‫פֿון רעדאַקציע

אָסאַמאַ בין לאַדען איז טויט. מסתּמא איז עס דער ערשטער טויט אין די לעצטע צען יאָר, וואָס האָט נישט אַרויסגערופֿן בײַ אַ ציוויליזירטן מענטש אַ מיטגעפֿיל. אַפֿילו דער אויפֿגעהאָנגענער סאַדאַם כוסיין, מיטן שטריק אַרום האַלדז האָט געוועקט אַ רחמנות. אייגנטלעך, האָט ער דאָך קיינעם פֿון אונדז פּערזענלעך קיין שלעכטס נישט געטאָן. יאָ, געהאַווקעט, געסטראַשעט, אָבער נישט געביסן.

גאָר אַן אַנדער זאַך — דער הונט בין לאַדען. אונטער די חורבֿות פֿונעם וועלטהאַנדל־צענטער זײַנען געבליבן באַגראָבן נישט נאָר די איבער דרײַ טויזנט אומשולדיקע מענטשן, קרבנות פֿון די טעראָריסטישע אַטאַקן; דאָרט זײַנען געבליבן צעפּלעטשט און צעממיתט אונדזער רו און גלויבן, אַז דער מענטש איז פֿונדעסטוועגן אַ באַשעפֿעניש פֿון גאָט, נישט פֿונעם טײַוול.

נאָך דעם 11טן סעפּטעמבער 2001 האָט דאָס טײַוולאָנישע זיך ווידער — נאָך דעם דײַטשישן היטלעריזם און סאָוועטישן סטאַליניזם — אַרויסגעריסן אויף דער פֿרײַער וועלט. ס'האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַע תּקופֿה — בינלאַדעניזם, וואָס האָט משונה־ווילד זיך אײַנגעוואָרצלט אין אונדזער טאָג־טעגלעכקייט; געווירקט אויפֿן טראַכטן און אָפּשאַצן געשעענישן, געענדערט די געאָפּאָליטישע מאַפּע, געביטן דעם לעבנס־שטייגער און געוווינטשאַפֿטן... ווער האָט זיך, למשל, אין ניו־יאָרקער סאָבוויי מיט צען יאָר צוריק אומגעקוקט אויף עפּעס אַ פּעקל, אַרײַנגערוקט אונטער דער באַנק? צי האָט דען אַמאָל אין די עראָפּאָרטן איבער דער וועלט עקזיסטירט אַזאַ שטרענגער פּאַסאַזשירן־קאָנטראָל, ווי נאָכן 11טן סעפּטעמבער 2001? סײַדן אין ישׂראל...

קיין ישׂראל איז בינלאַדעניזם געקומען אַ סך פֿריִער, אין אָנבליק פֿון אַן אַנדער טײַוול — יאַסיר אַראַפֿאַט מיט זײַן "פֿאַטאַך". בין לאַדען אין שפּיץ פֿון "אַל־קײַדאַ" האָט בײַ זײַן פֿאָרגייער איבערגענומען בלויז די שיטה פֿון "לעבעדיקע באָמבעס"; אים אַליין האָט אָבער נישט געלוינט דער לאָקאַלער פּראָווינציעלער פֿאַרנעם פֿון אַראַפֿאַט; בין לאַדען האָט געחלומט וועגן אַן אַל־וועלטלעכן ראַזמאַך פֿון זײַנע טעראָר־מעשׂים.

הײַנט שטעלט מען זיך די פֿראַגע: צי וועט בין לאַדענס טויט מאַכן אַ סוף צום בינלאַדעניזם? אויף דער פֿראַגע האָט שוין אויך פֿריִער געענטפֿערט ישׂראל, ווען אירע זיכערהייט־כּוחות האָבן בזמנו ליקווידירט די צוויי קאַרפּנקעפּ פֿון "כאַמאַס" — אַכמעד יאַסין און ראַנטיסי. "כאַמאַס", ווי אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע אין די ראַמען פֿון דעם איצטיקן "כאַמאַסטאַן", בלײַבט ווײַטער טעטיק בײַ דער מאַכט.

מיטן אָפּהאַקן דעם קאָפּ פֿון "אַל־קײַדאַ", איז דער בינלאַדעניזם אַוודאי נישט אויסגעוואָרצלט געוואָרן; די מעטאַסטאַזן האָבן זיך במשך פֿון די צען יאָר מסוכּנדיק פֿאַרשפּרייט איבער דער איסלאַמישער וועלט און געשאַפֿן נײַע מוטאַנטישע באַוועגונגען, וועלכע געבן שוין, און וועלן נאָך געבן שפּעטער וועגן זיך צו וויסן מיט בלוטיקע מעשׂים.

און דאָך, איז עס געשען און דער אורטייל איז אויסגעפֿירט געוואָרן. די אַמעריקאַנער בליץ־אָפּעראַציע איז דורכגעפֿירט געוואָרן גלענצנדיק. פֿרייד און שטאָלץ פֿילן איבער דאָס פֿאָלק...

דווקא באַלד נאָך דער ידיעה האָבן מיר זיך פֿאַרבינדן מיט בעלאַ באָיאַרסקי, די מוטער פֿון גענאַדי באָיאַרסקי, וועלכער איז אומגעקומען דעם 11טן סעפּטעמבער 2001 אין וועלטהאַנדל־צענטער. מיר ברענגען ווײַטער איר קאָמענטאַר אויף בין לאַדענס טויט: "יאָ, געפּגרט... כ'ווייס אַפֿילו נישט ווי אַזוי אים אָנצורופֿן... איז ער שוין פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַש און שטויב... דאַרף איך זיך איצט פֿרייען? בלוט איז נישט קיין נקמה... די טיר וועט זיך מער נישט אויפֿעפֿענען, אַז מײַן זון זאָל צו מיר אַרײַנקומען..."

thanks

thanks