‫פֿון רעדאַקציע

אָסאַמאַ בין לאַדען איז טויט. מסתּמא איז עס דער ערשטער טויט אין די לעצטע צען יאָר, וואָס האָט נישט אַרויסגערופֿן בײַ אַ ציוויליזירטן מענטש אַ מיטגעפֿיל. אַפֿילו דער אויפֿגעהאָנגענער סאַדאַם כוסיין, מיטן שטריק אַרום האַלדז האָט געוועקט אַ רחמנות. אייגנטלעך, האָט ער דאָך קיינעם פֿון אונדז פּערזענלעך קיין שלעכטס נישט געטאָן. יאָ, געהאַווקעט, געסטראַשעט, אָבער נישט געביסן.

גאָר אַן אַנדער זאַך — דער הונט בין לאַדען. אונטער די חורבֿות פֿונעם וועלטהאַנדל־צענטער זײַנען געבליבן באַגראָבן נישט נאָר די איבער דרײַ טויזנט אומשולדיקע מענטשן, קרבנות פֿון די טעראָריסטישע אַטאַקן; דאָרט זײַנען געבליבן צעפּלעטשט און צעממיתט אונדזער רו און גלויבן, אַז דער מענטש איז פֿונדעסטוועגן אַ באַשעפֿעניש פֿון גאָט, נישט פֿונעם טײַוול.


"הערט מיך אויס"
דער פּסיכאַאַנאַליטיקער פֿון פּאַריז ד״ר מאַקס כּהן

בנימין אָרענשטיין (ליאָן, פֿראַנקרײַך)

Hear Me Out
Dr. Max Kohn, Psychoanalyst from Paris,
Talks with Benjamin Orenstein

פּערזענלעכקײטן
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לעצטנס איז אַוועק אין דער אייביקייט דער באַרימטער האָליוווּדער רעזשיסאָר סידני לומעט. ער האָט זיך דאָראָבעט צו אַ גלענצנדיקער קאַריערע צוליב זײַן העכסט אָנערקענטן טאַלאַנט בײַם רעזשיסירן די באַרימטסטע פֿילמען וואָס זײַנען אַרויס פֿון דער פֿילם־בראַנזשע וואָס רופֿט זיך "האָליוווּד."

דאָס עפּעלע פֿאַלט דאָך נישט ווײַט פֿון ביימעלע. איז זײַן טאַטע, ברוך לומעט, געווען אַ ייִדישער אַקטיאָר אין פֿילאַדעלפֿיע, ווײַל ניו־יאָרק האָט אים נישט געוואָלט אָנערקענען. דער עיקר, די "היברו אַקטאָרס־יוניאָן," וווּ די אָפּשאַצער זײַנען געווען נישט קיין אַנדערע ווי די אַמאָליקע ייִדישע אַקטריסעס און אַקטיאָרן, זינגער, קאָמיקער, פֿאַרווײַלער און סתּם נאָכשלעפּער. זיי האָבן געהיט זייערע פּאָזיציעס ווי אַן אויג אין קאָפּ און נישט צוגעלאָזט קיין יונגע טאַלאַנטן צום וואָרט. פֿלעגט די יוניאָן שיקן די נײַע כּוחות אין די פּראָווינצן, און אַז עס איז די יונגע, נישט־אָנערקענטע שוישפּילער געלונגען, זײַנען זיי, סוף־כּל־סוף, צוגעקומען צום טעלערל פֿון הימל. אַזוי איז געווען מיט פּאָל מיוני (מוני ווײַסנפֿרוינד). ער האָט זיך שפּעטער געמאַכט אַ רענאָמע אין האָליוווּד און געמאַכט אַ ריזיקע פֿילם־קאַריערע; יוסף בולאָוו, וועלכער האָט פֿאַרכּישופֿט בראָדוויי מיט זײַן שפּילן און אַ סך אַנדערע. ס׳איז נישט געווען לײַכט אָנערקענט צו ווערן.

פּערזענלעכקײטן
טערעזאַ טובֿה אין דער ראָלע פֿון בעלאַ שאַגאַל

"ווען איך, טײַערע בעלאַ, וואָלט געשריבן בריוו ווי אַן אמתער שרײַבער — וואָלט איך זיי בעסער געמאָלן. פֿאַר ווערטער שעם איך זיך. מע דאַרף זיי שטענדיק אויסבעסערן. אָבער מיר ווילט זיך דיר שרײַבן, כּדי דו זאָלסט מיר ענטפֿערן און שרײַבן וועגן אַלץ, וועגן אַלץ". בריוו פֿון מאַרק שאַגאַל צו בעלאַ שאַגאַל, ציטירט אינעם באַנד "די ערשטע באַגעגעניש".

