- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער גרויסער איטאַליענישער דיכטער דאַנטע אַליגערי (1265—1326) האָט אָנגעשריבן אַן אויסערגעוויינטלעך ווערק וועגן דער גרויסקייט פֿון דער פֿאָלקשפּראַך. שפּעטער האָבן אַנדערע אויך געשריבן ביכער וואָס האָבן אָפּגעגעבן אַ סך קאָמפּלימענטן זייערע רעדשפּראַכן, מחמת די רעדשפּראַכן זענען אין זייערע אויגן געווען שיין, אמתדיק, קלוג, קאָלירפֿול, אאַז״וו, אין פֿאַרגלײַך מיט די קלאַסישע שפּראַכן מיט וועלכע אַלע האָבן דעמאָלט שטאָלצירט און מיט וועלכע זיי האָבן קאָנקורירט (בפֿרט נאָך בכּתבֿ). אָבער לויט מערסטע קאָמענטאַטאָרס פֿונעם מיטלעלטער זענען די רעדשפּראַכן געווען ניט גענוג פּאָלירט, רעגלמעסיק און לגמרי ניט דרך־ארצדיק. דאַנטעס גרויסער אויפֿטו איז געווען וואָס ער האָט דערזען דעם חן, די צאַרטקייט און די ראַפֿינירטע אויסדריקלעכקייט ("עלאָקווענץ") פֿון דער פּשוטער שפּראַך פֿון דעם אַ״ג "פּראָסטן המון". אין 19טן יאָרהונדערט איז אַזאַ אַנטדעקונג שוין געוואָרן אַלטמאָדיש לגבי די מערבֿ־לשונות, נאָר אין מיזרח־אייראָפּע האָט מען זיך נאָך געדאַרפֿט אײַנשטעלן פֿאַר זיי, למשל ווי עס האָט דאָס געטאָן וווּק קאַראַדזשיץ לגבי סערביש. הײַנט צו טאָג אָבער דרייט זיך דאָס דריידל אָפֿט אויף צוריק. אין אַ סך לשונות באַמערקט מען, אַז שרײַבערס און אינטעליגענטע לייענערס האָבן ווידער גרויסע טענות, דער עיקר ווי מען שרײַבט די רעדשפּראַכן, אָבער ניט זעלטן אויך ווי מען רעדט זיי אַרויס. דאָס בוך "עסט, שיסט און גייט אַוועק מענטשן" פֿון לין טרוס, וואָס אַ סך האָבן געטײַטשט ווי "שפּײַז, שפּראָצונגען און בלעטער" (EATS, SHOOTS & LEAVES), ווײַל אַלע ווערטער פֿונעם טיטל זענען אויף ענגליש צווייטײַטשיק, האָט זיך פֿאַרקויפֿט אין מער ווי אַ מיליאָן עקזעמפּלאַרן! עס איז דאָך בלויז אַ בוך וואָס גיט זיך אָפּ מיט פּונקטואַציע, טאָ ווי אַזוי דערקלערט מען וואָס עס האָט זיך אַזוי גוט פֿאַרקויפֿט? ס’דאָך בסך־הכּל נאָר אַ קריטיק (זאָל אַפֿילו זײַן אַ הומאָריסטישע) פֿון די פֿאַרשיידענע אופֿנים אויף וועלכע מערסטע מענטשן באַנוצן ניט ריכטיק, אָדער פֿאַרגעסן בכלל צו באַנוצן, די קאָמע (,) און דעם אַפּאָסטראָף (') בײַם שרײַבן אויף ענגליש. אַ סך פֿון טרוסעס לייענערס האָבן בײַם לייענען דאָס בוך זיך ערשט געכאַפּט, אַז זיי אַליין באַגייען אָט די זעלבע טעותן. ווי האָט דזשאָנאַטאַן סוויפֿט געזאָגט אין 1712: "אונדזער לשון איז זייער נישט קיין פּערפֿעקטס און די פֿאַרשיידענע פּרוּוון עס צו פֿאַרבעסערן קענען פּשוט ניט אָניאָגן איר טאָג־טעגלעכע קאָרופּטירונג". אָבער