געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרינץ וויליאַם מיט קייט מידלטאָן
פּרינץ וויליאַם מיט קייט מידלטאָן
Credit: Getty Images

אויף דער קיניגלעכער חתונה אין לאָנדאָן בין איך ניט געווען צוליב צוויי סיבות: ערשטנס, האָב איך פּונקט דעמאָלט געמוזט זײַן אין ניו-יאָרק. צווייטנס, האָט מען מיך ניט פֿאַרבעטן — אפֿשר צוליב די זעלבע טעמים ווי מיט די געוועזענע פּרעמיער-מיניסטערס, טאָני בלער און גאָרדאָן בראַון, און אפֿשר האָב איך זיך פֿאַרזינדיקט אויף אַן אַנדער אופֿן. אָבער אַ שעה צי אַפֿילו מער האָב איך פֿאַרבראַכט בײַ דער טעלעוויזיע. דאָס הייסט, געווען איינער פֿון די בערך צוויי ביליאָן נחת-קלײַבער. מע זאָגט דאָך, אַ שטייגער, אַז יעדער פֿינפֿטער ישׂראלי האָט נאָכגעפֿאָלגט די געשעענישן אין צענטער פֿון לאָנדאָן.

ס׳איז געווען טאַקע זייער שיין, ממש פּרעכטיק. די ענגלענדער זײַנען גרויסע מײַסטערס פֿון אַזעלכע זאַכן. בפֿרט נאָך, אַז די "דעקאָראַציעס" האָט מען געבויט אין משך פֿון יאָרהונדערטער. אַלץ האָט מען דורכגעטראַכט. די פֿערד. די זעלנער. די מוזיק. און די הוטן, וואָס די פֿרויען האָבן געטראָגן! אָבער, דער עיקר, פֿון דעסטוועגן איז געווען — די כּלה.

מע זאָגט, אַז איר בגד האָט אויף לאַנגע יאָרן געשאַפֿן אַ סטאַנדאַרד פֿאַר אַזעלכע קליידער. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז זי איז זייער גוט צוגעפּאַסט צו דער גאַנצער מעשׂה וועגן אַ פּראָסט מיידל, אין וועלכער עס האָט זיך פֿאַרליבט אַן אמתער פּרינץ. און דווקא אַליין זיך פֿאַרליבט — אָן אַן עצה מצד אַ קאָמיטעט. די איצטיקע הערצאָגינע פֿון קעמברידזש (אַזאַ טיטל האָט זי באַקומען פֿון דער מלכּה) איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט פֿון די קבצנים. אָבער סײַ-ווי בלײַבט זי אַ "פּראָסטע", ווײַל אין אירע אָדערן רינט ניט קיין בלוי בלוט. דעם עולם איז דאָס אַלץ זייער צום האַרצן. בפֿרט נאָך, אַז זי זעט אויס און פֿירט זיך אויף ווי אַן עכטע "בלוי-בלוטיקע".

די געשיכטע פֿון וויליאַמס און קייטיס ליבע איז אויך אַ וויכטיקער ווינקלשטיין אין דער סעקסועלער רעוואָלוציע. אויב מיט 30 יאָר צוריק האָט מען פֿאַר וויליאַמס פֿאָטער, טשאַרלז, ספּעציעל געזוכט אַ כּלה "אָן אַן [סעקסועלן] עבֿר", טאָ דאָס איצטיקע פּאָרפֿאָלק האָט שוין געהאַט אַזאַ עבֿר אין משך פֿון אַ היפּש ביסל צײַט. זיי האָבן אַפֿילו געוווינט צוזאַמען. מיט אַנדערע ווערטער, האָבן זיי פֿאַקטיש פֿאַרכּשרט אַזעלכע באַציִונגען.

