טערעזאַ טובֿה אין דער ראָלע פֿון בעלאַ שאַגאַל |
"ווען איך, טײַערע בעלאַ, וואָלט געשריבן בריוו ווי אַן אמתער שרײַבער — וואָלט איך זיי בעסער געמאָלן. פֿאַר ווערטער שעם איך זיך. מע דאַרף זיי שטענדיק אויסבעסערן. אָבער מיר ווילט זיך דיר שרײַבן, כּדי דו זאָלסט מיר ענטפֿערן און שרײַבן וועגן אַלץ, וועגן אַלץ". בריוו פֿון מאַרק שאַגאַל צו בעלאַ שאַגאַל, ציטירט אינעם באַנד "די ערשטע באַגעגעניש".
די ייִדישע אַקטריסע, זינגערין און דראַמאַטורגין פֿון טאָראָנטאָ, טערעזע טובֿה, האָט די וואָך פֿאָרגעשטעלט איר פּיעסע אויף ענגליש ״Bella: The Color of Love״ וועגן דעם לעבן פֿון בעלאַ שאַגאַל, אַ ייִדישע שרײַבערין און מאַרק שאַגאַלס ערשטע פֿרוי. די איין־פּערזאָניקע דראַמע איז געווען אַ טייל פֿונעם "פֿילאַדעלפֿיער אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון קונסט", און האָט צוגעצויגן אַ גרויסן עולם יעדן אָוונט.
דורך מאָנאָלאָג, מוזיק און פּראָיעקטירטע שאַגאַל־בילדער אויף דער וואַנט, האָט טובֿה במשך פֿון צוויי שעה איבערגעגעבן סײַ די ליבע, סײַ די קאָנפֿליקטן צווישן בעלאַ און מאַרק. די שטורמישע געשעענישן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, די רוסישע רעוואָלוציע און די צווייטע וועלט־מלחמה האָבן נישט לײַכט געמאַכט זייער צוזאַמענלעבן, אַזוי אויך אַן אָנגעשטרענגטס.
בעלאַ שאַגאַל איז געבוירן געוואָרן אין דער ווײַסרוסישער שטאָט וויטעבסק אין 1895, אין אַ ליובאַוויטשער חסידישער משפּחה פֿון אַ העכערן קלאַס. איר טאַטע, שמואל־נח ראָזענפֿעלד און די מאַמע אַלטע, האָבן געהאַט זיבן קינדער. בעלאַ האָט פֿאַרענדיקט די פֿרויען־גימנאַזיע אין וויטעבסק און געקומען קיין מאָסקווע אין 1912 צו שטודירן אינעם מאָסקווער אוניווערסיטעט. דאָרטן האָט זי אָנגעשריבן צוויי דיסערטאַציעס: איינע וועגן דער באַפֿרײַונג פֿון די רוסישע פּויערים און אַ צווייטע וועגן דאָסטויעווסקי. זי איז אויך צוגעצויגן געוואָרן צו דער טעאַטער־וועלט, ווי אַן אַקטריסע.
אין אַ וווּנדערלעכער סצענע גיט איבער טובֿה די קאָרעספּאָנדענץ צווישן פּאַריז און מאָסקווע, אין וועלכער עס ווערט קלאָר, אַז וואָס לענגער מאַרק שאַגאַל בלײַבט אין פּאַריז, אַלץ מער פֿאַרברענגט ער מיט אַנדערע מיידלעך און פֿאַרגעסט אין בעלאַ. אין 1914 איז מאַרק אַהיימגעקומען קיין וויטעבסק און גאָר אין גיכן האָבן זיי חתונה. טובֿה הייבט אַרויס אין דער ערשטער העלפֿט פֿון דער פּיעסע, אַז די רעוואָלוציאָנערע יאָרן וואָס מאַרק און בעלאַ האָבן פֿאַרבראַכט אין וויטעבסק און מאָסקווע זענען גאָרנישט געווען קיין ראָמאַנטישע, נאָר יאָרן פֿון הונגער, נויט און אומצופֿרידנקייט. פֿאַר דער רעוואָלוציע, אין פּאַריז, האָט שאַגאַל זיך שוין קונה־שם געווען מיט זײַן קונסט, אָבער אינעם נײַעם רוסלאַנד, האָט מען נישט ריכטיק אָפּגעשאַצט זײַנע ווערק, און זיי זענען ביידע, מיט זייער טאָכטער, אידאַ, אַרויסגעפֿאָרן קיין פּאַריז.