אַזעלכע קריטיקן לגבי רעדשפּראַכן האָבן זיך אָנגעהויבן נאָך מיט יאָרטויזנטער צוריק. ציצעראָ האָט זיך שוין באַקלאָגט, אַז דער לאַטײַניש וואָס ער הערט אַרום זיך איז "פּשוט שוידערלעך" און דאָס איז דאָך נאָך געווען אינעם ערשטן יאָרהונדערט פֿאַר קריסטוסן! שפּעטער זענען פֿון אָט די אַלע "טעותן" סוף־כּל־סוף אַרויסגעוואַקסן די פֿאַרשיידענע ראָמאַנישע לשונות (איטאַליעניש, שפּאַניש, פֿראַנצויזיש, אאַז״וו), נאָר וואָס וועט פֿון די איצטיקע טעותן אויף אָט די לשונות אַרויסוואַקסן, פֿרעגן די קריטיקער? אפֿשר זענען זיי גאָר גערעכט? גיט אַ טראַכט וועגן דעם פֿאַרגרײַזטן ייִדיש וואָס איר הערט אָפֿט פֿון אייניקע פֿון אײַערע באַקאַנטע און פֿון דער מעדיאַ. וועגן ייִדיש בין איך אין שײַכות מיט דעם גאַנצן ענין "טעותן" גראָד ניט זייער אָפּטימיסטיש, אַז פֿון אָט די טעותן וועט עפּעס גוטס אַרויסקומען. ווײַל פֿון זינט עס איז פֿון אונדז אַוועק דער געניאַלער און אויפֿטוערישער ד"ר מרדכי שעכטער איז דאָך כּמעט ניט פֿאַראַן בײַ אונדז עמעצער (צי אַן אינסטאַנץ) וואָס קען אָט די אַלע טעותן פֿאַרריכטן מיט אַן אמת פֿאַרדינטער אויטאָריטעט. אפֿשר איז גאָר ייִדיש איבערפֿולט מיט אומנייטיקע שוועריקייטן (למשל, די עטלעכע ווערבן וואָס בויען דעם עבֿר מיט פֿאָרמען פֿונעם ווערב "זײַן": ער איז געשלאָפֿן און ניט ער האָט געשלאָפֿן?) אפֿשר דאַרף מען טאַקע מער ניט דעם גאַנצן פּלאָנטער צווישן "מיך" און "מיר" (למשל "פֿרעג מיך בחרם" צי "פֿרעג מיר בחרם") וואָס פֿאַרשאַפֿט אַזוי פֿיל טעותן בײַ אַ סך מענטשן וואָס רעדן אויסער דעם אַ גאַנץ גוטן ייִדיש? נאָר מיר לעבן דאָך אין אַ צײַט ווען מען קען אַזעלכע פֿראַגעס ניט פֿרעגן און ניט ענטפֿערן. אויב אַזוי, איז ניטאָ קיין בעסערער אויסוועג ווי זיך צו האַלטן בײַ דעם שוין פֿאַראַנענעם סטאַנדאַרד און אָט דעם סטאַנדאַרד בעסער זיך אויסלערנען. יעדע לעבעדיקע שפּראַך בײַט זיך כּסדר נאָר איינס איז קלאָר: כּמעט אַלע אינטעליגענטע מענטשן געפֿעלט בעסער, דערוואַקסענערהייט, די כּללים וואָס זיי האָבן זיך אויסגעלערנט בעת די שוליאָרן. דערפֿאַר טאַקע בײַט זיך יעדער סטאַנדאַרד געוויינטלעך בלויז זייער פּאַמעלעך. אָבער די ווייניקער גראַמאָטנע רעדערס (וואָס זיי זענען דאָך די מערהייט) שטופּן כּסדר אונטער אַ גערעדטן שפּראַכוואַרג וואָס איז ניט בהסכּם מיט דעם וואָס עס שטייט געשריבן אין די ביכער און וואָס מען לערנט אין די שולן. די אָרעמע און די יוגנט צעטראָגן זייער לשון אַרײַן, דורך שמועסן, מעשׂיות, לידער און דורך גאַסן־טעאַטער, דעמאָנסטראַציעס און פּראָטעסטן אין אַלע