חורבן
אָסקאַר שינדלער
אָסקאַר שינדלער

אָסקאַר שינדלער איז דער אַממערסטן באַרימטער פֿון די חסידי־אומות־העולם. ער איז באַקאַנט געוואָרן אין דער עפֿנטלעכקייט נאָך דער מלחמה אַ דאַנק דעם גראַנדיעזן האָליוווּדער פֿילם "שינדלערס רשימה", רעזשיסירט פֿון סטיווען שפּילבערג. שינדלער, וועלכער איז געווען אַ מיטגליד אין דער נאַצי־פּאַרטיי, האָט געראַטעוועט העכער טויזנט ייִדן וועלכע האָבן געאַרבעט אין זײַן פֿאַבריק. די ייִדישע העפֿטלינגע זענען געווען לעגאַלע אַרבעטער מיט דער באַשטעטיקונג פֿון די נאַצישע מאַכט־אָרגאַנען. זייערע נעמען פֿיגורירן אין דער באַוווּסטער רשימה פֿון שינדלער, איינעם פֿון די וויכטיקסטע דאָקומענטן אין דער צײַט פֿון חורבן.

אָסקאַר שינדלער האָט נאָך דער מלחמה אויסגעוואַנדערט קיין אַרגענטינע צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי עמילי. אין 1957 איז שינדלער צוריק געקומען קיין דײַטשלאַנד און דאָרט געלעבט ביז זײַן טויט אין 1974. ער האָט אָפֿט באַזוכט ישׂראל און איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט וואַרעמקייט דורך "שינדלערס ייִדן". ער האָט געפֿלאַנצט דעם ערשטן בוים אין דער אַלעע פֿון די חסידי־אומות־העולם אין "יד־ושם". ער איז באַערדיקט געוואָרן אויפֿן הר־ציון אין ירושלים.

נאָך זײַן פּטירה האָט דאָס געריכט אין דײַטשלאַנד אָנערקענט זײַן פֿרוי עמילי ווי דער איינציקער יורש פֿון אָסקאַר. בײַם סוף פֿון די נײַנציקער יאָרן האָט מען געפֿונען אויפֿן בוידעם פֿון זײַן דירה אין הילדעסהיים, דײַטשלאַנד, אַ קאַסטן מיט טויזנטער פֿאָטאָגראַפֿיעס און וויכטיקע דאָקומענטן, צווישן זיי — אויך די באַרימטע רשימה פֿון שינדלער. די רשימה איז איבערגעגעבן געוואָרן דער "שטוטגאַרטער צײַטונג", וועלכע האָט באַשלאָסן, אַז דאָס פּאַסיקע אָרט פֿאַר די דאָזיקע דאָקומענטן, אײַנשליסלעך שינדלערס רשימות, איז דער מוזיי פֿון "יד־ושם", וווּ זיי זענען אויסגעשטעלט פֿאַרן ברייטן עולם ביזן הײַנטיקן טאָג.

שינדלערס רשימה
שינדלערס רשימה
Credit: momentsintime.com

עריקאַ ראָזענבערג, אַ ייִדישע זשורנאַליסטין פֿון אַרגענטינע, איז געווען עמיליס פֿרײַנדין און צווישן אַנדערע האָט זי איר געהאָלפֿן בײַם שרײַבן איר בוך זכרונות; און נאָך עמילי שינדלערס טויט איז זי דורכן געריכט אָנערקענט געוואָרן ווי דער איינציקער יורש פֿון שינדלערס דאָקומענטן, צווישן זיי אויך די אויבן־דערמאָנטע ליסטע. זי האָט זיך געווענדט צו דער דירעקציע פֿון "יד־ושם" מיט דער פֿאָדערונג איר אָפּצוגעבן איר "געזעצלעכן אייגנטום". "יד־ושם" האָט אָפּגעוואָרפֿן אירע טענות: "יד־ושם", וועלכע איז די צענטראַלע אינסטאַנץ צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון חורבן און זײַנע קרבנות, זאַמלט און עקספּאָנירט אַלע דאָקומענטן און אָביעקטן וואָס זענען רעלעוואַנט צו דער תּקופֿה.

שינדלערס רשימה האָט אַ באַזונדערן היסטאָרישן ווערט; אָבער, ווײַזט אויס, אויך אַ קאָמערציעלע ווערט. און עריקאַ ראָזענבערג וועט ווײַטער אָנגיין מיט איר קאַמף פֿאַר שינדלערס רשימה בײַ די יורידישע אינסטאַנצן.

מיט אַ קורצער צײַט צוריק איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין אינטערנעץ דער פֿאַרקויף פֿון אַן אַנדערער רשימה פֿון שינדלער, וואָס דער פֿאַרקויפֿער, אַ סוחר פֿון אַנטיקוויטעטן אין ניו־יאָרק, טענהט, אַז דאָס איז די איינציקע אָריגינעלע רשימה. דער פּרײַז איז 3 מיליאָן דאָלאַר. די רשימה שטאַמט פֿון דער ירושה פֿון יצחק שטערן, דעם ייִדישן העפֿטלינג, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער אַדמיניסטראַציע פֿון שינדלערס פֿאַבריק.