די ייִדישע אַקטריסע, זינגערין און דראַמאַטורגין פֿון טאָראָנטאָ, טערעזע טובֿה, האָט די וואָך פֿאָרגעשטעלט איר פּיעסע אויף ענגליש ״Bella: The Color of Love״ וועגן דעם לעבן פֿון בעלאַ שאַגאַל, אַ ייִדישע שרײַבערין און מאַרק שאַגאַלס ערשטע פֿרוי. די איין־פּערזאָניקע דראַמע איז געווען אַ טייל פֿונעם "פֿילאַדעלפֿיער אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון קונסט", און האָט צוגעצויגן אַ גרויסן עולם יעדן אָוונט.

דורך מאָנאָלאָג, מוזיק און פּראָיעקטירטע שאַגאַל־בילדער אויף דער וואַנט, האָט טובֿה במשך פֿון צוויי שעה איבערגעגעבן סײַ די ליבע, סײַ די קאָנפֿליקטן צווישן בעלאַ און מאַרק. די שטורמישע געשעענישן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, די רוסישע רעוואָלוציע און די צווייטע וועלט־מלחמה האָבן נישט לײַכט געמאַכט זייער צוזאַמענלעבן, אַזוי אויך אַן אָנגעשטרענגטס.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Mary-Kay Wilmers.
The Eitingons:
A Twentieth-century Story.
London: Faber and Faber, 2010.


אַז מען ציט אונטער די היסטאָרישע סך־הכּלען פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, זעט מען בפֿירוש, ווי טיף ס׳זײַנען די פֿעדעם פֿון יחידישע גורלות געווען אַרײַנגעפֿלאָכטן אינעם לײַוונט פֿון דער וועלט־געשיכטע. אין דער טיפֿעניש פֿון אַלט־שטייגערישע שטעטלעך איז אויף דער שוועל פֿון 20סטן יאָרהונדערט אונטערגעוואַקסן אַ נײַער דור פֿון ייִדישער יוגנט, וואָס האָט אויפֿגעטרייסלט די גאַנצע וועלט. און איצט, נאָך אַלעמען, האַלטן זייערע אייניקלעך אין איין צונויפֿשטוקעווען פֿראַגמענטן פֿון די משפּחה־זכרונות, אַלט־פֿאַרגעסענע צײַטונגען און אַרכיוואַלע דאָקומענטן. פֿון דעם אַלעמען ווערט בהדרגה געשאַפֿן אַ בילד פֿון אַן עבֿר, פֿולגעפּאַקט מיט אומגלויבלעכע אַוואַנטורעס, עליות און ירידות.

חורבן
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
געבליבענע צייכנס פֿון אַן אומגעבראַכט ייִדיש לעבן

"יד־ושם" שטייט דאָס יאָר אונטערן צייכן "אויפֿזאַמלען די פֿראַגמענטן פֿון זכּרון", און איז איצט אַרויס מיט אַ רוף צו דער באַפֿעלקערונג זיך צו באַטייליקן אין אַ ברייט־פֿאַרמאָסטענעם פּראָיעקט צו ראַטעווען פֿון פֿאַרגעסנקייט די רעשטלעך פֿון חורבן און אומקום. דער ציל איז צונויפֿצוזאַמלען אין אַרכיוו פֿון "יד־ושם" בריוו, דאָקומענטן, פֿאָטאָגראַפֿיעס, פֿאַרשיידענע חפֿצים, וועלכע זענען פֿאַרבונדן מיטן גורל פֿון אונדזערע קרובֿים און פֿרײַנד. "יד־ושם" ווענדט זיך צו די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, זייערע קינדער און אייניקלעך זיך צו באַטייליקן אין דעם נאַציאָנאַלן פּראָיעקט צו ראַטעווען און אָפּהיטן די דאָזיקע פֿראַגמענטן פֿון זכּרון פֿאַר די קומענדיקע דורות. יעדער בריוו אָדער פֿאָטאָגראַפֿיע, אָדער דאָקומענט אַנטהאַלט אַ טייל פֿון דער געשיכטע און דעם גורל פֿון אונדזערע נאָענטע.

