די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן אָנזאָג, אַז די כּהנים טאָרן נישט אָנרירן קיין מתים, אַחוץ אַזאַ אויסנעמלעכן פֿאַל, ווי דער טויט פֿון די נאָענטסטע קרובֿים. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו, אַז ער זאָל איבערגעבן דעם דאָזיקן אָנזאָג די קינדער פֿון אַהרן. ווײַטער גייט אַ רייד וועגן קרבנות און די ייִדישע יום־טובֿים. צווישן אַנדערע ענינים, ווערט דערמאָנט נאָך איין אַקטועלע מיצווה — די ספֿירת־העומר.
בײַם סוף פֿון דער פּרשה ווערט דערציילט אַ טרויעריקע מעשׂה. משה רבינו האָט געפּסקנט, אַז אַ זון פֿון אַ ייִדישער מאַמע, שלומית בת דבֿרי, און אַ מיצרישן מאַן, טאָר נישט וווינען צוזאַמען מיט זײַן מאַמען אין דער מחנה פֿונעם שבֿט־דן, ווײַל ער געהערט נישט צו די ייִדישע שבֿטים מצד דעם טאַטן. שלומיתעס זון האָט באַטראַכט משהס פּסק ווי אַן אומיושרדיקן, און האָט געשאָלטן דעם רבונו־של־עולם. פֿאַר זײַן לעסטערונג האָט מען אים פֿאַרשטיינערט אויף טויט.
אין דער תּורה גייט גענוג אָפֿט אַ רייד וועגן טויט־שטראָף. זייער זעלטן געפֿינען מיר אָבער אינעם תּנ״ך פּראַקטישע בײַשפּילן, ווען עמעצער ווערט פֿאַרמישפּט צום טויט צוליב עבֿירות. געוויינטלעך, ווערן די הלכות פֿון די מיתות־בית־דין באַטראַכט בלויז ווי אַ מוסר־וואָרענונג, כּדי מענטשן זאָלן נישט זינדיקן.
גלײַך נאָך דער מעשׂה וועגן דעם פֿאַרשטיינערטן זון פֿון שלומית קומט אַן אַנדער אָנזאָג: די תּורה וואָרנט אונדז, אַז מע טאָר נישט דערהרגענען אָדער פֿאַרוווּנדן אַ מענטש. אַדרבה, פֿאַרדינט אַ רוצח אַ טויט־שטראָף, און דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אין קאָנטראַסט מיטן האַרבן מישפּט פֿאַר אַן עבֿירה לגבי דעם אייבערשטן. עס קלינגט אַזוי, ווי די תּורה אַליין אַנטשולדיקט זיך, כּבֿיכול, פֿאַרן טויט פֿון שלומיתעס זון און גיט צו, אַז בדרך־כּלל, טאָר מען נישט הרגענען קיין מענטשן. פֿאַרוואָס זשע האָט מען אַזוי שטרענג באַשטראָפֿט דעם לעסטערער?
די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער אומגעקומענער מאַן איז געווען אַ גרויסער חכם און האָט געוווּסט דעם סוד פֿונעם מעכטיקן שם־המפֿורש. מיט זײַן מיסטישן כּוח האָט ער געוואָלט פֿאַרטיידיקן זײַן מאַמעס כּבֿוד. די אַנדערע ייִדן האָבן געהאַלטן דאָס, וואָס זי האָט געהאַט אַ קינד פֿון אַ מיצרי פֿאַר אַ בזיון. די חז״ל באַטאָנען, אַז דער מיצרי האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר שלומיתעס מאַן, דערפֿאַר האָט זי באמת נישט געמיינט צו זינדיקן.
אַוודאי, האָט מען נישט געהאַט קיין רעכט צו באַליידיקן שלומית אָדער איר זון. שטעלט זיך פֿאָר, אַז עמעצער באַציט זיך מיט פֿאַראַכט צו אַ בעל־תּשובֿה, וועלכער איז געבוירן געוואָרן פֿון אַ געמישטער חתונה, און מאַכט חוזק פֿון דער מאַמען. אַוודאי, איז עס אַ ריזיקע עבֿירה. נישט ווייניק אַזעלכע ייִדן ווילן הײַנט, צום באַדויערן, נישט האָבן קיין שײַכות צו די ייִדישע קהילות צוליב אַזאַ באַציִונג.
משה רבינו האָט נישט געהאַט קיין ברירה. ער האָט צעטיילט די ייִדן אויף די מחנות, לויט זייער טאַטנס ייִחוס, און געפֿירט זיי אויף אַזאַ גוט־אָרגאַניזירטן שטייגער איבערן מידבר. צו מאַכן אַ ספּעציעלן אויסנאַם פֿאַר שלומיתעס משפּחה וואָלט, מסתּמא, געווען שעדלעך פֿון דער סטראַטעגישער פּערספּעקטיוו. פֿונדעסטוועגן, קאָן מען גאַנץ גוט פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס איר זון איז געווען שטאַרק אויפֿגעבראַכט.
אַ טייל מפֿרשים מיינען, אַז שלומיתעס זון האָט געוואָלט בײַטן די רעאַליטעט גופֿא און מאַכן אַלע ייִדן פֿאַרגעסן, אַז זײַן טאַטע איז געווען אַ מיצרי. אין פֿאַנטאַסטישע ביכער און פֿילמען ווערן אָפֿט באַשריבן אַזעלכע סוזשעטן, ווען עמעצער באַנוצט זיך מיט דער "צײַט־מאַשין", כּדי צו בײַטן דעם הײַנטיקן טאָג; געוויינטלעך, ברענגען אַזעלכע אָפּעראַציעס צו אומגעריכטע סכּנות.