ווינקעלעך. און סוף־כּל־סוף זענען זיי דאָ און דאָרטן מנצח לגבי דעם פֿאַרשפּרייט פֿון געוויסע נײַע ווערטער, אויסדרוקן און גראַמאַטישע געוווינהייטן. פֿריִער ווערט פֿון God be with you דער לכתּחילהדיק "עם־הארציש" Good-bye. נאָר אויב מען קען דעם בײַט־פּראָצעס נאָכפֿאָלגן במשך טויזנטער יאָרן, זעט מען ווי עס קלײַבן זיך אָן אַ סך אַזעלכע "טעותן" און ווי "פֿון לאַטײַן ווערט איטאַליעניש". איז וואָס זשע וועט טאַקע ווערן מיט אונדזער ייִדיש? לפֿי־דעתּי ווערט דער מצבֿ פֿון ייִדיש אַלץ ענלעכער צום מצבֿ פֿון לאַטײַן אין משך פֿון די אַלע לאַנגע, שווערע יאָרן פֿונעם אונטערגאַנג פֿון דער רוימישער אימפּעריע ביז נאָכן מיטלעלטער. קיין שולן פֿאַר די קינדער וווּ זיך צו לערנען לאַטײַניש זענען שוין אין משך פֿון לאַנגע יאָרן מער ניט געווען און קיין לייען־מאַטעריאַלן פֿאַר די מאַסן זענען נאָך ניט געהאַט אויפֿגעקומען. דער קלויסטער האָט אויסער זײַנע ענגע אָפֿיציעלע קרײַזן קיין סך ווירקונג אויפֿן לשון פֿון די לאַיִקער ניט געקענט האָבן. דער גערעדטער לאַטײַן איז זיך דעמאָלט אין גאַנץ אייראָפּע צו ביסעלעך ענדגילטיק צעפֿאַלן אויף פֿאַרשיידענע ראָמאַנישע רעדשפּראַכן. צי קען אַזאַ פֿונאַנדערפֿאַל־פּראָצעס אויך פֿאָרקומען אין שײַכות מיט ייִדיש? בלויז די יאָרהונדערטער וועלן אונדז געבן אַן ענטפֿער אויף אָט דער מכריעדיקער שאלה. דער פֿונאַנדערפֿאַל פֿון ייִדיש־סטאַנדאַרדן עס זענען ליידער פֿאַראַן איצט עטלעכע בולטע סימנים פֿון פּראָצעסן וואָס יאָגן אונטער דעם פֿונאַנדערפֿאַל פֿון אַ מעגלעכער איינהייטלעכער ייִדישער געשריבענער כּלל־שפּראַך און פֿונעם גערעדטן ייִדיש, אַפֿילו מצד די וואָס פּרובירן זיך האַלטן נאָענט צו זייער ייִוואָ־ אָדער סאָוועטישע־רייד־און־שרײַב־נוסחאָות. ערשטנס, האָט לפֿי־ערך אַ קליינער פּראָצענט פֿון דער דעמאָלט פֿאַראַנענער לייענערשאַפֿט געהאַט ווען כאָטש איינע פֿון די ביידע סטאַנדאַרדן גוט אײַנצולערנען איידער מען האָט זיי ביידן אונטערגעהאַלטן. צווייטנס, ווען און וווּ דער קאָנטאַקט איז שוין יאָ אײַנגעשטעלט געוואָרן זענען זײַנע טרעגערס פֿאָרט געווען צו ווייניק, צו יונג און צו צעשפּאָלטן צווישן זיך כּדי אָט די סטאַנדאַרדן שטאַרק אײַנצופֿעדעמען. דריטנס, דער געוויינטלעכער לייענער פֿון ייִדיש איז אויך כּסדר געווען אַ מערשפּראַכיקער און האָט דעריבער אַ גרויסן (אָפֿט דעם גרעסטן) חלק פֿון דער מאָגערער לייענצײַט אָפּגעגעבן אויף צו לייענען אַנדערע קאָנקורירנדיקע לשונות מיט זייערע אין גאַנצן אַנדערע (צי האַלב אַנדערע) שרײַבסיסטעמען. דער געוויינטלעכער לאַנגער און חשובֿער