זינט זײַן גרינדונג האָט "יד־ושם" געשטרעבט צו דערגיין צו אַלע רעלעוואַנטע קוואַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע אין שײַכות מיטן גורל פֿון די זעקס מיליאָן ייִדן וועלכע זענען דערמאָרדעט געוואָרן און די מיליאָנען פֿאַרפֿאָלגט־געוואָרענע אין דער צײַט פֿון חורבן. באַזונדערס איצט, ווען דער דור פֿון די לעבן־געבליבענע ווערט אַלץ קלענער, האָט דער דאָזיקער פּראָיעקט אַ ספּעציעלע באַדײַטונג: זאַמלען די פֿראַגמענטן און זיי אַרײַנפּאַסן אין זייער היסטאָרישן קאָנטעקסט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן אָנזאָג, אַז די כּהנים טאָרן נישט אָנרירן קיין מתים, אַחוץ אַזאַ אויסנעמלעכן פֿאַל, ווי דער טויט פֿון די נאָענטסטע קרובֿים. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו, אַז ער זאָל איבערגעבן דעם דאָזיקן אָנזאָג די קינדער פֿון אַהרן. ווײַטער גייט אַ רייד וועגן קרבנות און די ייִדישע יום־טובֿים. צווישן אַנדערע ענינים, ווערט דערמאָנט נאָך איין אַקטועלע מיצווה — די ספֿירת־העומר.

בײַם סוף פֿון דער פּרשה ווערט דערציילט אַ טרויעריקע מעשׂה. משה רבינו האָט געפּסקנט, אַז אַ זון פֿון אַ ייִדישער מאַמע, שלומית בת דבֿרי, און אַ מיצרישן מאַן, טאָר נישט וווינען צוזאַמען מיט זײַן מאַמען אין דער מחנה פֿונעם שבֿט־דן, ווײַל ער געהערט נישט צו די ייִדישע שבֿטים מצד דעם טאַטן. שלומיתעס זון האָט באַטראַכט משהס פּסק ווי אַן אומיושרדיקן, און האָט געשאָלטן דעם רבונו־של־עולם. פֿאַר זײַן לעסטערונג האָט מען אים פֿאַרשטיינערט אויף טויט.

אין דער תּורה גייט גענוג אָפֿט אַ רייד וועגן טויט־שטראָף. זייער זעלטן געפֿינען מיר אָבער אינעם תּנ״ך פּראַקטישע בײַשפּילן, ווען עמעצער ווערט פֿאַרמישפּט צום טויט צוליב עבֿירות. געוויינטלעך, ווערן די הלכות פֿון די מיתות־בית־דין באַטראַכט בלויז ווי אַ מוסר־וואָרענונג, כּדי מענטשן זאָלן נישט זינדיקן.

ייִדיש־וועלט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער גרויסער איטאַליענישער דיכטער דאַנטע אַליגערי (1265—1326) האָט אָנגעשריבן אַן אויסערגעוויינטלעך ווערק וועגן דער גרויסקייט פֿון דער פֿאָלקשפּראַך. שפּעטער האָבן אַנדערע אויך געשריבן ביכער וואָס האָבן אָפּגעגעבן אַ סך קאָמפּלימענטן זייערע רעדשפּראַכן, מחמת די רעדשפּראַכן זענען אין זייערע אויגן געווען שיין, אמתדיק, קלוג, קאָלירפֿול, אאַז״וו, אין פֿאַרגלײַך מיט די קלאַסישע שפּראַכן מיט וועלכע אַלע האָבן דעמאָלט שטאָלצירט און מיט וועלכע זיי האָבן קאָנקורירט (בפֿרט נאָך בכּתבֿ).