אין פּאַריז האָט בעלאַ איבערגעזעצט און רעדאַקטירט מאַרק שאַגאַלס אויטאָביאָגראַפֿיע "מײַן לעבן". טובֿה שטעלט זיך אָפּ אויף דעם נאָמען, און דריקט אויס דעם טרויער וואָס בעלאַ פֿילט; די אויטאָביאָגראַפֿיע הייסט "מײַן לעבן" און לאָזט בעלאַ פֿון דרויסן. דער עגאָיִזם פֿונעם מאָלער שטערט דער באַציִונג צווישן מאַן און ווײַב, אָבער בעלאַ (אָדער בעלאָטשקאַ) פֿאַרגינט אים דעם חסרון, און פֿאַקטיש ווערט זי זײַן געשעפֿטס־פֿירערין אין פּאַריז.
אין דער פּיעסע ווערט נישט דערמאָנט בעלאַ שאַגאַלס רײַזעס קיין ישׂראל אין 1931 און ווילנע אין 1935, וואָס האָבן זי אינספּירירט צו שרײַבן אויף ייִדיש. לעבנדיק אינעם שאַפֿערישן קוואַרטאַל פֿון די רוסישע עמיגראַנטן אין פּאַריז אין די 1930ער יאָרן איז אַזאַ בײַט אין קולטורן מסתּמא נישט געווען קיין לײַכטער, און איז געגאַנגען קעגן דעם שטראָם פֿון אַסימילאַציע. שרײַבט מאַרק שאַגאַל אין זײַן "פֿאָררעדע" צום בוך "ערשטע באַגעגעניש":
צייכענונג פֿון מאַרק שאַגאַל פֿאַר בעלאַ שאַגאַלס בוך: "מײַן ערשטע באַגעגעניש", 1947 |
"...ביז זי האָט דערהערט די ייִדישע נשמה, דערזען דעם גלות פֿון די לעצטע יאָרן, און איר שפּראַך איז ווידער געוואָרן די שפּראַך פֿון אירע עלטערן. איר סטיל...אַ סטיל פֿון אַ ייִדישער כּלה אין דער ייִדישער ליטעראַטור. זי האָט געשריבן ווי זי האָט געלעבט, ווי זי האָט געליבט, ווי זי האָט אויפֿגענומען פֿרײַנד. אירע ווערטער און שורות זײַנען ווי געאָטעמטע פֿאַרב אויף אַ לײַוונט"
די צוויי אויטאָביאָגראַפֿישע בענד אירע, "ברענענדיקע ליכט" (ניו־יאָרק, 1945) און "די ערשטע באַגעגעניש" (ניו־יאָרק, 1947), זענען געשריבן אין אַן אימפּרעסיאָניסטישן סטיל און די מחברטעס פֿון "בעלאַ: דער קאָליר פֿון ליבע", טערעזאַ טובֿה און מאַרי קער, האָבן איבערגעגעבן בעלאַס לעבן נישט ווי קיין דאָקומענטאַר־פֿילם אָדער אַ געוויינטלעכע ביאָגראַפֿיע, נאָר ווי אַן אימפּרעסיאָניסטישן נאַראַטיוו. ס׳איז טשיקאַווע וואָס אינעם ייִדישן ליטעראַטור־לעקסיקאָן האָט מען אַזוי ווייניק געשריבן וועגן בעלאַ שאַגאַל און אירע צוויי ווערק, ווײַל לייענענדיק זיי הײַנט, אימפּאָנירן זיי מיט זייער רײַפֿער קינסטלערישקייט און פֿאַרכאַפּנדיקן לעבן־לוסט.
