געבליבענע צייכנס פֿון אַן אומגעבראַכט ייִדיש לעבן |
Credit: Yad Vashem |
"יד־ושם" שטייט דאָס יאָר אונטערן צייכן "אויפֿזאַמלען די פֿראַגמענטן פֿון זכּרון", און איז איצט אַרויס מיט אַ רוף צו דער באַפֿעלקערונג זיך צו באַטייליקן אין אַ ברייט־פֿאַרמאָסטענעם פּראָיעקט צו ראַטעווען פֿון פֿאַרגעסנקייט די רעשטלעך פֿון חורבן און אומקום. דער ציל איז צונויפֿצוזאַמלען אין אַרכיוו פֿון "יד־ושם" בריוו, דאָקומענטן, פֿאָטאָגראַפֿיעס, פֿאַרשיידענע חפֿצים, וועלכע זענען פֿאַרבונדן מיטן גורל פֿון אונדזערע קרובֿים און פֿרײַנד. "יד־ושם" ווענדט זיך צו די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, זייערע קינדער און אייניקלעך זיך צו באַטייליקן אין דעם נאַציאָנאַלן פּראָיעקט צו ראַטעווען און אָפּהיטן די דאָזיקע פֿראַגמענטן פֿון זכּרון פֿאַר די קומענדיקע דורות. יעדער בריוו אָדער פֿאָטאָגראַפֿיע, אָדער דאָקומענט אַנטהאַלט אַ טייל פֿון דער געשיכטע און דעם גורל פֿון אונדזערע נאָענטע.
זינט זײַן גרינדונג האָט "יד־ושם" געשטרעבט צו דערגיין צו אַלע רעלעוואַנטע קוואַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע אין שײַכות מיטן גורל פֿון די זעקס מיליאָן ייִדן וועלכע זענען דערמאָרדעט געוואָרן און די מיליאָנען פֿאַרפֿאָלגט־געוואָרענע אין דער צײַט פֿון חורבן. באַזונדערס איצט, ווען דער דור פֿון די לעבן־געבליבענע ווערט אַלץ קלענער, האָט דער דאָזיקער פּראָיעקט אַ ספּעציעלע באַדײַטונג: זאַמלען די פֿראַגמענטן און זיי אַרײַנפּאַסן אין זייער היסטאָרישן קאָנטעקסט.
דוד שטעמער, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון שטעטל אָשוויענטשים (אוישוויץ), גאַליציע, האָט געלעבט מיט זײַן ברייט־פֿאַרצווײַגטער משפּחה אין דײַטשלאַנד. נאָך דעם ווי די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט אין רעזולטאַט פֿון דעמאָקראַטישע וואַלן און עס האָבן זיך אָנגעהויבן די רדיפֿות קעגן ייִדן, איז ער מיט זײַן משפּחה אַנטלאָפֿן קיין האָלאַנד, וווּ עס זענען שוין געווען אייניקע פֿון זײַנע זין.
דוד שטעמער, פֿון פֿאַך אַ זייגער־מאַכער, האָט זיך אויסגעלערנט צו שרײַבן אין כּתבֿ סתּ״ם און האָט אָנגעשריבן אַ ספֿר־תּורה, תּפֿילין און מזוזות. ווי באַקאַנט, איז האָלאַנד אָקופּירט געוואָרן דורך די דײַטשן אין פֿרילינג 1940. די משפּחה פֿון איינעם פֿון זײַנע זין איז דעמאָלט שוין געווען אין ארץ־ישׂראל און זײַן אייניקל יעקבֿ איז שבֿועות 1940 געוואָרן אַ בר־מיצווה. דוד האָט פֿאַר אים אָנגעשריבן פּרשיות־תּפֿילין און זיי אַרויסגעשיקט קיין ארץ־ישׂראל, אַ רגע פֿאַר דער אָקופּאַציע פֿון האָלאַנד דורך די דײַטשן. דאָס איז געווען דער לעצטער קאָנטאַקט מיט אים. שפּעטער זענען בלויז אָנגעקומען עטלעכע מאָל מיט דער פּאָסט פֿאָרמולאַרן פֿון "רויטן קרייץ" אין דער שווייץ.
שבֿיעי־של־פּסח 1943 זענען די נאַציס אָנגעפֿאַלן אויף די בתּי־כּנסת אין האַג און דוד שטעמער איז אַרעסטירט געוואָרן צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, טאָכטער ראָזאַ און איר מאַן מיט פֿיר קינדער. זיי זײַנען דעפּאָרטירט געוואָרן אין דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער וועסטערבאַרג אין צפֿון־האָלאַנד. אַ פּאָר חדשים שפּעטער זענען זיי, צוזאַמען מיט די איבעריקע ייִדן, פֿאַרשיקט געוואָרן אין פֿאַרניכטונגס־לאַגער סאָביבאָר און פֿון דאָרט נישט מער צוריקגעקומען.
נאָך דער מלחמה איז דער ייִנגסטער זון, יונה, וועלכער איז נאָך דער אָקופּאַציע פֿון האָלאַנד אַנטלאָפֿן קיין שווייץ און דאָרט דורכגעמאַכט די שווערע יאָרן, צוריקגעקומען קיין האָלאַנד. נאָך אַ געוויסער צײַט האָבן די האָלענדישע מאַכט־אָרגאַנען, צו זײַן איבערראַשונג, אים אָפּגעגעבן די ספֿר־תּורה וואָס זײַן פֿאָטער האָט אָנגעשריבן. ווײַזט אויס אַז די דײַטשן האָבן קאָנפֿיסקירט ספֿרי־תּורהס פֿון די בתּי־כּנסת. דער גרעסטער טייל פֿון די ספֿרים איז נישט אידענטיפֿיצירט געוואָרן און זייערע אייגנטימער זענען נישט באַקאַנט. אָבער דוד שטעמער האָט אויסגעקריצט אַ שפּאַלט אינעם רעכטן אייבערשטן רעדל און אין דעם שפּאַלט האָט ער אַרײַנגערוקט אַ שמאָל שטיקל פּאַרמעט, אויף וועלכן ער האָט אָנגעשריבן: "די דאָזיקע ספֿר־תּורה האָב איך, דוד שטעמער, געשריבן דאָ אין האַג, האָלאַנד".
יונה שטעמער האָט די ספֿר־תּורה אַריבערגעשיקט צו זײַן עלטערן ברודער, מרדכי, וועלכער האָט געלעבט אין תּל־אָבֿיבֿ און אין פֿאַרלויף פֿון אַ יאָר זענען דורכגעפֿירט געוואָרן קאָרעקטורן און רעפּאַראַטורן. בײַם הײַנטיקן טאָג געפֿינט זיך די דאָזיקע ספֿר־תּורה אין אַ בית־כּנסת אין ירושלים, וווּ איינער פֿון די אייניקלעך פֿון דוד שטעמער, יעקבֿ, איז אַ מיטגליד און מיט אַ יאָר צוריק, ווען זײַן אור־אוראייניקל יאיר האָט געפֿײַערט זײַן בר־מיצווה, האָט ער געלייענט פֿון דער ספֿר־תּורה וואָס זײַן אור־אורזיידע האָט אָנגעשריבן.
דאָס איז דער איינציק פֿאַרבליבענער אָנדענק פֿון זײַן אור־אורזיידן, וועלכער איז צוזאַמען מיט אַנדערע קדושים, דערמאָרדעט געוואָרן אין סאָביבאָר.