קאָרעגירנדיקער פֿאַקטאָר וואָס האַלט אָן דעם סטאַנדאַרד־אויסלייג צי אַרויסרעד בײַ די אומות־העולם, די אָבליגאַטאָרישע שול, פֿעלט אויך זייער אָפֿט וואָס שייך ייִדיש. עס פֿעלן אויך לגמרי די מעגלעכקייטן פֿון סטאַנדאַרדיזירנדיקע ווירקונגען פֿון בשותּפֿותדיקער אַרמיי־דינסט און רעגירונג־ (אָדער אַפֿילו פֿון קהילה־) באַטייליקונג אויף ייִדיש. הכּלל, ייִדיש איז אויסגעשטעלט צו צו פֿיל און צו שטאַרקע סטאַנדאַרד־צעשטערערישע פֿאַקטאָרן אין פֿאַרגלײַך מיט די סטאַנדאַרד־שטאַרקנדיקע. "אויף דעם וויינט טאַקע דער נבֿיא", ווען עס קומט צו רייד וועגן די אָפֿטע טעותן וואָס מיר געפֿינען אינעם הײַנט צו טאָגיקן ייִדיש, סײַ בעל־פּה און סײַ בכּתבֿ. מיר דאַרפֿן אַלע זײַן צווישן די אָפּהיטערס פֿון שפּראַך־סטאַנדאַרן לגבי ייִדיש דאַנקען גאָט וואָס דער "פֿאָרווערטס" געפֿינט זיך איצט צווישן דער קליינער, געטרײַער מחנה וואָס היט יאָ ס’רובֿ פֿון די סטאַנדאַרדן פֿון אונדזער לשון. הלוואַי זאָל ער אויך דעם עול קענען אויפֿהאַלטן און אויסהאַלטן. לאָמיר אים אַלע האַרציק דאַנקען דערפֿאַר, שטאַרקן זײַנע הענט, און היטן זײַן כּבֿוד! כּה לחיי ביז צוויי מאָל הונדערט און צוואַנציק! הלוואַי! געדענקט: ס’רובֿ פֿון דער וויכטיקער חרדישער מאַסע מאַכט זיך ניט וויסנדיק פֿון אָט דער גאַנצער פּראָבלעמאַטיק. ליגט דעריבער אויף אונדז, באַוווּסטזיניקערע בויערס און היטערס פֿון ייִדיש, טאַקע דער הויפּט־חובֿ און די גרעסטע מאָס פֿרייד פֿון בויען, היטן, שטיצן און פֿאַרשפּרייטן די נייטיקע סטאַנדאַרדן פֿון דער ייִדישער כּלל־שפּראַך. רעדערס און שרײַבערס זענען טאַקע וויכטיק, נאָר לעת־עתּה זענען בויערס און אַקטיוויסטן נאָך וויכטיקער, בתּנאַי זיי וועלן אַליין קענען גוט באַהערשן און דעמאָנסטרירן די ייִדישע כּלל־שפּראַך. ר' שיקל, אירSubmitted by shalom1 on Fri, 2011-05-13 12:43.
ר' שיקל, איר פרעגט "צי קען אַזאַ פֿונאַנדערפֿאַל־פּראָצעס אויך פֿאָרקומען אין שײַכות מיט ייִדיש? בלויז די יאָרהונדערטער וועלן אונדז געבן אַן ענטפֿער אויף אָט דער מכריעדיקער שאלה." כל טוב, איך לערןSubmitted by admin on Mon, 2011-05-16 09:21.
איך לערן לעצטנס לימודיש פֿון אירלענדיש (געליש) — אַ "די־ווי־די" מיט אַ שטאַרקער אָריענטאַציע אויף לעבעדיקע דיאַלעקטן. די אוידיאָ־לימודים ווערן באַגלייט מיט קאָמענטאַרן וועגן די וויכטיקסטע חילוקים צווישן דער ליטעראַרישער כּלל־שפּראַך און די דיאַלעקטאַלע פֿאָרמען. איך מיין, אַז אָט־די לימודים ווײַזן אַ געזונטן דרך: צו קענען גוט די כּלל־שפּראַך, אָבער צו רעדן צווישן זיך אויף לעבעדיקע פֿאָלק־דיאַלעקטן.
|