיט, אין בעסטן פֿאַל, ווי מתּנות, צי — דאָס איז שוין גאָר גוט — מען נוצט זיי ווי אַ לייען-מאַטעריאַל אין קרײַזלעך און קלאַסן.
וואָס זשע באַטײַט עס און ווי אַזוי האָבן מיר דערלעבט ביז אַזאַ מצבֿ?
יאָרנלאַנג האָב איך געהאַט טענות צו דער פֿאַרלעגערישער פּאָליטיק. כ׳האָב געמיינט, אַז מע זעצט פּשוט ניט איבער די ווערק, וועלכע מע וואָלט זיכער צעכאַפּט און צעפֿליקט, לייענענדיק זיי פֿון אין דער פֿרי ביז בײַ נאַכט. די ייִדישע ליטעראַטור איז דאָך אַזוי רײַך! מיט דער צײַט, אָבער, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז די פֿאַרלעגערישע פּאָליטיק שפּילט דאָ אַ קנאַפּע ראָלע. די צענטראַלע פּראָבלעם איז גאָר אַן אַנדערע — זי האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס סע שאַפֿט הײַנט די "ייִדישע קולטור".
די זאַך איז, אַז אַ מענטש לייענט דאָך געוויינטלעך נאָר דאָס, וואָס ס׳איז אַ מוז צו לייענען (צוליב דער אַרבעט צי לערן-פּראָגראַם), אָדער ס׳איז אינטערעסאַנט. און אינטערעסאַנט איז דאָך על-פּי-כּלל דאָס וואָס עס געפֿינט אַ קולטורעלן אָפּקלאַנג. כ׳געדענק, אַז די ערשטע צײַט נאָכן קומען פֿון רוסלאַנד קיין מערבֿ, פֿלעג איך, קודם-כּל, אויסזוכן אין די צײַטונגען די אַרטיקלען, וועלכע האָבן באַשריבן געשעענישן אין מײַן "אַלטער היים". עס האָט געדויערט אַ לענגערע צײַט, ביז די "נײַע היים" האָט גענומען אַרויסרופֿן בײַ מיר אַן ענלעכן, און שפּעטער אַ גרעסערן, אינטערעס. סעלעקטיווקייט איז באַזונדערס כאַראַקטעריש אין אונדזערע צײַטן, ווען מע קען ממש דערטרונקען ווערן אין די אינפֿאָרמאַציע-שטראָמען, וואָס גיסן זיך אויף אונדז פֿון אַלע זײַטן און אין פֿאַרשיידענע פֿאָרמען. ווי אַ פּועל-יוצא, רעאַגירט מען אויף באַקאַנטע טעמעס.
אָבער פֿון וואַנען קען זיך נעמען אַ באַקאַנטשאַפֿט מיט די רעאַליעס און באַגריפֿן, וואָס בילדן די קולטור אויף ייִדיש? אַ מענטש, וואָס איז אויסגעוואַקסן מחוץ מיזרח-אייראָפּע, האָט אַ גאַנץ נעפּלדיקן באַגריף וועגן דער געאָגראַפֿיע און געשיכטע פֿון די מקומות, וווּ עס שפּילן זיך אָפּ די געשעענישן פֿון ס׳רובֿ ייִדישע ווערק. וווּ און וואָס איז אַזוינס בערדיטשעוו צי מינסק? מיט וואָס עסט מען דאָס? וואָס איז דאָס אַזוינס אַ שטעטל, מיט וואָס איז עס אַנדערש פֿון, למשל, בורלינגטאָן אין ווערמאָנט, צי פֿון וויליאַמסבורג אין ברוקלין? וואָס טוט דאָרטן אַ מענטש, וועלכן מע רופֿט אַ "קאַזיאָנער רבֿ"? ווער זײַנען די "כאַפּערס" און די "קאַנטאָניסטן"? ווער איז טשערנישעווסקי און פֿאַר וואָס לייענט מען אים? שוין אָפּגעשמועסט פֿון ביראָבידזשאַן — איז עס אַן אָרט ערגעץ אויף דער לבֿנה?... אַ סבֿרא, אַז ס׳איז אַ סך גרינגער צו לייענען, ווען די ייִדישע געשעענישן, זאָל זײַן אַפֿילו אויסגעטראַכטע, קומען פֿאָר ערגעץ אין אַלאַסקע.
איך האָב לעצטנס געלייענט מיט סטודענטן אַן איבערזעצונג פֿון יוסף אָפּאַטאָשוס אַ דערציילונג, אין וועלכער אַ מיידל קומט קיין אַמעריקע און פֿאַרליבט זיך אין אַן איטאַליענער, ווײַל ער איז "ווי פּעטשיאָרין". קיין פֿוסנאָטע איז צו דעם ניט געשטאַנען — דער איבערזעצער האָט אָדער ניט געהאַלטן פֿאַר נייטיק עס צו דערקלערן, אָדער אַליין ניט געוווּסט וואָס צו זאָגן. אָבער פֿון וואַנען קען אַ הײַנטיקער אַמעריקאַנער סטודענט זיך אָריענטירן אין מיכאַיִל לערמאָנטאָווס ווערק? קודם-כּל — ווער איז לערמאָנטאָוו? (לערמאָנטאָווס "דער העלד פֿון אונדזער צײַט" קען מען לייענען אויך אויף ייִדיש, אין ישׂראל סערעבריאַניס איבערזעצונג).
די מאָדערנע אַלגעמיינע און ייִדישע בילדונג גרייט ניט די מענטשן אויפֿצונעמען שלום-עליכמען, פּרצן, בערגעלסאָנען, לייוויקן און ס׳רובֿ אַנדערע ייִדישע שרײַבער. ניט נאָר די "דורכשניטלעכע" לייענער קענען ניט די אַשכּנזישע קולטור — אויך צווישן די ייִדישע רעדאַקטאָרן און זשורנאַליסטן באַגעגנט זיך זייער זעלטן אַזאַ מין קענטעניש. די דאָזיקע רעדאַקטאָרן און זשורנאַליסטן פֿאַרשטייען ניט אַפֿילו, וואָס מע וויל פֿון זיי, ווען מע פֿאַרפֿירט אַ שמועס וועגן ייִדיש און ייִדישער קולטור. אַמאָל האָט מען כאָטש געפֿירט אַ מלחמה מיט ייִדיש, איצט טוט מען עס אויך ניט, ווײַל מע ווייסט ניט קעגן וואָס צו קעמפֿן. דער סוף איז, אַז די הויפּטשטראָמיקע ייִדישע פּעריאָדיק האָט שוין לאַנג אויפֿגעהערט צו טראָגן אַזעלכע מאַטעריאַלן, סײַדן מע איז יוצא מיט חכמות און שמאַלץ. די מאַטעריאַלן וועגן ייִדיש זײַנען אַריבער אין די עטלעכע ספּעציאַליזירטע, אין תּוך אַרײַן עליטאַרע, אויסגאַבעס.
די סכּנה פֿון אַזאַ קער אין דער ייִדישער קולטור-געשיכטע האָט מען געפֿילט נאָך פֿאַרן חורבן. מע האָט אַפֿילו געפּרוּווט צו שאַפֿן אַ "קולטור-פֿראָנט", כּדי פֿאַרטיידיקן די גײַסטיקע ווערטן פֿון אונדזער ציוויליזאַציע. הײַנט, אָבער, האָט מען אַפֿילו אויפֿגעהערט צו שרײַען גוואַלד. אפֿשר דאַרף מען עס, פֿון דעסטוועגן, טאָן?