אָבער לויט מערסטע קאָמענטאַטאָרס פֿונעם מיטלעלטער זענען די רעדשפּראַכן געווען ניט גענוג פּאָלירט, רעגלמעסיק און לגמרי ניט דרך־ארצדיק. דאַנטעס גרויסער אויפֿטו איז געווען וואָס ער האָט דערזען דעם חן, די צאַרטקייט און די ראַפֿינירטע אויסדריקלעכקייט ("עלאָקווענץ") פֿון דער פּשוטער שפּראַך פֿון דעם אַ״ג "פּראָסטן המון". אין 19טן יאָרהונדערט איז אַזאַ אַנטדעקונג שוין געוואָרן אַלטמאָדיש לגבי די מערבֿ־לשונות, נאָר אין מיזרח־אייראָפּע האָט מען זיך נאָך געדאַרפֿט אײַנשטעלן פֿאַר זיי, למשל ווי עס האָט דאָס געטאָן וווּק קאַראַדזשיץ לגבי סערביש. הײַנט צו טאָג אָבער דרייט זיך דאָס דריידל אָפֿט אויף צוריק. אין אַ סך לשונות באַמערקט מען, אַז שרײַבערס און אינטעליגענטע לייענערס האָבן ווידער גרויסע טענות, דער עיקר ווי מען שרײַבט די רעדשפּראַכן, אָבער ניט זעלטן אויך ווי מען רעדט זיי אַרויס.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

אין און נאָך דעם שלושים־פּעריאָד זינט שפֿרה לערערס פּטירה האָבן זיך אָנגעקליבן בײַ מיר עטלעכע דערמאָנונגען פֿון מײַנע פּערזענלעכע קאָנטאַקטן וואָס איך וויל טיילן מיט די לייענערס. שפֿרה לערער איז געווען אַ שטערן אין ייִדישן טעאַטער. זי האָט געשפּילט מיט דעם גרויסן רעזשיסאָר און אַקטיאָר מאָריס שוואַרץ, דעם גרינדער און אָנפֿירער פֿון דעם באַרימטן ייִדישן קונסט־טעאַטער. איך האָב זי געזען שפּילן אין דעם עדען־טעאַטער אונטער דוד אָפּאַטאָשוס רעזשי. איך האָב געהערט ווי זי האָט דעקלאַמירט די ראָלע פֿון כאַשע די יתומה, ווען זי איז אויפֿגעטראָטן אין די אַמאַלגאַמייטעד הײַזער אין די בראָנקס. דעמאָלט האָט זי געמאַכט אַ רושם אויף מיר מיט איר עלאָקווענטער אינטערפּרעטאַציע און דיקציע. פֿאַר אונדז, אײַנוווינער, געדענק איך, איז די געלעגנהייט געווען אַ יום־טובֿ צו האָבן אַזאַ שטערן ווי שפֿרה לערער קומען און דערקוויקן אונדז אַזש אין די מרחקים פֿון דער בראָנקס. זי האָט איבערגעגעבן דעמאָלט די שיינקייט און פֿליסיקייט פֿון דעם גערעדטן ייִדישן וואָרט און דער עולם איז געווען זייער דאַנקבאַר.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ הזכּרה־צערעמאָניע בײַם דענקמאָל פֿאַר די קרבנות פֿון טשערנאָביל, 
אין קיִעוו, דעם 26סטן אַפּריל 2011

אין דער אמתן, האָב איך זיך געקליבן צו שרײַבן וועגן דעם פּרעזידענט אָבאַמאַס מעטריקע. פֿון איין זײַט האָט די גאַנצע טעמע קיין ווערט ניט, ס׳איז פּשוט אַ טראַגי־קאָמעדיע מיט דאָנאַלד טראָמפּן אין דער ראָלע פֿונעם הויפּט-לץ. (ניט צופֿעליק איז דאָך זײַן טשופּרינע אַזאַ קלאָונישע.) פֿון אַן אַנדער זײַט, צוזאַמען מיט די ציפֿערן פֿון אויספֿרעגן, איז עס אַן אָפּשפּיגלונג פֿון זייער אַ טרויעריקן פֿענאָמען אין אַמעריקאַנער לעבן און אַ שלעכטער סימן פֿאַרן צווייטן טערמין פֿונעם איצטיקן פּרעזידענט. סײַדן וועט ער מוזן טאַקע קאָנקורירן מיט דעם זעלבן טראָמפּן צי מיט אַן אַנדערן שוואַכינקן קאַנדידאַט פֿון אַזאַ שניט.

