דער וואַל־געיעג אין אַמעריקע איז געקומען צו זײַן "פֿיניש", אָבער דער אַזאַרט, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט כּמעט די גאַנצע באַפֿעלקערונג, צאַפּלט נאָך אין די הערצער, סײַ בײַ די געווינער, וואָס האָבן "געשטעלט" אויפֿן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט באַראַק אָבאַמאַ און סײַ בײַ די פֿאַרלירער, וואָס האָבן דערוואַרט צו זען אין "ווײַסן הויז" דזשאָן מאַק‘קיין.
אַ רעאַקציע פֿון אונדזער אַ לייענערין אויף דעם פֿאָריקן לייט־אַרטיקל אינעם "פֿאָרווערטס" — "אינעם ערשטן טאָג נאָך די אַמעריקאַנער פּרעזידענט־וואַלן", איז טאַקע אַ צאַפּלדיקער אָפּקלאַנג פֿון דעם פֿאַרענדיקטן וואַל־געיעג, ווען דער קאָפּ נאָכן זיג דרייט זיך נאָך, און עס וויל זיך הערן נאָר די גלאָקן־קלאַנגען פֿון דעם יום־טובֿדיקן פּאַראַד. אָבער לאָמיר ברענגען דעם טעקסט פֿונעם בריוו:
זיך דערפֿרייענדיק ביז גאָר וואָס אָבאַמאַ האָט געוווּנען, און נחת שעפּנדיק דערבײַ, וואָס 78% פֿון אַמעריקאַנער ייִדן האָבן פֿאַר אים, דעם בעסערן קאַנדידאַט (אַזוי וואָלט איך געהאַלטן, אַפֿילו ווען, חלילה, ער געווינט ניט) געשטימט, האָב איך זיך צוגעכאַפּט צום לייט־אַרטיקל פֿונעם 7טן נאָוועמבער און אים דורכגעלייענט מיטן גרעסטן אינטערעס. די לעצטע ווערטער דערפֿון פֿאַרשטיי איך אָבער ניט, כאָטש איך ברעך זיך דעם קאָפּ איבער זיי שוין עטלעכע שעה: "וואָס זשע שטעלט מיט זיך פֿאָר דער פֿענאָמען — באַראַק כוסיין אָבאַמאַ: אַ טאָטאַלע פֿאַרבלענדעניש, אָדער אַ מזלדיקע מיספֿאַרשטענדעניש?"
פֿאַר וואָס רופֿט איר אָן אָבאַמאַן אַ "פֿענאָמען", און ווי אַזוי קען ער, ווי אַ מענטש, אַ פֿענאָמען, אָדער ביידע — זײַן אָדער אַ "פֿאַרבלענדעניש", אָדער אַ "מיספֿאַרשטענדעניש"? און פֿאַר וועמען וואָלט עס געווען "מזלדיק" אַ "מיספֿאַרשטענדעניש"? איך בעט אײַך צו באַשיידן דאָס רעטעניש פֿאַר מיר, מיט קלאָרע דיבורים!
אַ שיינעם דאַנק אין פֿאָרויס.
קודם־כּל, ווען מיר רופֿן אָן באַראַק כוסיין אָבאַמאַ — פֿענאָמען, מיינען מיר דערמיט נישט נאָר אַן אויסשליסלעכע, אויסערגעוויינטלעכע פּערזענלעכקייט (וואָס וואָלט געדאַרפֿט זײַן נאַטירלעך פֿאַר יעדן פּרעזידענט־קאַנדידאַט), נאָר אויך אַ היסטאָרישע דערשײַנונג אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. ס‘איז דאָך צום ערשטן מאָל אַזאַ זאַך, אַז אַ שוואַרצער אַמעריקאַנער זאָל דערוויילט ווערן אויף דעם העכסטן מלוכה־פּאָסטן.
אויב טאַקע בוכשטעבלעך, "מיט קלאָרע דיבורים", פּרוּוון צו דערקלערן די ווײַטערדיקע ווערטער, אויסטרייסלענדיק פֿון זיי די מעטאַפֿאָרישע שפּיל, מוז מען אין זינען האָבן, אַז דאָ גייט אַ רייד וועגן אונדזער מאָרגן; וועגן דעם וואָס עס קומט נאָך די וואַלן, נאָך אַלעמען. באַראַק אָבאַמאַ האָט באמת פֿאַרכּישופֿט ס‘רובֿ אַמעריקאַנער (און נישט נאָר!) מיט זײַן חן, מיט זײַן שיינרעדן, מיט זײַן אויפֿפֿיר, מיט זײַנע מאַנירן... מיט איין וואָרט, מיט זײַן כאַריזמע, ווי מע זאָגט הײַנט. דערמיט האָט ער "טאָטאַל פֿאַרבלענדט די וויילער", ווײַל ווי מיר ווייסן, צוזאָגן און ליב האָבן דאַרף מען קענען. אָבאַמאַ טראָגט אין זיך דעם גרויסן טאַלאַנט! איצט אָבער, ווען ער איז אויסגעוויילט געוואָרן ווי פּרעזידענט, וועט ער דאַרפֿן זײַנע צוזאָגענישן פֿאַרווירקלעכן. אויב ער וועט עס נישט מסוגל זײַן דורכצופֿירן, וועט עס טאַקע זײַן אַ "טאָטאַלע פֿאַרבלענדעניש" פֿאַר זײַנע פֿאַרברענטע אָנהענגער (בתוכם 78% ייִדן). אויב אָבער ער וועט די האָפֿענונגען באַפֿרידיקן — זאָל אים גאָט העלפֿן — וועט עס זײַן אַ מזל פֿאַר אַלעמען; ווי אויך אַ "מיספֿאַרשטייעניש" — פֿאַר זײַנע קעגנער.
ערשט איצט, נאָך די וואַלן, ווען יעדער אַמעריקאַנער בירגער האָט געמאַכט זײַן אויסוואַל, מוז יעדער זיך באַפֿרײַען פֿונעם טשאַד, געבליבן נאָך דער וואַל־קאַמפּאַניע, און מיט אַ ניכטערן שׂכל צו באַטראַכטן די באַשלוסן און מעשׂים פֿונעם נײַעם פּרעזידענט. צו פֿאַרגעטערן אַ מענטש, בפֿרט דעם ערשטן מענטש אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז אַ גרויסע סכּנה פֿאַר דער מדינה און פֿאַר דער וועלט בכלל.