געזעלשאַפֿט
אַ הזכּרה־צערעמאָניע בײַם דענקמאָל פֿאַר די קרבנות פֿון טשערנאָביל, 
אין קיִעוו, דעם 26סטן אַפּריל 2011
אַ הזכּרה־צערעמאָניע בײַם דענקמאָל פֿאַר די קרבנות פֿון טשערנאָביל, אין קיִעוו, דעם 26סטן אַפּריל 2011
Credit: Getty Images

אין דער אמתן, האָב איך זיך געקליבן צו שרײַבן וועגן דעם פּרעזידענט אָבאַמאַס מעטריקע. פֿון איין זײַט האָט די גאַנצע טעמע קיין ווערט ניט, ס׳איז פּשוט אַ טראַגי־קאָמעדיע מיט דאָנאַלד טראָמפּן אין דער ראָלע פֿונעם הויפּט-לץ. (ניט צופֿעליק איז דאָך זײַן טשופּרינע אַזאַ קלאָונישע.) פֿון אַן אַנדער זײַט, צוזאַמען מיט די ציפֿערן פֿון אויספֿרעגן, איז עס אַן אָפּשפּיגלונג פֿון זייער אַ טרויעריקן פֿענאָמען אין אַמעריקאַנער לעבן און אַ שלעכטער סימן פֿאַרן צווייטן טערמין פֿונעם איצטיקן פּרעזידענט. סײַדן וועט ער מוזן טאַקע קאָנקורירן מיט דעם זעלבן טראָמפּן צי מיט אַן אַנדערן שוואַכינקן קאַנדידאַט פֿון אַזאַ שניט.

אָבער איך וועל שרײַבן וועגן אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: טשערנאָביל, וואָס איז אַרײַן אין דער געשיכטע נאָכן באמת שוואַרצן טאָג, דעם 26סטן אַפּריל 1986, ווען עס האָט זיך אויפֿגעריסן אַ בלאָק פֿון דער אַטאָם-סטאַנציע. די רוסישע טעלעוויזיע, און די מעדיאַ בכלל, האָט לעצטנס וועגן טשערנאָביל זייער אַ סך גערעדט און געשריבן. בפֿרט נאָך, אַז די קאַטאַסטראָפֿע מיט 25 יאָר צוריק האָט הײַנט אַ פֿרישן, טראַגישן אָפּקלאַנג אין יאַפּאַן.

מיט 25 יאָר צוריק האָב איך, דאַכט זיך, צום ערשטן מאָל דערהערט דאָס וואָרט "טשערנאָביל". שוין שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט וועגן די טשערנאָבילער חסידישע רביים. דער דיכטער חיים ביידער ז"ל איז, אַ פּנים, געווען דער ערשטער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וואָס האָט וועגן דעם געשריבן — אַז טשערנאָביל האָט געהאַט אַ רײַכע ייִדישע געשיכטע. איך האָב אין יענער צײַט, אין די יאָרן 1985 און 1986, געשטעלט די ערשטע טריט אין ייִדישער זשורנאַליסטיק און ליטעראַטור און, איצט ווייס איך עס, בין נאָך געווען זייער עם-הארציש. פֿון דער היים — אַ ביסל אַ ליטוואַקיש-מתנגדישער און דער עיקר, וועלטלעכער — האָב איך וועגן די אוקראַיִנער חסידים גאָרנישט ניט געוווּסט.

וועגן דער קאַטאַסטראָפֿע גופֿא האָב איך געקענט עפּעס הערן אויפֿן ראַדיאָ, פֿון אויסלענדישע אוידיציעס. די סאָוועטישע מעדיאַ האָט דאָך תּחילת געמאַכט אַ שווײַג. אָבער ראַדיאָ האָב איך כּמעט ניט געהערט, ווײַל איך האָב עס פֿײַנט געהאַט. אפֿשר ווײַל מײַן טאַטע ע"ה פֿלעגט עס הערן די גאַנצע צײַט און, ווי אַ פּועל-יוצא, בין איך געוואָרן אַלערגיש צו ראַדיאָ. הקיצור, האָב איך וועגן דער קאַטאַסטראָפֿע קיין אַנונג ניט געהאַט אַפֿילו אין פֿיר טעג אַרום, דעם 1טן מײַ, וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ יום-טובֿ געווען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. האָב איך דעמאָלט אָנגעקלונגען צו מײַן שוועסטער, אין אוקראַיִנע, און זי האָט מיר גלײַך געזאָגט: "האָסטו שוין געהערט?" וואָס האָב איך געדאַרפֿט הערן? "דאָ גייען אַרום שרעקלעכע קלאַנגען וועגן טשערנאָביל. אַ קאַטאַסטראָפֿע איז דאָרטן."