אָבער איך וועל שרײַבן וועגן אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: טשערנאָביל, וואָס איז אַרײַן אין דער געשיכטע נאָכן באמת שוואַרצן טאָג, דעם 26סטן אַפּריל 1986, ווען עס האָט זיך אויפֿגעריסן אַ בלאָק פֿון דער אַטאָם-סטאַנציע. די רוסישע טעלעוויזיע, און די מעדיאַ בכלל, האָט לעצטנס וועגן טשערנאָביל זייער אַ סך גערעדט און געשריבן. בפֿרט נאָך, אַז די קאַטאַסטראָפֿע מיט 25 יאָר צוריק האָט הײַנט אַ פֿרישן, טראַגישן אָפּקלאַנג אין יאַפּאַן.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרינץ וויליאַם מיט קייט מידלטאָן

אויף דער קיניגלעכער חתונה אין לאָנדאָן בין איך ניט געווען צוליב צוויי סיבות: ערשטנס, האָב איך פּונקט דעמאָלט געמוזט זײַן אין ניו-יאָרק. צווייטנס, האָט מען מיך ניט פֿאַרבעטן — אפֿשר צוליב די זעלבע טעמים ווי מיט די געוועזענע פּרעמיער-מיניסטערס, טאָני בלער און גאָרדאָן בראַון, און אפֿשר האָב איך זיך פֿאַרזינדיקט אויף אַן אַנדער אופֿן. אָבער אַ שעה צי אַפֿילו מער האָב איך פֿאַרבראַכט בײַ דער טעלעוויזיע. דאָס הייסט, געווען איינער פֿון די בערך צוויי ביליאָן נחת-קלײַבער. מע זאָגט דאָך, אַ שטייגער, אַז יעדער פֿינפֿטער ישׂראלי האָט נאָכגעפֿאָלגט די געשעענישן אין צענטער פֿון לאָנדאָן.

ס׳איז געווען טאַקע זייער שיין, ממש פּרעכטיק. די ענגלענדער זײַנען גרויסע מײַסטערס פֿון אַזעלכע זאַכן. בפֿרט נאָך, אַז די "דעקאָראַציעס" האָט מען געבויט אין משך פֿון יאָרהונדערטער. אַלץ האָט מען דורכגעטראַכט. די פֿערד. די זעלנער. די מוזיק. און די הוטן, וואָס די פֿרויען האָבן געטראָגן! אָבער, דער עיקר, פֿון דעסטוועגן איז געווען — די כּלה.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נילי ראָגעל — וויאָלאַ־סעזאַריאָ און אַריאל וואָלף — פֿירשט אָרסינאָ

שעקספּיר (1564—1661) איז איצט בײַ אונדז דער אַמערסטן פֿאָרגעשטעלטער דראַמאַטורג. פֿאַר וואָס? אָן אַ באַזונדערער סיבה, סתּם אַזוי! אמת, בלויז זײַנע קאָמעדיעס: "אַ סך רעש איבער גאָרנישט" — אין באר־שבֿע; "די 12טע נאַכט" — אין "חאן"־טעאַטער, ירושלים; "ראָמעאָ און יוליאַ" אין "קאַמרי". אָט די לעצטע, כאָטש אַ טראַגעדיע, קאָן מען זי אויך אַרײַנרעכענען, ווי אַ באַזונדערער פֿאַל, ווי אַ קאָמעדיע; צוליב די אומוויליקע קאָמיש־לעכערלעכע אויסגליטשן, מיט וועלכע אָט די ווערסיע האָט זיך אויסגעצייכנט. אויסער דעם, האָבן מיר דאָ צו טאָן מיט אַ גאַנץ בכּבֿודיקער זאַמלונג פֿון טעאַטער־ווערק, וואָס ס׳האָט אונדז איבערגעלאָזט, פֿאַר אַלע דורות, וויליאַם שעקספּיר — אויך באַקאַנט ווי דער "באַרד פֿון עיוואָן".

יאָרן־לאַנג האָבן די טעאַטערס, ווי אויך דאָס פּובליקום זיך געהאַלטן אַ ביסל אָפּגעטיילט פֿון שעקספּירן, וואָס במשך די יאָרהונדערטער איז פֿאַרבליבן ווי "אַ האַרט ניסל". דער נאָמען אַליין האָט אַרויסגערופֿן רעספּעקט מיט אַ געמיש פֿון מורא, טאָמער וועט מען, חלילה, נישט פֿאַרשטיין וואָס עס קומט דאָרט פֿאָר. נאָר די יעניקע וואָס האָבן זיך דאָך יאָ דערנענטערט צו אים, האָבן קיין חרטה נישט געהאַט; פֿאַרקערט, דאָס וואָס זיי האָבן געווינען, האָט זיי באַרײַכערט מיט אַ וועלט־וויסן, קולטור און שיינקייט.