אין אַ באַרימטער דערציילונג פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער ריי ברעדבערי ווערט דערציילט, ווי אַ מענטש איז געפֿאָרן מיט אַ "צײַט־מאַשין" אין דער תּקופֿה פֿון די דינאָזאַווערס און צעטראָטן דאָרטן, על־פּי־טעות, אַ פֿלאַטערל. ווי אַ רעזולטאַט, האָט זיך זײַן אייגענע צײַט געפֿערלעך געביטן; דער מדריך פֿון דער נסיעה האָט אים צוליב דעם דערשאָסן. דער פֿאַרשטיינערטער מאַן האָט געוואָלט צעשאָקלען די יסודות פֿונעם גאַנצן אוניווערס צוליב זײַן מאַמעס כּבֿוד. מע קאָן זאָגן, אַז אַזאַ אַקט וואָלט געווען, בעצם, זייער אַ ייִדישלעכע זאַך צו טאָן; מע קאָן אָבער אויך גוט פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס מע האָט דערהרגעט — נעבעך — אַזאַ "עקספּערימענטאַטאָר".
פֿון דער דאָזיקער מעשׂה לערנען מיר אָפּ, ווי ריזיק עס איז דער כּוח פֿונעם וואָרט. ווי עס ווערט דערקלערט אין די חסידישע ספֿרים, קאָנען גרויסע צדיקים אָפּשאַפֿן דעם אייבערשטנס גזירות מיט זייערע תּפֿילות און בײַטן די גאַנצע וועלט מיט זייערע ווערטער. מיט די ווערטער קאָן מען אויפֿלעבן די טויטע און, חלילה, אומברענגען די לעבעדיקע.
ווי מיר האָבן באַהאַנדלט אין די פֿאָריקע פּרשיות, ווערט אינעם חומש "ויקראָ" כּסדר אָפּגעשפּילט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים דער מאָטיוו פֿון דינאַמישע באַציִונגען צווישן דעם ג־טלעכן רוף און דעם מענטשלעכן ווילן. די הײַנטיקע פּרשה הייסט "אמור" — "זאָג". אין אירע ערשטע פּסוקים ווערט דערציילט, ווי דער באַשעפֿער האָט געזאָגט משהן, וואָס ער זאָל זאָגן די כּהנים, כּדי מע זאָל עס ווײַטער איבערגעבן די קומענדיקע דורות. דורך אַזאַ קייט פֿון מסורה ווערן די ג־טלעכע אָנזאָגן פֿאַרשפּרייט שוין במשך פֿון טויזנטער יאָר אין דער וועלט. הגם מע מוז מכבד זײַן די טויטע, טאָרן די כּהנים זיך נישט מטמא זײַן דורכן קאָנטאַקט מיט מתים, ווײַל דער בית־המיקדש, וווּ זיי האָבן געדינט, רעפּרעזענטירט דאָס לעבן.
אין דער באַקאַנטער מעשׂה אין דער גמרא "בבֿא מציעא", האָבן די חז״ל געפֿירט אַ לאַנגן וויכּוח, צי אַ געוויסער אויוון — "תּנורו של עכנאי" — איז טמא אָדער טהור. אַפֿילו נאָך דעם, ווי אַ קול פֿון הימל האָט בפֿירוש דערקלערט די הלכה, האָבן די חכמים באַשלאָסן אַנדערש לויט זייערע סבֿרות. דער באַשעפֿער אַליין האָט מסכּים געווען מיט זייער פּסק־דין און געזאָגט, אַז "זײַנע קינדער האָבן אים געוווּנען". מע זעט, אַז די ווערטער פֿון אַ צדיק קאָנען משפּיע זײַן אויפֿן אייבערשטן אַליין.
דער זון פֿון שלומית האָט אָבער געפּרוּווט צו ווײַזן, אַז דער ווילן פֿון אַן איבערגעגעבענעם יחיד איז בכּוח צו בײַטן די גאַנצע וועלט — אַפֿילו קעגן דעם אייבערשטנס ווילן, נישט געקוקט אויף דער סכּנה פֿאַר די אַנדערע. הגם ער האָט אויך געמיינט לשם־שמים, איז ער געגאַנגען צו ווײַט און פֿאַרדינט דעם טויט. דאָס איז אַ גאַנצער היפּוך פֿון דער כּסדרדיקער מסורה־קייט פֿון ג־טלעכע אָנזאָגן.
פֿאַרשטייט זיך, אַז עס זענען פֿאַראַן אויך פֿאַרשיידענע מדרגות צווישן די דאָזיקע צוויי היפּוכים. למשל, די מיצווה פֿון ספֿירת־העומר זעט אויס ווי אַ מעכאַנישער טאַט. דער אייבערשטער האָט פּשוט געהייסן צו ציילן די טעג, איינער נאָכן צווייטן פֿון פּסח ביז שבֿועות. די דאָזיקע מיצווה פּועלט אָבער אויך אויף אונדזערע נשמות און אויף די ג־טלעכע ספֿירות אַליין, אויב מיר ציילן די ספֿירה מיט אַ כּוונה, שטרעבנדיק צו פֿאַרבעסערן אונדזער נאַטור און די אַרומיקע וועלט.