קיין פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם פּאָרל מאַרק און בעלאַ האָט מען נישט געוויזן בעת דער פֿאָרשטעלונג, נאָר שאַגאַלס מאָלערײַען, וואָס האָבן אויף אַ טיפֿערן אופֿן געכאַפּט זייער באַציִונג. ווען, אין דער ערשטער סצענע, פּראָיעקטירט מען דאָס ערשטע בילד און דער עולם זעט, אַז דאָס קלייד פֿון בעלאַ אינעם מאָלערײַ פּאַסט פּונקט צום קלייד וואָס טובֿה טראָגט אויף דער בינע, מאַכט דאָס אַ געוואַלדיקן רושם.
אין דער צווייטער העלפֿט פֿון דער פֿאָרשטעלונג, ווערט די ביאָגראַפֿיע טונקעלער און טרויעריקער, און די משפּחה שאַגאַל ראַטעוועט זיך קוים מיטן לעבן, אַוועקפֿאָרנדיק קיין ניו־יאָרק, וווּ בעלאַ פֿילט זיך ווי אַ פֿיש אַרויס פֿון וואַסער, און מוז לײַדן פֿון די נײַעס וועגן איר משפּחה, פֿאַרבליבן אין וויטעבסק, און וואָס ווערט אויסגעהרגעט פֿון די נאַציס. בעלאַ באַווײַזט אַרויסצוגעבן איין בוך אין אַמעריקע, אָבער שטאַרבט איידער דאָס צווייטע קומט אַרויס.
אַ וויכטיקער קאָמפּאָנענט אין "בעלאַ: דער קאָליר פֿון ליבע" זענען די אָריגינעלע לידער, כּמעט אַלע קאָמפּאָנירט פֿונעם פֿעיִקן מאָנטרעאַלער פּיאַניסט מאַט הערשקאָוויץ. די ווערטער האָבן געשריבן טערעזאַ טובֿה און מאַרי קער. די מעלאָדיעס זענען נישט קיין ייִדיש־קלינגענדיקע און, ווי אַ רעזולטאַט, העלפֿט דאָס שאַפֿן אַ מער נישט־ייִדישע סבֿיבֿה, כאָטש די ווערטער, צום טייל גענומען פֿון בעלאַ שאַגאַלס שריפֿטן, פּאַסן זיך בעסער אַרײַן אינעם קאָנטעקסט פֿון דער דראַמע.
טערעזאַ טובֿהס אויסערגעוויינטלעכע בינע־קונסט דעקט אַלע עמאָציעס און דער עולם האָט זי וואַרעם אויפֿגענומען. אָבער נאָך אַזאַ פּרעכטיקער פֿאָרשטעלונג, פֿילט מען אַלע מאָל אַ זיס־זויערן טעם אין מויל: די טעקסטן וואָס די שאַפֿערס האָבן געניצט, זענען געשריבן געוואָרן אויף ייִדיש און איבערגעזעצט אויף ענגליש; די אַקטריסע טערעזאַ טובֿה קען ייִדיש פֿון דער היים, און קען אַוודאי שפּילן אויף ייִדיש — טאָ פֿאַר וואָס זעט מען נישט אַזאַ נאָוואָטאָריש ווערק אויף ייִדיש? שולדיק זענען נישט די שאַפֿערס, וואָס האָבן באַקומען געלט פֿון דער קאָמיסיע פֿונעם פֿילאַדעלפֿיער פֿעסטיוואַל, נאָר אונדזער ייִדישע טעאַטער־וועלט, וואָס האָט אַ קליינעם אינטערעס אין אַנטוויקלען אויף מאַמע־לשון אַזעלכע נײַע, אינטערעסאַנטע דראַמעס, ווי ״Bella: The Color of Love״