פֿאַרן בריטישן פֿאָלק איז די חתונה געווען אַ גרויסער יום-טובֿ. אַגבֿ, דעם טאָג האָט דאָס לאַנד געהאַט טאַקע אַ יום-טובֿדיקן — מע האָט ניט געאַרבעט. איך ווייסט ניט, ווי אַזוי מע מעסט די נאַציאָנאַלע קאָנסאָלידאַציע, אָבער די חתונה האָט, בלי-ספֿק, אויפֿגעטאָן זייער אַ סך, כּדי צו שאַפֿן אַזעלכע געפֿילן. צוליב דעם עקזיסטירט דאָך די מאָנאַרכיע, וואָס האָט געפֿונען אין בריטאַניע זייער אַ געלונגענע פֿאָרמול פֿאַר איר מערכה. איך בין ניט קיין מאָנאַרכיסט, אָבער כ׳בין מסכּים, אַז ס׳איז בעסער צו האָבן אַ מלכּה, איידער פּטרן געלט אויף אויסצוקלײַבן אַ צערעמאָניעלן נשׂיא, וואָס פּרוּווט איבערצושלאָפֿן מיט אַלע פֿרויען אַרום אים.

עס האָט די בריטישע אָפּגעגליקט מיט דער איצטיקער מלכּה. זי קריכט ניט וווּהין זי דאַרף ניט קריכן, און זי באַווײַזט זיך דאָרטן, וווּ מע וויל זי זען. פֿאַרן עלטערן דור — און פֿאַרן ייִנגערן אויך — סימבאָליזירט זי די מלחמה-צײַט, ווען אירע עלטערן און זי מיט איר שוועסטער זײַנען פֿאַרבליבן אין לאָנדאָן, בעת די דײַטשן האָבן געפּרוּווט צעברעכן דעם גײַסט פֿון דער באַפֿעלקערונג. ביזן הײַנטיקן טאָג גרויסן זיך די ענגלענדער מיט זייער אויפֿפֿירונג אין יענער צײַט, אונטער די באָמבעס. ניט צופֿעליק האָט מען דאָך בעת דער חתונה געזען אויך דרײַ אַלטע, פֿון דער מלחמה-צײַט; און די עראָפּלאַנען, וועלכע האָבן מיט זייער פֿליִען דערמאָנט יענע שווערע, און העלדישע טעג.

ס׳איז שווער ניט צו זען די קאָמישע זײַטן פֿון דער מאָנאַרכיע. דאָס איז דאָך אַ לעבעדיקע זייף-אָפּערע צי אַ קאָסטומירטע דראַמע. אָבער גלײַכצײַטיק שאַפֿט זי, די דאָזיקע מאָנאַרכיע, דעם גוף פֿון דער בריטישער נאַציע. אין אַ געוויסן זין, איז עס אַ נאַציאָנאַלער פּאַרק, אין וועלכן מע היט אָפּ טראַדיציעס — ווי מע דאַרף רעדן, ווי מע דאַרף זיך אָנטאָן, ווי מע דאַרף האַלטן אַ גאָפּל, און אַזוי ווײַטער. ס׳איז גוט צו האָבן אַזאַ געזעלשאַפֿטלעכן קאַמערטאָן, ווײַל ער העלפֿט צו פֿאַרמײַדן אַ סך מיאוסע זאַכן. למשל, מיר איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן אין ענגלאַנד אַזאַ פּאַרשוין ווי דאָנאַלד טראָמפּ. דאָס הייסט, אַזעלכע טיפּן, מיט אַזעלכע מאַנירן קענען ערגעץ זײַן, און זײַנען טאַקע דאָ, אָבער ניט אין דער הויפּט־שטראָמיקער עפֿנטלעכער פּאָליטיק.

מע זאָגט, אַז מענטשן ציִען זיך צו אַזעלכע שיינע געשעענישן אויך, כּדי פֿאַרגעסן אויף אַ ווײַלע וועגן אייגענע שווערע מחשבֿות. אַ שיינע מעשׂה איז גוט ניט בלויז פֿאַר קינדער. דער המון האָט נאָך אין די רוימישע צײַטן דערוואַרט פֿון דער מלוכה ״Panem et circenses!״, "ברויט און שפּילן". די ענגלענדער האָבן אויפֿגעפֿירט אַ שוישפּיל, וואָס האָט באַפֿרידיקט דעם המון פֿון דער גאָרער וועלט. עס קומט זיי אַ גרויסער יישר-כּוח.