בין איך גלײַך צוגעפֿאַלן צום ראַדיאָ און זיך דערוווּסט — איך געדענק שוין ניט פּינקטלעך וואָס. אָבער ס׳איז קלאָר געוואָרן, אַז עס האָט געהאַלטן שמאָל. און דאָ איז פּונקט געקומען צו אונדז מײַן ווײַבס אַ חבֿרטע. אַ רוסישע פֿרוי, האָט זי דעמאָלט געאַרבעט ווי אַ סעקרעטאַרשע אין דער סודאַנער צי סאָמאַליער אַמבאַסאַדע. האָט זי אונדז דערציילט, אַז די אַרבעטער פֿון דער אַמבאַסאַדע האָבן באַקומען עפּעס פּילן — פֿון יאָד, וואָס מע האָט געעצהט צו שלינגען אין אַזעלכע פֿאַלן. אַ פּעקל צי צוויי פּעקלעך פֿון אַזעלכע פּילן האָט זי געבראַכט פֿאַר מיר, ווײַל איך האָב געדאַרפֿט פֿאָרן קיין באָברויסק, ווײַסרוסלאַנד, און דאָס איז געווען רעלאַטיוו ניט ווײַט פֿון דער געפֿערלעכער זאָנע.

אין באָברויסק איז די שטימונג געווען גאָר ניט קיין פֿריילעכע. אין דער שטאָט האָבן צירקולירט קלאַנגען, אַז אָט-אָט וועט אויפֿגעריסן ווערן נאָך עפּעס אַ טייל פֿון דער טשערנאָבילער סטאַנציע און אַ ראַדיאָ-אַקטיווער וואָלקן וועט דערגיין אַזש ביז דער שטאָט. פֿאַר קינדער האָט מען פֿאַרקויפֿט פּושקעס מיט קאָנדענסירטער מילך, ווײַל די פֿרישע מילך, און די פֿרישע אַכילה בכלל, האָט געקענט זײַן ראַדיאָ-אַקטיוו. מײַנע באַקאַנטע האָבן גערעדט וועגן קרובֿים צי באַקאַנטע, וועלכע מע האָט געהאַט געשיקט קיין טשערנאָביל, צו העלפֿן ליקווידירן די אַוואַריע.

אין מאָסקווע האָבן אויך צירקולירט קלאַנגען — אַז די ראַדיאַציע רוקט זיך פֿון טשערנאָביל אין דער ריכטונג פֿון דער שטאָט. דערווײַל האָט די קאַטאַסטראָפֿע אויף צוויי יאָר געביטן אונדזער לעבן זומערצײַט. אין די פֿריִערדיקע יאָרן פֿלעגן מיר יאָר-אײַן יאָר-אויס פֿאָרן, צוזאַמען מיט די קינדער, קיין אוקראַיִנע און פֿאַרברענגען דאָרטן אַ געוויסע אַ צײַט בײַם דניעפּר. אָבער אוקראַיִנע איז אַסאָציִיִרט געוואָרן מיט טשערנאָביל; אַזוי, אַז מיר האָבן פֿאַרבראַכט די צוויי זומער-סעזאָנען הינטער מאָסקווע, אין (ווי שלום-עליכם האָט עס גערופֿן) אַ גלות-דאַטשע.

דער שראַם פֿון טשערנאָביל איז ניט פֿאַרהיילט געוואָרן, און נאָך דער פֿוקוסימאַ-טראַגעדיע רופֿט ער ווידער אַ מאָל פּײַן. מיליאָנען לײַט וווינען נאָך אַלץ אין דער זאָנע, וווּ די ראַדיאַציע איז העכער פֿון אַ נאָרמאַלער. אַ ביליאָן דאָלאַר וועט קאָסטן אַ נײַער פּאַנצער, וואָס מוז פֿאַרדעקן דעם אויפֿגעריסענעם בלאָק, ווײַל דער איצטיקער פּאַנצער איז שוין פֿאַרעלטערט געוואָרן. און עס בלײַבן ניט געענטפֿערט די פֿראַגע, צי מיר נייטיקן זיך טאַקע אין אַזאַ געפֿערלעכן קוואַל פֿון ענערגיע, צי די מי איז ווערט די פּראַצע?